בלאט 1 פון 2
א אשכויל איבער 'גארנישט' והמסתעף
נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 2:49 pm
דורך מלא וגדוש
גארנישט איז אויך עפעס, און ס'ווערט איגנארט אומ'יושרדיג. די וואך האב איך גארנישט קיין געלט געמאכט.
עפעס א רבי פירט יעצט א ר"ח טיש און ס'נעבעך גארנישט דא קיין מענטשן דארט, חוץ א גבאי מיט מיט'ן שמש און די רב'ס זון.
נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 2:54 pm
דורך [NAMELESS]
וועלכע פון די דריי ביסטו?
נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 2:54 pm
דורך שמעקעדיג
ער איז זיין חתימה.
נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 2:56 pm
דורך מלא וגדוש
אה א נחת. איך האב געציטערט אז מ'וועט ''גארנישט'' קאמענטירן אין מיין גארנישט אשכל, דערווייל גייט עס גאנץ גוט דערווייל
נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 3:31 pm
דורך מלא וגדוש
קיינער איז גארנישט בעסער פון מיר
נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 3:44 pm
דורך עסקן בדברים
גארנישט איז א סתירה מיניה וביה ווייל גארנישט איז גארנישט אבער זאכן זענען אבער יא גארנישט
נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 3:48 pm
דורך שמעקעדיג
יעדער איינער וואס שרייבט גארנישט איז אויטאמאטיש א חלק פון דעם אשכול, עס איז מסתם די גרעסטע אשכול, 150 בלעטער מיט גארנישט.
נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 4:06 pm
דורך רויטע וואנצעס
טאקע א חידוש, א אשכול [tag]מלא וגדוש[/tag], מיט גארנישט.
נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 4:07 pm
דורך פלעין יודיש
[tag]מלא וגדוש[/tag] איז א סתירה מיט גארנישט
נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 4:07 pm
דורך פלעין יודיש
וואנצעס האסט מיר אויסגעכאפט מיט א מינוט
נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 4:11 pm
דורך עפל סיידער
שמעקעדיג האט געשריבן:יעדער איינער וואס שרייבט גארנישט איז אויטאמאטיש א חלק פון דעם אשכול, עס איז מסתם די גרעסטע אשכול, 150 בלעטער מיטגארנישט.
איך זע שוין דא עטליכע טויזענט בלעטער ווער האט עס ביי דיר געמעקט
געלעגער?
נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 4:18 pm
דורך רויטע וואנצעס
די גארנישט פארשטיי איך, אבער וואס איז די והמסעתף? א האלבע זירא?
נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 4:20 pm
דורך לית דין בר נש
...
נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 4:28 pm
דורך יין שרף
[left].[/left]
נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 4:33 pm
דורך Shiala
נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 4:35 pm
דורך לאליפאפ
.
נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 4:38 pm
דורך פליקער
מלא וגארניש
נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 4:40 pm
דורך גאלד
ר' יוחנ'טשע מ'ראכמעסטריווקע, האט אמאל געזאגט: די טאטע ז"ל (המגיד מ'צ'רנויבל) האט איבערגעלאזט פאר אלע קינדער עפעס א געוויסער מדרגה, מיך האט ער איבערגלאזט "גארנישט", האבן די חסידים עס אויסגעטייטש אז דער "גארנישט" מיינט ענוה,
נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 6:12 pm
דורך געפילטע פיש
העי! הער אויף! איך האב דאס געשריבן אזוי כדי דו זאלסט עס נישט קענען ליינען! סארא חוצפה? גארנישט!
נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 8:40 pm
דורך רויטע וואנצעס
ס'געווען א מאל איד וואס האט גארנישט געהאט צו טוען. ער האט גארנישט געהאט צו טראכטן, גארנישט געהאט צו רעדן, און גארנישט געוואלט. ויהי היום דער איד איז אזוי משוגא געווארן פון גארנישט, אז ער איז קראנק געווארן מיט די שרעקליכע מחלה פון גארנישט. זיינע חבירים האבן אבער גארנישט געטוען דערוועגן. ס'דורך א שטיק צייט, און די וויירוס פון גארנישט, האט זיך אריבערגעכאפט צו זיינע חבירים, ווייל זיי האבן גארנישט געטוען דערוועגן. מיט די צייט איז א האלבע שטאט קראנק געווארן פון גארנישט. די רב פון די קהילה, הרב גארנישט מלפנים בפלעטבוש, האט צאמגערופן א דרינגענדע אסיפה צו רעדן איבער דעם שרעקליכן נושא פון גארנישט. נאכ'ן איבער שמועסן אלע פרטים, וואס האט זיך פארצויגן פאר א טאג מיט גארנישט, איז געבליבן, אז מ'וועט עפענען א ספעציעלע אפטיילונג, אינעם שטאטעשין קאווע שטיבל, מיט'ן נאמען גארנישט אז די אלע גארנישט געשלאגענע אידן, זאלן האבן א פלאץ ווי זיי קענען זיך מחזק זיין מיט גארנישט און נישט.
נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 11:06 pm
דורך איך אויך
גאלד האט געשריבן:ר' יוחנ'טשע מ'ראכמעסטריווקע, האט אמאל געזאגט: די טאטע ז"ל (המגיד מ'צ'רנויבל) האט איבערגעלאזט פאר אלע קינדער עפעס א געוויסער מדרגה, מיך האט ער איבערגלאזט "גארנישט", האבן די חסידים עס אויסגעטייטש אז דער "גארנישט" מיינט ענוה,
די מעשה גייט אזוי: נאכען פטירה פון ר' מרדכי מטשערנאביל האבען זיך די אכט קינדער צוטיילט מיט די ירושה ,איינער האט גענומען די מנורה די צווייטע די קערה די דריטע די בעקיטשע א. א. וו. ווען עס איז געקומען צו די יונגסטע קינדער איז גארנישט געבליבן האט דער פאר עם זיך אנגעריפן ''וועל איך נעמען דאס גארנישט'' הערענדיג דאס האט ר' יוחנן ,וואס איז געווען די יונגסטע זין געזאגט ''אפילו דאס גארנישט האט מען מיר נישט איבערגעלאזט וועל איך נעמען די גארנישט מיט גארנישט''. און דאס האט געדארפט צו זיין א רמז אויף זיין ענווה מופלגת.
נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 12:16 am
דורך petergrifin
איך אויך האט געשריבן:גאלד האט געשריבן:ר' יוחנ'טשע מ'ראכמעסטריווקע, האט אמאל געזאגט: די טאטע ז"ל (המגיד מ'צ'רנויבל) האט איבערגעלאזט פאר אלע קינדער עפעס א געוויסער מדרגה, מיך האט ער איבערגלאזט "גארנישט", האבן די חסידים עס אויסגעטייטש אז דער "גארנישט" מיינט ענוה,
די מעשה גייט אזוי: נאכען פטירה פון ר' מרדכי מטשערנאביל האבען זיך די אכט קינדער צוטיילט מיט די ירושה ,איינער האט גענומען די מנורה די צווייטע די קערה די דריטע די בעקיטשע א. א. וו. ווען עס איז געקומען צו די יונגסטע קינדער איז גארנישט געבליבן האט דער פאר עם זיך אנגעריפן ''וועל איך נעמען דאס גארנישט'' הערענדיג דאס האט ר' יוחנן ,וואס איז געווען די יונגסטע זין געזאגט ''אפילו דאס גארנישט האט מען מיר נישט איבערגעלאזט וועל איך נעמען די גארנישט מיט גארנישט''. און דאס האט געדארפט צו זיין א רמז אויף זיין ענווה מופלגת.
ויהי לפלא (קרעדיט @יאיר)
נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 12:22 am
דורך חזקיהו המלך
איינער האט אמאל געזאגט: אז ער איז טאקע גארנישט, אבער יענער איז צוויי מאל גארנישט....