בלאט 1 פון 2

קאמף קעגן קאנסערט'ס און פארגעשריטענע צאמקומען.

נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 4:01 pm
דורך עפל סיידער
אין א פאראייניגטער קאמף קעגן פארגעשריטענע מוזיק און זינגער האבען צוויי סאטמארע רבנים אין יוראפ מפרסם געווען אן איסור השתתפות ביי א קומזיץ פון א. פריד

נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 4:10 pm
דורך ברסלבער
הרב וואזנער רעדט זיך אפ אז ער האט נישט קיין פלאץ אויפן פאפיר איסצורעכענען אלע סיבות פארוואס עס איז אסור אהינצוגיין. א שאד ער האט מיר נישט גערופן פארדעם, איך וואלט מנדב געווען נאך א צוויי דריי פאפירן, ער זאל קענען שרייבן די סיבות. אלנפאלס, אז ער האט טאקע נישט קיין פלאץ וואלט ער געמעגט שרייבן כאטש איין סיבה עס צו אסר'ן, עס זאל מאכן כאטש אביסל סענס.
הרב שנעק האט יא געטראפן א סיבה לאסור, דאס איז ווייל עס איז עבודה זרה. און יעצט אין חודש ניסן איז די פאסיגע צייט פון משכו ידיכם מע"ז. ער האט אבער פארגעסן צו שרייבן וואו ע"ז קומט דא אריין אין בילד.

ווי האט יענער געזאגט? דאס רשעות וואלט איך שוין מוחל געווען, אבער נישט די טפשות.

נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 4:12 pm
דורך שטילע אינגערמאן
סטעמפאורד הילל איז זייער א פרומע (קרומע) שטאט.
זיי פארמאגן 50 ציממערמאן'ס. נאר מיט א משהו בושה

נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 4:14 pm
דורך פלעין יודיש
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:סטעמפאורד הילל איז זייער א פרומע (קרומע) שטאט.
זיי פארמאגן 50 ציממערמאן'ס. נאר מיט א משהו בושה

[tag]לאנדאנער[/tag] ריף דיך אהן

נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 4:16 pm
דורך עפל סיידער
די לאנדאנע זענען נאכנישט נשפע פון קאווע שטיבעל דארט גייט נאך אלעס אהן ווי אמאל, אפילו די בעלי בתים זענען דערצו מסכים עס בענקט זיך צו די צייטען ווען אין אמעריקא האט נאך אויך אזוי אויסגעזעהן.
איך האף דער ארויסגעווארפענער פון איי-וועלט וועט עס נישט מעקן.

נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 4:32 pm
דורך berlbalaguleh
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:סטעמפאורד הילל איז זייער א פרומע (קרומע) שטאט.
זיי פארמאגן 50 ציממערמאן'ס. נאר מיט א משהו בושה

און איך מיין אויך מער אידעלעך ווי אין ווילי-ב.פ.-מאנסי,יצ"ו, וועלכע גייען ליידיג מיט'ן טאג און האלטן אין איין טראכטן וויאזוי צו העלפן פאר'ן באשעפער אז ער זאל ח"ו נישט גיין באנקראט. די אלע חשוב'ע אידן מאכן זיכער אז זייער וועלפעיר טשעק ,וכל שום וחניכא דאית לי' איז שוין אריינגעקומען אויף ביידע נעימען. נאכדעים, אז ס'איז נאך געבליבן צייט ביז מנחה-מעריב, הייבט מען אן צו טראכטן וויאזוי מ'קען צו העלפן די אייבישטער... :? 8-) :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :רח"ל :רח"ל :רח"ל :P :cry: :( :o

נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 4:45 pm
דורך לאנדאנער
פלעין יודיש האט געשריבן:[tag]לאנדאנער[/tag] ריף דיך אהן

אקעי! איך בין דא.

עס איז איבערהויפט נישטא קיין פופציג צימערמאנס אין לאנדאן, נאר דא איז דא א דראסטישע חילוק צווישן ווילי און לאנדאן, אז אויב א רב שרייבט א צעטל מיינט נאכנישט אז עמיצער קימערט זיך דערמיט.. מ'שמייכלט זיך אונטער און מ'גייט ווייטער.

