בלאט 1 פון 1
הערליכע צוואה פון כ"ק אדמו"ר מנאדבורנא זצ"ל
נשלח: זונטאג מערץ 04, 2012 2:08 pm
דורך [NAMELESS]
עס איז פאריגע וואך נפטר געווארן דער נאדבורנא רבי פון א"י. נאך זיין פטירה איז ארויסגעקומען א הערליכע צוואה וואס ער האט אפגעשריבען אין לויף פון אפאר חדשים. עס איז זייער אינטערסאנט ווי פינקטליך ער האט אלעס באפוילן און אויסגערעכענט פון פריער זיין ממלא מקום, בנינים, מוסדות, לוי' וכו' וכו' .
כאפט א בליק:
http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=38625
Re: הערליכע צואה פון כ"ק אדמו"ר מנאדבורנא זצ"ל
נשלח: זונטאג מערץ 04, 2012 3:03 pm
דורך roasted
בא מיר איז עס געבלאקט אפשר קען עס איינער אהער ארויפלאדענען
Re: הערליכע צואה פון כ"ק אדמו"ר מנאדבורנא זצ"ל
נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:09 am
דורך הדד בן בדד
דער נדבורנה רבי זצ"ל איז געווען א חכם מחוכם, און איז געווען א גברא רבא מאוד, ער האט אוועק געגעבן שעות ארוכות צו העלפן אידן און איז געווען א באוואוסטער אדרעס אין ארץ ישראל פאר אידן וועלכע דארפן עצה ותושיה, ער איז געווען א אמת'ער ענוותן ושפל ברך און א שטארקער אוהב ישראל, ער האט שטענדיג אריינגעבאכעט אין זיינע קינדער די עניינים איבער אחדות, לאמיר האפן אז עס וועט טאקע בלייבן שלום ושלוה.
נשלח: מאנטאג יולי 02, 2012 2:04 pm
דורך שלמה המלך
ער שרייבט אז קיינער האט נישט רעכט צי ליגען אינעם אוהל ווייל עס זאל בלייבן גענוג פלאץ רואיג מתפלל זיין חוץ זיין פעטער האדמו"ר מחדרה וואס איז טאקע היצט אוועק און מ'האט אים דארט געלייגט.
איך בין נייגעריג פארוואס די חלק פון ממלא מקום זיין איז געמעקט? און אויב האב מען געמעקט פארוואס לייגט מען דאס אין בחדרי... אתמהה
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 3:29 pm
דורך בענבען
א שיין חידוש אז צעהן יאהר שפעטער און זיינע קינדער אויך זייער נארמאלע מענטשן האלטן זיך זייער שיין באחדות
ממנו ילמדו
נשלח: זונטאג יאנואר 23, 2022 4:17 pm
דורך תרמב
געווענטליך גייט עס אז די עלטערן קריגן זיך קריגן זיך די קינדער אויך, אז קינדער זעען אז זייער טאטע שטייט ווייט פון מחלוקת גייט עס אריין אין די ביינער און מ'קריגט זיך נישט.
נשלח: זונטאג יאנואר 23, 2022 5:40 pm
דורך שמן למאור
תרמב האט געשריבן:געווענטליך גייט עס אז די עלטערן קריגן זיך רקריגן זיך די קינדער אויך, אז קינדער זעען אז זייער טאטע שטייט ווייט פון מחלוקת גייט עס אריין אין די ביינער און מ'קריגט זיך נישט.
ר' שלמה באבובער יוכיח,
נשלח: מאנטאג יאנואר 24, 2022 11:15 pm
דורך תרמב
יעדע כלל האט א יוצא מן הכלל
נשלח: דינסטאג יאנואר 25, 2022 12:08 am
דורך שמעון וואלף
עצי שטים האט געשריבן:תרמב האט געשריבן:געווענטליך גייט עס אז די עלטערן קריגן זיך רקריגן זיך די קינדער אויך, אז קינדער זעען אז זייער טאטע שטייט ווייט פון מחלוקת גייט עס אריין אין די ביינער און מ'קריגט זיך נישט.
ר' שלמה באבובער יוכיח,
און פארקערט טרעפט מען ביי וויזניץ מאנסי
נשלח: דינסטאג יאנואר 25, 2022 12:25 am
דורך קהל'ס נער
כ'מיין ס'איז דא מער יוצאים מן הכלל, ווי נכנסים.
און דאס האט ר' ישמעל געמיינט מיט
"כל דבר שהיה בכלל, ויצא מן הכלל ללמד, לא ללמד על עצמו יצא, אלא ללמד על הכלל כולו יצא"
נשלח: דינסטאג יאנואר 25, 2022 10:44 pm
דורך תרמב
איך האב נישט געשריבן אז איך רעד דווקא פון רבי'ס אדער רבנים, די כלל אז מ'קריגט זיך קריגן זיך די קינדער אויך, איז א זאך וואס מ'זעהט ביי אסאך פאמיליע'ס, איך האב אסאך דוגמאות אבער איך וויל נישט פארשעמען קיין משפחות.