בלאט 1 פון 4
יא ס'איז א פאקט! "קרעמער" פארלאזט אייוועלט
נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 8:57 pm
דורך יידל
יא ס'איז א פאקט! נאכן גרינדען אייוועלט און איר באגלייטען כמעט זעקס יאר, שרייבענדיג א קיימא לן פון 28239 תגובות (און די נייע אייוועלט סייט), 13.14 הודעות פער טאג אָן עווערידזש, האט קרעמער זיך געגעבן א הייב אויף, און אפגעפיצט. ס'איז געווען קודם
אן אשכול, ווי קרעמער האט מרמז געווען אז ער גייט פארלאזן די אינטערנעט. דערנאך איז געקומען א טוויט ווי קרעמער האט געשריבן
קרעמער אויף טוויטער האט געשריבן:אין ליכט פון "כינוס כלל ישראל" איז מעגליך אז איך וועל גענצליך אויפגעבן דעם אינטערנעט. קיין אפריל דער ערשטער וויץ. ערנסטע געשעפטן. השם יעזור.
דערנאך איז זיין
טוויטער קאנטע אויך אויסגעמעקט געווארן. פארשוואונדען וואו אין וואסער אריין, מיט אירע הונדערטע טוויטס. היינט האב איך שוין געזען
אן אשכול אין אייוועלט ווי קרעמער ווערט באוויינט און מוספד. די אחראים און מנהלים פון אייוועלט האבן דערווייל אנגענומען א שטילשווייגעניש איבערן גאנצן מעשה, אבער איך גלייב אז גאר בקרוב גייט מען אדער הערן פון קרעמער אז ער שפירט זיך פשוט נישט אזוי אמבעסטען, אדער אז ער געזעגנט זיך פון אייוועלט בדמעות שליש.
וואס זאגט דאס פאָר פאַר אייוועלט? זייענדיג דער גרעסטער שרייבער אין אייוועלט, וועט זיין פארלוסט שטארק געשפירט ווערן. ווי זאגט יענער? "אייוועלט איז אויס וועלט". אנדערע זאגן אז דאס וועט בכלל נישט שאטן, אייוועלט פארט שוין היינט צו טאגס אויף די אייגענע רעלסן, ס'דארף נישט קיינעם'ס הילף. וואס איז דער אמת? ימים ידברו.
נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 9:00 pm
דורך זר זהב
ער וועט זיין צוריק מיין איך.
נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 9:02 pm
דורך שמואל הלוי
זר זהב האט געשריבן:ער וועט זיין צוריק מיין איך.
וואס מאכט דיר קלערן?
נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 9:03 pm
דורך זר זהב
ס'נישט גרינג צו פארלאזן אן אייגען אויפגעבויטען אימפעריע.
נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 9:04 pm
דורך יידל
אפשר איז ער אוועק אלס גילוי...
נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 9:04 pm
דורך געפילטע פיש
אפשר וויל ער זיך אריבערציען אהער.
נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 9:05 pm
דורך זר זהב
די גילוי איז נאך דערווייל נישט פארגעקומען
נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 9:08 pm
דורך יידל
זר זהב האט געשריבן:די גילוי איז נאך דערווייל נישט פארגעקומען
וויאזוי ווייסטו? אפשר איז עס פארגעקומען ערגעץ אין "ריעל לייף"?
נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 9:10 pm
דורך שמואל הלוי
יידל האט געשריבן:אפשר איז ער אוועק אלס גילוי...
א שיינע פראצענט ניקס קענען אים פערזענליך, אלזא קלער איך נישט אז דאס איז די סיבה.
נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 11:17 pm
דורך שמעקעדיג
געפילטע פיש האט געשריבן:אפשר וויל ער זיך אריבערציען אהער.
כדי אהערצוקומען מוז מען נאך נישט איבערלאזן אייוועלט.... ס'איז אלו ואלו דברי....
נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 11:37 pm
דורך יידל
קארל האט געשריבן:ס'איז שווער פאראויסצוזאגן צי קרעמער וועט עס קענען דורכברעכן ביי זיך אליין צי נישט. למעשה איז קרעמער צוגעבינדן צו זיין וועלטל שוין א סך יארן, און עס פארלאנגט זיך א סך קוראזש און כח המעצר צו קענען באשלוסן אויפצוהערן.
ס'איז מער ווי סתם א כוח המעצר. ווי ס'שיינט איז אינטערנעט - אייוועלט - געווען אן עדיקשאן פאר אים. אז מ'קוקט צוריק אויף זיינע הודעות, קען מען זען אז ער האט געשריבן און אלע שעות פון טאג - פון פרי צופרי ביז שפעט ביינאכט. אזא שטארקע עדיקשאן לאזט זיך נישט אזוי גרינג ברעכן.
נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 11:38 pm
דורך זר זהב
אפשר האט ער איינגעטשעקט אין א עדיקשען פאסילעטי וואו ער נעמט טעראפי ?
נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 11:39 pm
דורך יידל
זר זהב האט געשריבן:אפשר האט ער איינגעטשעקט אין א עדיקשען פאסילעטי וואו ער נעמט טעראפי ?
אשפג. ערנסט גערעדט, צו קענען דורכפירן אזא זאך מוז מען האבן גאר שטארקע סופפארט, א שטארקע רצון וכו'.
נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 11:55 pm
דורך דבילה
געפילטע פיש האט געשריבן:אפשר וויל ער זיך אריבערציען אהער.
'ך מיין אז ער דרייט זיך שוין דא ביינונז! אפשר גאר שמואל הלוי? גיי ווייס! ער האט נאר געדארפט א גענוק גוטע סיבה צו קענען אויפהערן שרייבן אין אייוועלט און יעצט האט ער געכאפט די געלעגנהייט... אשפג
נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 12:07 am
דורך דעינעש
יידל האט געשריבן:קארל האט געשריבן:ס'איז שווער פאראויסצוזאגן צי קרעמער וועט עס קענען דורכברעכן ביי זיך אליין צי נישט. למעשה איז קרעמער צוגעבינדן צו זיין וועלטל שוין א סך יארן, און עס פארלאנגט זיך א סך קוראזש און כח המעצר צו קענען באשלוסן אויפצוהערן.
ס'איז מער ווי סתם א כוח המעצר. ווי ס'שיינט איז אינטערנעט - אייוועלט - געווען אן עדיקשאן פאר אים. אז מ'קוקט צוריק אויף זיינע הודעות, קען מען זען אז ער האט געשריבן און אלע שעות פון טאג - פון פרי צופרי ביז שפעט ביינאכט. אזא שטארקע עדיקשאן לאזט זיך נישט אזוי גרינג ברעכן.
אמאל אז ער איז שוין פארעקלט פונעם עדיקשאן, און עס קומט ארונטער א גוטן תירוץ אוואו איצט, און נאכדערצו אזא הייליגע תירוץ, העלפט עס גיין נאך מער אפעטיטלעך, און אויך מיט א שם טוב.
(ס'זאל נישט אויסגערעדט זיין אז ער ווארט פשוט אז די Heat זאל אריבערגיין, חלילה וחס..)
נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 12:10 am
דורך יידל
פארעקלט פון עדיקשאן? קיינמאל געהערט פון אזא מושג.
נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 12:59 am
דורך אברעמעל
ווי איז די גאנצע מקור אז ער האט זיך אפגעלאזט דערפון?
ער האט געשריבן איז מעגליך, אז איינער האט געעפענט א אשכול אין אייוועלט מיינט נאכנישט אז ס'איז באשטעטיגט, ס'געפעלט מיר ווי מ'איז שוין דן די סיבה, און צו ער גייט קענען, נאך פאר ער האט אפילו אפגעמאכט.
נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 7:51 am
דורך דעינעש
יידל האט געשריבן:פארעקלט פון עדיקשאן? קיינמאל געהערט פון אזא מושג.
רוף עס אן וויזוי די ווילסט.. פאר אים איז עס ממש לכאורה געווען א מוז (אינ'אמת'ן נישט, ווי מען זעט איצט,) דורך צו ליינען בערך מרישא ועד גמירא יעדן פאוסט, אוטאמאטיש איז צוגעקומען זיינע זיניגע און זאכליכע תגובות, ווי אויך אויף נעמען נייע ניק'ס, און זיי שטעלן אויף גלייכע רעלסן (ווי נישט ווי, איז דאס אמאל נישט אזוי לייכט), און די וויליג הארציגע פון די, אריין צושטעלן אויף א בכבוד'יגן פאאסטען זייערע, ווי אויך צוזעהנדיג אלט באזעסענע ניק'ס נאך א גלאררייכע היסטאריע ווערן נעלם, און ווי יידל האט ערווענט האט דאס כולל געווען אלע שעות פון טאג כמעט ביומי דחול, (חוץ שבתות וימים טובים ויומי דפגרא, ווי חוה"מ, [געווען א גוטע צייט פאר אים עס שוין דעמאלטס עס צו פרובירן אין ריעל לייף]), עס האט אים געפאלן די פרייוועט לייף, און איז אים שטארק צוניץ געקומען, אינ'אנ'אמת'ן, וואס בלייבט פון די אלע תגובות, און אז דער כל יכול העלפט מען קען טון מער פראדוקטיוו ווי אייוועלט, איז אשרי לו ולחלקו,
וירחם ה' גם עלינו, בתוש"י.
נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 8:55 am
דורך שמואל הלוי
יעצט קען מען בכלל נישט אריינגיין אין איי וועלט...
נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 9:06 am
דורך שמואל הלוי
מ'קען שוין צוריק אריינגיין.
נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 1:27 pm
דורך אךשמח
דא האב איך געשריבן צו מיין אלטער ידיד ר' קרעמער זאל זיין געזונט.
נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 4:38 pm
דורך יידל
אברעמעל האט געשריבן:ווי איז די גאנצע מקור אז ער האט זיך אפגעלאזט דערפון?
ער האט געשריבן איז מעגליך, אז איינער האט געעפענט א אשכול אין אייוועלט מיינט נאכנישט אז ס'איז באשטעטיגט, ס'געפעלט מיר ווי מ'איז שוין דן די סיבה, און צו ער גייט קענען, נאך פאר ער האט אפילו אפגעמאכט.
שנאפס האט געשריבן:קרעמער שרייבט מיר אויף טעקסט אז ער האט פארמאכט זיין טוויטער אקאונט, און ער האפט אויפצוהערן שרייבן דא
נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 5:04 pm
דורך אברעמעל
שכוח יידל,
דערווייל שרייבט ער נאך "ער האפט", קוקט אויס ער האט נאכנישט אפגעמאכט.