דער ר' יוסף בנימין איז א גאסט אין לאנדאן הערשט א צוויי דריי יאר און ער האט שוין געשריבן מער בריוולעך און איסורים ווי זיין טאטע האט געשריבן כל ימיו פה. און דער שנעק איז סתם א נאאיווער יונגערמאן וואס וויל נישט אז ער זאל בלייבן דער נישט קנאי'שער, מוז ער אויך ארויסשפרינגען.

נאכאמאל מ'לאכט זיך אויס און קיינער אינפארסט נישט און קיינער פליט נישט פון די מוסדות!

נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 7:27 pm
דורך איש עברי
על פי הלכה מהיכי תיתי, על פי חינוך אקעי, אבער וואס מיינט דאס על פי הנהגה?

נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 8:03 pm
דורך לאליפאפ
איש עברי האט געשריבן:על פי הלכה מהיכי תיתי, על פי חינוך אקעי, אבער וואס מיינט דאס על פי הנהגה?

ביז דא פארשטייסטו אלעס?? סיק פיפעל.

על פי הנהגה הייסט לכאורה ע"פ מנהג אבותינו ורבותינו. (אן אלטע מצוה אין די נייע תורה)

נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 10:26 pm
דורך רויטע וואנצעס
לונדון האט שופטים אן שוטרים. צוריקגעבליבן. אונז אין ניו יארק זעמיר די לאקי וואנס. ציממערמאן, שור, פריעדמאן ועוד.

נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 11:11 pm
דורך איך אויך
אינטרעסאנט אז די אוסרים שרייבן צו פונטקליך ווי און ווען דער קומזיץ קומט פאר אזוי אז אויב איינער האט נישט געוויסט פונקטליך ווייסט ער יעצט ,נאר די צייט פעלט.

נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 10:12 am
דורך טעפל
איך אויך האט געשריבן:אינטרעסאנט אז די אוסרים שרייבן צו פונטקליך ווי און ווען דער קומזיץ קומט פאר אזוי אז אויב איינער האט נישט געוויסט פונקטליך ווייסט ער יעצט ,נאר די צייט פעלט.

אפשר האט מען זיי פשוט באצאהלט זיי זאלען עס מפרסם זיין?!

נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 10:44 am
דורך לאנדאנער
הענדס אפ פאר די לאנדאנע ראשי הקהילה :לייק :לייק :לייק

אן קיין מורא פארדאמען זיי פארוואס צוויי רבנים האבן זיך ארויסגעשטעלט קען א גענצליך כשר'ע אינטערטעינמענט!

נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 10:46 am
דורך רויטע וואנצעס
פאלשער ווי פאלש, אבער גוט פאני.

קוקט אויס אזוי אמת ווי דאס

נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 12:47 pm
דורך פלעין יודיש
כשר לפסח או כשר על פסח.jpg

נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 8:03 pm
דורך עפל סיידער
לאנדאנער האט געשריבן:הענדס אפ פאר די לאנדאנע ראשי הקהילה :לייק :לייק :לייק

אן קיין מורא פארדאמען זיי פארוואס צוויי רבנים האבן זיך ארויסגעשטעלט קען א גענצליך כשר'ע אינטערטעינמענט!


עס איז א טיפשות אזא הודעה, עס געט גאר א שטארקער שטופ פאראויס פאר נאך אקטיוויטעיטן אין אזא פאל געווענליך ווען מען בילט, שיקט עס א מעסעדזש צו שיסען נאך פיילען.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 8:52 pm
דורך berlbalaguleh
טעפל האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:אינטרעסאנט אז די אוסרים שרייבן צו פונטקליך ווי און ווען דער קומזיץ קומט פאר אזוי אז אויב איינער האט נישט געוויסט פונקטליך ווייסט ער יעצט ,נאר די צייט פעלט.

אפשר האט מען זיי פשוט באצאהלט זיי זאלען עס מפרסם זיין?!

דאס דערמאנט מיך די ארטיקלען פון "דער איד" פון דרייסיג יאר צוריק, בערך. ווען ס'געווען א חשוב'ער איד א שרייבער, הרב מ.צ. סאסנע וועלכער האט א יעדע וואך אויסגערעכנט וואו ס'איז דא א ראק קאנצערט אין די מאונטעינס און אנדערע דברים שלא כהוגן וועלכע האבן זיך אפגעשפילט אין שטאט. אזוי, אז ווער ס'האט געוואלט טון אן עבירה, ח"ו האט נישט געדארפט מער ווי אריינקוקן אין די באשרייבונג פון הרב סאסנע און ר'האט שוין געוואוסט וואו צו גיין... :? :roll: 8-) :lol: :x :P :oops: :cry: :( :o :רח"ל

