בלאט 1 פון 6
אויסטוהן ווייסע זאקען
נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 11:20 pm
דורך ארבעס
קודם וויל איך מקדים זיין, איך דריי מיך אין שטיבעל איבער א יאר שוין אין איך האב זעהר הנאה פין די פילפילים אין נושאים.
א זאך דריקט מיך לאנג.
איך בין אזוי גערופענע א חסידישע אינגערמאן פין א גרויס חסידות קרייז.
חתונה געהאט היבש א פאר יאר שוין.
ווען איך בין געוועהן א בחור בין איך געוועהן אנגעצוימט אין א פאנאטישע.... איך קען שרייבען א בוך אבער איך וויל גיין צים פונקט.
איך טראג ווייסע זאקען אין איך פיהל מיך זייער נישט באקוועם מיט דעם מער.
איך וואלט מיך קאטאראגעזירט אלס א עוועריזש חסידישע אינגערמאן, איך שטרעב צי זיין ערליך, אין צי מחנך זיין מיין צאן קדשים על דרך אבותנו.
ווען איך האב היינט חתונה וואלט איך זעכער נישט אנגעטוהן ווייסע זאקען.
מיין פראגע איז, וואס איז די חטא אז איך דיסייד אז איך וויל מערנישט טראגען ווייסע זאקען?
עס באדערט מיך באמת......
ביטע נישט קיין ליצנות.....
נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 11:26 pm
דורך שטילע אינגערמאן
וואס שטערט דיך די ווייסע זאקן?
ס'איז היינט נישט קיין סתירה מיט גארנישט.
איינער זאגט מיר ער האט שוין געזעהן אינגערלייט מוצ"ש ארויס קומען פון א טייאטער מיט די ווייסע זאקן,
ס'דא וואס שערן זיך די בארד מיט ווייסע זאקן, מאדערנע העמעדער מיט ווייסע זאקן, אפי באקעל שיך אין קאפלינגס אויך.
כ'ווייס נישט וועלעכע חסידות קומסט אבער כ'מיין טאמער א אינגערמאן טוט אויס די ווייסע זאקן גייט עס זיין טאלק אוו טאון.
לפע"ד בלייב דערמיט.
נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 11:30 pm
דורך מצטמק ויפה
שטילע איז זייער גערעכט, ווייסע זאקן האט שוין היינט מיט פרומקייט נישט קיין שייכות ניטאמאל ערשטע קאזינס. און גארנישט האלט נישט אפ, ווייל מען גייט מיט ווייסע זאקן. משא"כ די בושה פון זיך אויסטוען איז נישט אזוי געשמאק.
נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 11:35 pm
דורך רויטע וואנצעס
ס'ווענט זיך פארוואס דו טראגסט ווייסע זאקען:
פאר'ן אייבישטער - שטייט נישט אין די תורה.
פאר דיין חסידות - מ'וועט דיר ווארפן אויב נישט?
דיין שווער - ער גייט וויאזוי דו ווילסט?
דיין ווייב - זי וועט בעטן א גט אויב נישט?
אלא מאי, לאזט א שטיקל ווייסע (געלע) סחורה, אויסגעצויגן אויף די אינטערשטע חלק פון דיין פיס, צונעמען דיין מנוחה. מאכט נישט קיין סענס.
נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 11:56 pm
דורך בעל הבית
איך פארשטיי דיין ווייטאג, די אלע וואס זאגן וואס גייט דיך אן לאך דיר אויס, איז וועגן זיי אליין גייען נישט, באמת ס'איז א פראפלעים א סאך זיכן די וועג ארוס
נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 12:09 am
דורך ארבעס
איך פארשטיי אז דאס גיין ווייסע זאקען איז היינט א נישט מער ווי א סטייל ביי אסאך.
נו נו. איך האב נישט ליב דער סטייל. פיריעד.
איך שעם זיך זייער.
איך קען זאגען אז עס שטערט מיך צי עבדות השם.
נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 12:12 am
דורך דריידל
קודם שלום עליכם רב ארבעס. יהא בואכם לברכה להרמת קרן השטיבל.
