בלאט 1 פון 1

רוח החיים פארק שליכט אנקלאגע

נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 7:59 pm
דורך הערשי
קרית יואל איז געקומען צו א פשרה מיט די ACLU / NYCLU איבער די קלאגע, וועלכע איז אריינגעגעבן געווארן אין געריכט דורך די לעצטיגע פאריאר, איבער די פארק אין קרית יואל. די CLU האט גע'טענה'ט אז די "רוח החיים" פארק, אדער בשם חול "קינדער פארק", איז אומלעגאל סעגרעגירט אויף געשלעכטן ליניעס. קרית יואל, דורך איר אדוואקאטן פירמע, האט געלייקנט אז סיי וואספארא סעגרעגאציע קומט פאר מיט אפיציעלע גוטהייסונג. דאך, האט זי געשליכטעט די אנקלאגע מיטן איינגיין צו פארגיטיגן די אנקלעגער מיט דריי טויזנט דאלער אין לעגאלע קאסטן, און האט זיך פארפליכטעט צו ערלויבן ACLU אינספעקציע צוויי מאל א זומער פאר דריי זומער סעזאנען.

נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 8:34 pm
דורך אפטעמיסט
ב"ה אז די עקלהאפט און גרויל איז געקומען צו אן ענדע. איינער קען מסביר זיין פון וואו מענטשן נעמען די חוצפה און פרעכהייט צו אפטיילן פינעף יעריגע אינגלעך און מיידלעך און די נאמען פון די תורה? וואו האלט מען אויפן וועלט? וואס טוען זיי מיט'ן פסוק עוד ישבו וכו' ילדים וילדות משחקים וכו'? בושה וחרפה.

נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 9:15 pm
דורך עסקן בדברים
אפטעמיסט האט געשריבן:ב"ה אז די עקלהאפט און גרויל איז געקומען צו אן ענדע.

Do you really think so? Why would anything change besides for the signs being taken off? It's just like with the Boro Park-Williamsburg bus. Nothing actually changed.

Also maybe someone could explain why ACLU needs permission to inspect the park. Why shouldn't they be able to go to the public park whenever thye want and report what they see there
?

נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 9:17 pm
דורך הערשי
קודם כל, וואס עפעס פינף יעריגע? עלטערע קינדער קומען דאך אויך, און עלטערן קומען דאך מיט גיבן איבערזיכט. אז איר האלט די גדרים פעלן זיך נישט אויס, קענט איר זיך מסביר'ן און שוין. וואס איז דען דאס "עקלהאפטיגקייט און גרויל"? די "בושה און חרפה"? וואס ברענט אין אייך אזוי די קנאות?
צווייטנס, איז דא א נקודה אויסצושמועסן וואס גייט ווייטער פון מיינע אדער אייערע מיינונגען בנוגע תקנות גדולות. איך מיין איר וועט מסכים זיין אז רוב תושבי קרית יואל, די אייגענטימער און אויסשליסליכע באנוצער פונעם פארק, זוכן דייקא יא די עקל און גרויל פון גדרי צניעות. נו, עבדי בהפקירא ניחא להו, וואס איז שייך. איז די שאלה צו די ACLU טוט דא א מארלישע טובה עימיצן. מ'קען זאגן סברות לכאן ולכאן.

נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 9:28 pm
דורך אפטעמיסט
מ'האלט נישט ווייט פון א תקנה אז פרויען טארן נישט זיין שוואנגער מיט א אינגל און מיידל צווילינג ח"ו, ווי נישט ווי איז עס תערובת. דעמאלט וועסטו אויך נישט פארשטיין די גרויל?

נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 9:41 pm
דורך [NAMELESS]
איך מיז זאגן אז הערשי רעדט ממש צו די זאך, און האט שטארקע טענות, און בעיקר אז דער עולם (גולם) וויל דאס דארט. 90% זיכער.

נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 12:10 am
דורך פליקער
איך קלער אז די סעגרעגאציע איז געוועין א פיפיגער שפיצל אז די גויים זאלן נישט קימען דארטן שפילן מיט זייערע קינדער, עס זאל זיין ויקצו מפני בני ישראל
#געניאל

נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 1:02 am
דורך נולד מאוחר
הערשי האט געשריבן:קודם כל, וואס עפעס פינף יעריגע? עלטערע קינדער קומען דאך אויך, און עלטערן קומען דאך מיט גיבן איבערזיכט. אז איר האלט די גדרים פעלן זיך נישט אויס, קענט איר זיך מסביר'ן און שוין. וואס איז דען דאס "עקלהאפטיגקייט און גרויל"? די "בושה און חרפה"? וואס ברענט אין אייך אזוי די קנאות?
צווייטנס, איז דא א נקודה אויסצושמועסן וואס גייט ווייטער פון מיינע אדער אייערע מיינונגען בנוגע תקנות גדולות. איך מיין איר וועט מסכים זיין אז רוב תושבי קרית יואל, די אייגענטימער און אויסשליסליכע באנוצער פונעם פארק, זוכן דייקא יא די עקל און גרויל פון גדרי צניעות. נו, עבדי בהפקירא ניחא להו, וואס איז שייך. איז די שאלה צו די ACLU טוט דא א מארלישע טובה עימיצן. מ'קען זאגן סברות לכאן ולכאן.

העלבראנס אויך

נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 2:21 am
דורך גנדי
ממי_שאמרו האט געשריבן:איך מיז זאגן אז הערשי רעדט ממש צו די זאך, און האט שטארקע טענות, און בעיקר אז דער עולם (גולם) וויל דאס דארט. 90% זיכער.


עס דערמאנט אונז ווען 50 יאר צוריק. אונז אין גאנץ אייראפע געווען געזעצען אז אונזערע זיידעס און באבעס טארן נישט גיין אין פארק. ווייל רוב קריסטליכע עולם האט נישט געוואלט אז זייערע קינדער זאלן זעהן א טמא׳נע איד.

נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 11:11 am
דורך שמעקעדיג
גנדי??? קענסט מסביר זיין האיך המשל דומה לנמשל?

נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 11:17 am
דורך געפילטע פיש
הערשי, מ'קען הערן די טענה אז רוב באפעלקערונג וויל די סעגרעגאציע, אבער וואס וואלסטו געהאלטן אויב רוב באפעלקערונג וויל א סעגרעגירטע פארק פאר ווייסע און פאר שווארצע באזונדער? חוצמזה ווענדט זיך אויב מ'האט גענוצט פובליק פאנדס צו בויען דעם פארק.

אבער כ'גלייב סייווי אז גארנישט וועט זיך טוישן, ס'איז קיינמאל נישט געווען אפיציעל אינפארסירט, נאר ס'איז אינפארסירט דורך cultural norms וואס איז דארט אנגענומען, און וואטעווער סעגרעגאציע ס'איז פארגעקומען ביז יעצט וועט ווייטער פארקומען. זיי קענען קומען אינספעקטן ביז איבערמארגן, קענען זיי דען האבן טענות אז אלע מיידלעך ווילן זיך שפילן אויף די רויטע גליטשערס?

נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 12:09 pm
דורך טאמבל סאס
זאלן נאר אריינקומען אפאר גויטעס מיט זייערע קינדער, וועלן זיי קענען האבן דעם גאנצן פארק פאר זיך, ניין?

נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 12:16 pm
דורך עסקן בדברים
עסקן בדברים האט געשריבן:Also maybe someone could explain why ACLU needs permission to inspect the park. Why shouldn't they be able to go to the public park whenever they want and report what they see there
?

ווייסט איינער אן ענטפער?

נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 1:01 pm
דורך חכם עתיק
וועט זיך אויסלאזן ווי די בארא פארק באס.. מען וועט הענגן א צעטל, און די עולם וועט זיך ווייטער הענגן נאר ווי מען לאזט..

נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 1:07 pm
דורך ווישעווער
ווי איך פארשטיי בלייבט די רוח החיים פארק אויסשליסלעך פאר די תושבי קרית יואל, א שטייגער ווי צענדליגע פארקס אין אנדערע געגענטער איבער די יונייטעד סטעיטס.

העכסטענס וועט מען אראפ נעמען די סיינס אבער די קאליר וועט פארבלייבן און אלעס בלייבט ביים אלטן

נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 4:48 pm
דורך yatzmachp
http://www.scribd.com/mobile/doc/215551385

איך זעה גארנישט אין די שליכטונג אז מען גייט יא/נישט אפטיילן מענער און פרויען אדער וועגן אראפנעמען סיינס. די מדובר זעהט אויס צו זיין וועגן פרידאם אף איפארמעישן און אז קרית יואל האט מתחילה געזאגט אז זיי האבן נישט קיין אפיציעלע פאליסי אדער אינפארסמענט אויף אפטיילונג און ווי עס זעהט מיר אויס מיט דעם האט זיך עס אנגעפאנגן און מיט דעם האט זיך עס גענדיגט.

נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 5:33 pm
דורך ראש הישיבה
אפטעמיסט האט געשריבן:איינער קען מסביר זיין פון וואו מענטשן נעמען די חוצפה און פרעכהייט צו אפטיילן פינעף יעריגע אינגלעך און מיידלעך און די נאמען פון די תורה? וואו האלט מען אויפן וועלט? וואס טוען זיי מיט'ן פסוק עוד ישבו וכו' ילדים וילדות משחקים וכו'? בושה וחרפה.

איך געדענק אז יאהרן צוריק האב איך געזעהן א תשובה פון רבי משה פיינשטיין ז"ל אז ער האלט אז צריכים לחנך הילדים מגיל הצעיר (גיל שתים) ביותר שילדים ישחקו עם ילדים וילדות עם ילדות!

נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 6:14 pm
דורך עסקן בדברים
ראש הישיבה האט געשריבן: איך געדענק אז יאהרן צוריק האב איך געזעהן א תשובה פון רבי משה פיינשטיין ז"ל אז ער האלט אז צריכים לחנך הילדים מגיל הצעיר (גיל שתים) ביותר שילדים ישחקו עם ילדים וילדות עם ילדות!

that doesn't mean being in the same park together . It means playing together as friends. R' moshe would never approve of not allowing families to go together to the park

נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 6:35 pm
דורך yatzmachp
עסקן שכויעך פארן לאזן וויסן וואס ר׳ משה וואלט יא אדער נישט געלאזט. איך וואלט נאר געוואלט וויסן פון איינעם וואס איז שוין דארט געווען וויאזוי די סעגרעגעישן זעהט אויס. לאזט מען טאקע נישט גיין קיין משפחות צום פארק? אדער איז עס פשוט א פראקטישע אפטיילונג אין א פארק וואס איז פיל מיט קינדער, ווילדע יונגלעך און מיידלעך מיט א געשטיפעריי אויף די סווינגס און גליטשערס אז קיינער וואלט נישט געוואלט אז זיין טאכטער זאל זיך דארפן שלאגן מיט א ווילד יונגל און זיך נאך דארפן אריינמישן צו מאכן א משפט ווער עס איז גערעכט און זיך קריגן מיט נאך א טאטע/מאמע.

נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 7:04 pm
דורך signout
אלעס בלייבט ביים אלטען, חוץ אראפנעמן א טעוועלע וואס הענגט שוין לאנג נישט גייט זיך גארנישט טוישן, זיי האבען נישט קיין דעקונג אז די וויליזש אינפארסירט אומלעגאל אין דער עולם וועט זיך ווייטער פירן בדרך התורה מרצונם הטוב, אין די אינספעקטאר וועט מעגן קומען ביז 2 מענטשן ביז 2 מאל א זומער פאר 3 יאר..., פאר די אנגעווייטעגטע פין די רשעות אז די קרית יואלע אידן ווילן נישט קוקען אויף די אומשילדיגע 3 יעריגע שעפעלעך אין זייער שוועסטער אין מאמעס איז דא ב''ה גענוג פארקס ארום קרית יואל אדער לעבן זייער וואינארט ווי זיי קענען זעטיגען זייער הייליגע תאוות

נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 8:46 pm
דורך הערשי
יצמח,
זע בלאט 4 פון דאקומענט צו וואס איר לינקט. גדליה סעגעדין פארפליכט די ווילידזש צו ACLU אינספעקציע. אט דאס איז די פשרה. קרית יואל קען נישט איינגיין אויף דעסעגרעגאציע, ווייל זי לייקנט דאך אז דאס האט בכלל אמאל עקזיסטירט. בכל אופן, מיינט דאס אז מהיום והלאה וועט דעסעגרעגאציע ווערן אינפארסירט, און דאס איז א חידוש.

עסקן,
קרית יואל איז א מוניצאפאליטעט, נישט קיין פריוואטע ארגאניזאציע. די פארק אין פראגע איז פינאנצירט געווארן דורך ק"י שטייערצאלער, נישט דורך פריוואטע אינוועסטירער. דעריבער פאלט די פארוואלטונג אונטער פעדעראלע און סטעיט געזעצן וואו סעגרעגאציע איז פארבאטן. דאך, רעזערווירט ק"י די רעכט צו באגרעניצן איינטריט אין פארק אויסשליסליך פאר ק"י בירגער. פונקט ווי א פובליק סקול איז באגרעניצט נאר פאר קינדער פון די דיסטריקט. אז איר ווילט אריין שפאצירן אין סקול, דארפט באקומען ערלויבעניש.

געפילטע,
לו יצויר א סיטואציע ווי שווארצע און ווייסע ווילן ביידע זיין אפגעטיילט, וויל די ACLU דייקא נישט.דעסעגרעגאציע איז אין די אינטערסן פון די ליבעראלע ארגעניזאציע, בחימה שפוכה אמלוך. דאס אייניגע מיט געשלעכטן סעגרעגאציע. ACLU וויל תערובות, און זיי האבן די געזעץ אויף זייער זייט. די פראגע איז נאר צו זיי גייען עררייכן זייער ציל דא, און אויב זיי זענען איבערצייגט אז נישט, צו זיי ווילן ווייטער גיין דערמיט. דאס הייסט, צו גייט די פארק ווערן געמישט, אדער צו גייען די קינדער מער נישט קומען שפילן. אויב די צווייטע, האט ACLU פשוט קאליע געמאכט א שפיל ארט פאר ק"י קינדער אן דעם וואס זיי זאלן למעשה עררייכן א געמישטע פארק. מסתבר זיי זוכן נישט דאס, או דלמא, ס'לוינט זיי יא נאר בכדי ס'זאל נישט עקזיסטירן א פרום ווינקל.

נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 10:46 pm
דורך גנדי
ראש הישיבה האט געשריבן:
אפטעמיסט האט געשריבן:איינער קען מסביר זיין פון וואו מענטשן נעמען די חוצפה און פרעכהייט צו אפטיילן פינעף יעריגע אינגלעך און מיידלעך און די נאמען פון די תורה? וואו האלט מען אויפן וועלט? וואס טוען זיי מיט'ן פסוק עוד ישבו וכו' ילדים וילדות משחקים וכו'? בושה וחרפה.

איך געדענק אז יאהרן צוריק האב איך געזעהן א תשובה פון רבי משה פיינשטיין ז"ל אז ער האלט אז צריכים לחנך הילדים מגיל הצעיר (גיל שתים) ביותר שילדים ישחקו עם ילדים וילדות עם ילדות!


דוכט זיך די תשובה רעדט פון מאכן א סקול און אינגלעך און מיידלעך זאלן לערנען און שפילען צוזאמען.

אויך מיין איך אז ער רעדט פון אן עלטערע יארגאנג.

(איך שרייב פון זכרון)