נשלח: מאנטאג מערץ 14, 2022 9:53 pm
דורך איש את רעהו
יאפפעד און איר אנפירער האבן אנגעגריפן א קבוצה צעטלעך פארשפרייטער וואס מאכן דעי טעג פראפאגאנדע אנטקעגן כוליגאנישע מוזיק, ס'פאני אז יאפע''ד כאפט זיך אהן אין דעם,
קוקט אויס ס'גייט נישט אזוי גוט פאר זיי מיט די רעזאלט''ס פינעם נ.י. עדיוקעשין גיידליינס.

נשלח: דינסטאג מערץ 22, 2022 3:01 pm
דורך תרמב
די צעטלעך האבן מיר אויך געבאדערט, מ'נוצט נישט די ווערטער BLM אויף אזעלכע זאכן, ס'איז צו א האקעלע ווארט אז מ'זאל קענען הענגען צעטלעך וועגן גויעשע מוזיק איבער די גאסן פון שטאט, ס'איז דא גענוג און נאך לאזונגען וואס מ'קען נוצן מ'דארף נישט נוצן א ווארט וואס קען ארויסנעמען מענטשן פון די כלים.

נשלח: דינסטאג מערץ 22, 2022 8:40 pm
דורך berlbalaguleh
פלעין יודיש האט געשריבן:
כשר לפסח או כשר על פסח.jpg

זייט ווען נוצט מען כריין פאר א קרבן פסח. אדער מ'עסט עס מיט דעם קרבן פסח?!

מיט די צייט וועט נאך גרילל אן ליע אויפקומען מיט א קרבן פסח מעניו...בהשגחת התאחדות הרע-בנים...! מיט די השגחה תמידית פון דעם (הייליגן) סאראש גאטיאש'ער רב שליט"א. וואס ער איז נאך 'דערהיים אין אונגארן געווען מרא דאתרא פון דעם שטעטל סאראש גאטיאש, והגלילות...!

Re: קאמף קעגן קאנסערט'ס און פארגעשריטענע צאמקומען.

נשלח: דינסטאג מערץ 22, 2022 9:55 pm
דורך ברוינשטיין
berlbalaguleh האט געשריבן:התאחדות הרע-בנים...! ...!


שכוח פאר דעם אויספלאץ

נשלח: דינסטאג מערץ 22, 2022 10:59 pm
דורך יין שרף
berlbalaguleh האט געשריבן:
פלעין יודיש האט געשריבן:
כשר לפסח או כשר על פסח.jpg

זייט ווען נוצט מען כריין פאר א קרבן פסח. אדער מ'עסט עס מיט דעם קרבן פסח?!

מיט די צייט וועט נאך גרילל אן ליע אויפקומען מיט א קרבן פסח מעניו...בהשגחת התאחדות הרע-בנים...! מיט די השגחה תמידית פון דעם (הייליגן) סאראש גאטיאש'ער רב שליט"א. וואס ער איז נאך 'דערהיים אין אונגארן געווען מרא דאתרא פון דעם שטעטל סאראש גאטיאש, והגלילות...!

בערל זעצט אייך לערנען שו"ע.. שלא לומר על דבר שזה לפסח, שנראה שמקדישו לקרבן פסח, י"א שזה רק בבעלי חיים הכשרים להקריבן, וי"א שזה גם בבע"ח שאינן ראויין להקרבה (כגון תרנגולים ודגים). ויש מחמירין גם בשאר דברים, שיתכן שנראה שימכרם, ומקדיש הממון לקרבן פסח.

חוץ מזה מפורש אז מען פלעגט עסן די קרבן פסח מיט כריין, על מצות ומרורים יאכלוהו :lol:

נשלח: מיטוואך מערץ 23, 2022 12:05 pm
דורך קידוש
תרמב האט געשריבן:די צעטלעך האבן מיר אויך געבאדערט, מ'נוצט נישט די ווערטער BLM אויף אזעלכע זאכן, ס'איז צו א האקעלע ווארט אז מ'זאל קענען הענגען צעטלעך וועגן גויעשע מוזיק איבער די גאסן פון שטאט, ס'איז דא גענוג און נאך לאזונגען וואס מ'קען נוצן מ'דארף נישט נוצן א ווארט וואס קען ארויסנעמען מענטשן פון די כלים.

updated version