קוקט אויס די דרייסט דיך נאכנישט דא געניג לאנג. אלס א תושב דא וועסטי געוואר ווערן אז עניני לבוש ברויך בכלל נישט זיין קיין עסק. ווייל טאמער הייבסטי אן מיט די מהלך וועסטי נישט פערטיג ווערן. מארגן וועסטיך אפ רעדן אז די שטריימל איז צו שווער און איבערמארגן וועסטי זאגן אז א בעקיטשע מאכט שוויצן והיום אומר לו עשה כך ולמחר אומר עשה כך עד שיאמר וכו'. בעסער מאך שלום מיט די מצב אין לאך דיך אויס דערפון.
נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 12:21 am
דורך ארבעס
ממה נפשך. איז לבוש נישט אן עסק, דעמאלסט לשיטתך זאל איך אויסטיהן אין מען וועט רעדן א פאר וואכען אין דעטס איט.
נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 12:30 am
דורך שטילע אינגערמאן
ארבעס טייערע,
די עולם דא זאגט אז נישט,
די וועגדגי רעדסט זעהט אויס די גייסט אויטוען עני וועי,
אבער כ'בעהט דיך ברחמים טראכט עס גוט אדורך, טוסט א גרויסע טעות אין מיינע אויגן,
זאגסט אז מגייט פארגעסען נאך אפאר וואכן, קען זיין מ'וועט נישט שמועסן דערפון אבער מ'גייט נישט פארגעסען,
כ'האב א חבר וואס האט זיך געטוישט פון א בעבער הוט צו א שטאפענע, ער עסט זיך די געזונט, נישט ווייל ער האט געכאפט א התעוררות עטאקע, נאר ווייל ער איז אנדריש פון זיין משפחה, אין בעיקור ווייל מענטשען געדענקען,
כ'וויל נעשט רעדן ברייט, כ'ווייס דע עולם וועט לאכן אבער ס'דא א ברירה מ'זאל עס געדענקען ווען דארפסט שידוכים טוען,
נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 12:33 am
דורך ארבעס
דער וואס איז גענוג א טיפיש צי אינזין האבען ביי שידוך טוהן , וויל איך עם נישט.
נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 12:35 am
דורך געפילטע פיש
אויב זוכסטו דוקא אויסצוטוהן אבער דו שעמסט דיך מפני המלעיגים עליו, רעד איין דעם עולם אז דו האסט עפעס א מיחוש אויפן פוס און די דאקטאר האט דיר געהייסן אויסטוהן די ווייסע זאגן.
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:ארבעס טייערע,
די עולם דא זאגט אז נישט,
די וועגדגי רעדסט זעהט אויס די גייסט אויטוען עני וועי,
אבער כ'בעהט דיך ברחמים טראכט עס גוט אדורך, טוסט א גרויסע טעות אין מיינע אויגן,
זאגסט אז מגייט פארגעסען נאך אפאר וואכן, קען זיין מ'וועט נישט שמועסן דערפון אבער מ'גייט נישט פארגעסען,
כ'האב א חבר וואס האט זיך געטוישט פון א בעבער הוט צו א שטאפענע, ער עסט זיך די געזונט, נישט ווייל ער האט געכאפט א התעוררות עטאקע, נאר ווייל ער איז אנדריש פון זיין משפחה, אין בעיקור ווייל מענטשען געדענקען,
כ'וויל נעשט רעדן ברייט, כ'ווייס דע עולם וועט לאכן אבער ס'דא א ברירה מ'זאל עס געדענקען ווען דארפסט שידוכים טוען,
און איך קען מענטשען וואס האבן געטוישט די גאנצע לבוש, איינער די הוט, איינער די רעקל, ביז אפאר יאר געדענקט שוין קיינער נישט, און אז מ'געדענקט מאכט מען נישט קיין נייסעק דערפון. שידוכים? טאקע מיט די וואס וועלן מאכן אן עסק אז פאר צען יאר פריער האט ער זיך אויסגעטוהן די ווייסע זאקן און דערפאר נישט טוהן קיין שידוך מיט עם, מיט זיי וויל ער זיך טאקע נישט משדך זיין. דיר נישט איינגעפאלן, הא?
--
אה! ארבעס האקט, ברוך שכיוונתי.
נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 12:35 am
דורך יואליש
נישט ווייל ער טוט זיך אויס די ווייסע זאקן איז ער א שגץ, נאר ווייל ער איז א שגץ טוט ער זיך אויס די ווייסע זאקן.
נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 12:38 am
דורך נולד מאוחר
טו עס נישט אויס, מאך זיכער עס נישט אנציטאן און פארטיג.
ערענסט גערעט אז די האסט די גאטס עס אויסציטון כל הכבוד. סוועט דיר גארנישט שאטן.
נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 12:38 am
דורך שטילע אינגערמאן
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:כ'וויל נעשט רעדן ברייט, כ'ווייס דע עולם וועט לאכן אבער ס'דא א ברירה מ'זאל עס געדענקען ווען דארפסט שידוכים טוען,
אוי האב איך גוט געטראכט,
געפילטע מרעדט נישט וועגן טוישן די לבוש אינגאנצען, אין ווערן פון א סאטמערע א בנימין אייזנבערגער וגו'
אונז רעדן וועגן בלייבן די זעלבע סביבה,
נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 12:39 am
דורך דריידל
ארבעס האט געשריבן:ממה נפשך. איז לבוש נישט אן עסק, דעמאלסט לשיטתך זאל איך אויסטיהן אין מען וועט רעדן א פאר וואכען אין דעטס איט.
אז ס'איז נישט קיין עסק, לאזט מען סטאטוס קווא. אויב די מאכסט אזא טשעינדזש ווייזטי אז עס מיינט עפעס.
דיינע קינדער וועסטי אויסלערנען אז ס'איז נערישקייטן און זיי זאלן גיין וויאזוי זיי ווילן ווילאנג ס'איז איידל און אויסגעהאלטן עפ"י תורה
נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 12:40 am
דורך חביבי
נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 12:51 am
דורך יואליש
טוה נישט אויס די ווייסע זאקן. קינדער וועלן דיך נאכלויפן ווי א גאסן משוגענער, "הע הע, א טאטע מיט נאקעטע פיס."
נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 12:52 am
דורך מצטמק ויפה
אפשר ביסטו מער מסביר וואס עס שטערט דיך די ווייסע זאקן, אז מען זאל דיך קענען ענטפערן.
ווען ווייסע זאקן זאל ווען ברענגען מיט זיך גדרים וסייגים וועלכע גלעזער מען דארף גיין, און אז מען טאר נישט גיין מיט קיין מאט בעקיטשע, הער איך, אבער למעשה טוט די ווייסע זאקן נישט געבן קיין שום פליכטען, עס איז דיר גארנישט מחייב, קענסט גיין ווי אזוי די ווילסט און פארטיג.
און לאפוקי מדעת בעל הבית, איך גיי גראדע יא מיט ווייסע זאקן.
נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 12:56 am
דורך יושב קרן
איך פאר איינס גלייך נישט ווייסע זאקן. ס'זעט אויס ווי טייץ וואס באלאנגט נאר אויף פרויען
נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 1:01 am
דורך דריידל
און וויאזוי זעט אויס אז שטריימל? דאס באלאגט בכלל אויף א מענטש?
נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 1:02 am
דורך בארא פארקער
סתם שטותים, ביי ר' ב''צ באבובער איז א מאדערנע קהילה אין די עולם טוט זיך אויס די ווייסע זאקן ווי גארנישט
נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 1:02 am
דורך יושב קרן
א שטריימעל גייט יעדער אדער רוב אין אלע היימישע אידישע ישובים
נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 1:06 am
דורך יתרו
ארבעס, טו דאס אויס אבער נאך דע וואך!
כקען איינער וואס האט אים גענומען דרייסיג יאר צו מאכן די מאוו און ער עסט זיך היינט פארוואס ער האט עס נישט געטוען דרייסיג יאר פריער. כנראה וועסטו עס ממילא אויסטוען איינטאג אויב אזוי זיי נישט קיין בהמה און טו דאס אויס זאפארט און געט אוואער וויט איט, נאך דריי וואכן וועסטו פילען ווי א נייע מענטש און קיינער וועט נישט געדענקן אויסער דיין חבר וואס פייגערט עס אויך אויסצוטען און האט נישט די גאטס.