בלאט 1 פון 3

"דער כלל" - נייע אומפארטייאישע צייטונג

נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 1:19 pm
דורך חד גדיא
עס ווערט ערווארטעט אויף פסח ארויסצוקומען די ערשטע אויסגאבע פון די נייע צייטונג "דער כלל". דאס וועט ענדליך זיין אן אומפארטייאישע צייטונג, און וועט זוכן צו קעיטערן פאר אלע היימישע קהילות.
דער ארויסגעבער איז א בעלזער יונגערמאן, און ער האט געמאכט קשרים מיט פילע קהילות און אויסגאבעס אין אנדערע שפראכן צו קענען מיטארבעטן אויף הערליכע גרויסע פראיעקטן.

נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 1:34 pm
דורך פישלע העררינג
איין שאלה:

וויאזוי פלאנט ער נאכצוקומען די אינערליכע קהילה מחלוקיות?

זיך האלטן "נוטראל" וועט נאר געלונגען פאר א אלטגעזצענע צייטונג, כדוגמת המודיע.

ער לייגט זיך שווימען אין מים סרוחים.

נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 1:34 pm
דורך פישלע העררינג
און דאס איז בנוסף צו דער וועכענטליגע "מאמענט"?

נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 2:11 pm
דורך [NAMELESS]
פישל'ע העררינג האט געשריבן:איין שאלה:

וויאזוי פלאנט ער נאכצוקומען די אינערליכע קהילה מחלוקיות?

זיך האלטן "נוטראל" וועט נאר געלונגען פאר א אלטגעזצענע צייטונג, כדוגמת המודיע.

ער לייגט זיך שווימען אין מים סרוחים.

פארוואס קען ער נישט טוהן וואס אלע צייטונגען אין די וועלט טוען. ווי די המודיע אין ענגליש און עברית , און די אנדערע צייטונגען אין א"י

נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 2:13 pm
דורך פישלע העררינג
[tag]ראשעקאל[/tag],

קען זיין אז ער קען יא. איך פרעג נאר לגבי זיין ביזנעס מאדעל, צו ער האט עס גענומען אין באטראכט. סתם א תגובה געשאסן. גארנישט געמיינט.

נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 2:29 pm
דורך שרייבער
וואס טוען די צייטונגען אין א"י לגבי דעם פראבלעם?

נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 2:36 pm
דורך משולם שטיינפעלד
חד גדיא האט געשריבן:עס ווערט ערווארטעט אויף פסח ארויסצוקומען די ערשטע אויסגאבע פון די נייע צייטונג "דער כלל". דאס וועט ענדליך זיין אן אומפארטייאישע צייטונג, און וועט זוכן צו קעיטערן פאר אלע היימישע קהילות.
דער ארויסגעבער איז א בעלזער יונגערמאן, און ער האט געמאכט קשרים מיט פילט קהילות און אויסגאבעס אין אנדערע שפראכן צו קענען מיטארבעטן אויף הערליכע גרויסע פראיעקטן.

אומפארטייאיש לגבי מאכנובקא אויך? אדער זיין חסידות פאליטיק איז יא ערלויבט?

נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 2:52 pm
דורך דריידל
די צייטונגען אין א"י האבן טאקע א גרויסע פראבלעם מיט חסידישע פאליטיק ווי בעלז-מאכנובקע, וויזניץ - ויזניץ און נאך. עס איז אוממעגליך צופרידן צו שטעלן יעדעם איינעם.

בד"וו, איך הער אז צומערמאן שארפט זיך שוין די שטומע קעגן די וואס ווילן מטמא זיין וויליאמסבורג מיט די נייע צייטונג.

נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 3:50 pm
דורך פלעין יודיש
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:
חד גדיא האט געשריבן:עס ווערט ערווארטעט אויף פסח ארויסצוקומען די ערשטע אויסגאבע פון די נייע צייטונג "דער כלל". דאס וועט ענדליך זיין אן אומפארטייאישע צייטונג, און וועט זוכן צו קעיטערן פאר אלע היימישע קהילות.
דער ארויסגעבער איז א בעלזער יונגערמאן, און ער האט געמאכט קשרים מיט פילט קהילות און אויסגאבעס אין אנדערע שפראכן צו קענען מיטארבעטן אויף הערליכע גרויסע פראיעקטן.

אומפארטייאיש לגבי מאכנובקא אויך? אדער זיין חסידות פאליטיק איז יא ערלויבט?

מאן יימר אז מיט א בעלזער יונגערמאן האט ער נישט געמיינט בעלז מאכנוובקא?

נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 3:52 pm
דורך בעל הבית
וועט ער נאך אלץ האבן זיין פאליטיק מיט בעלזא י-ם

נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 7:35 pm
דורך מאראנצןזאפט
דער כלל איז ארויסגעקומען מיט א שאקירנד דפוק'ישע פראפאזל, ממש בזיונות, אויף אן ערגערן פארנעם ווי די ערשטע מצליח אויסגאבע.
עס איז נישטא קיין שורה אן קיין גרייז, א קינדערישע גערעדעכטס, צום לאכן און צום וויינען.
עס איז גענוג נישט מער ווי אנצוצייכענען זייער גרייזיגן סלאגאן: דער צייטונג פון גאנץ כלל ישראל, ווען יעדער בר ביה שרייבן ווייסט אז מ'שרייבט די צייטונג.
בקיצור לעת עתה רעדט מען פון מענטשן וואס האבן נישט קיין שום עקספיריענס אין דעם פעלד און סענדלט מער צו א פורים צייטונג פון א ישיבה קטנה.
א לענגערע אנאליז פארוואס זייער שאנס פאר הצלחה שטייט ביי נול וועט נאכפאלגן.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 8:00 pm
דורך קאווע טרינקער
קילט אייך אראפ....
גיב זיי א טשענס....

נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 8:06 pm
דורך לאליפאפ
שי****** כא שוין געהאפט!!

נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 11:15 pm
דורך פישלע העררינג
קאווע טרינקער האט געשריבן:קילט אייך אראפ....
גיב זיי א טשענס....

דאס וויכטיגסטע זאך ביי זיי האט געזאלט זיין זייער פירסט אימפרעשאן! גארנישט איז נישט וויכטיגער ווי דעם. מען באקומט נישט קיין צוויי טשאנסן. ארויסגעבן עפעס וואס איז נישט א דבר השלם איז א זלזול אין די קאסטומערס.

אויב וויל ער מען זאל געבן צייט, זאל ער עס פארטיילן בחינם.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 11:48 pm
דורך [NAMELESS]
מאראנצן מאכט א מיסטעיק. ס'נאך נישט ארויסגעקימען

נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 11:55 pm
דורך פישלע העררינג
ראשעקאל האט געשריבן:מאראנצן מאכט א מיסטעיק. ס'נאך נישט ארויסגעקימען

ער רעדט פון דער פראפאזעל. מן הסתם איז עס א סעמפל פאר פאטענשעל אדווערטייזערס.

נשלח: פרייטאג אפריל 04, 2014 2:03 am
דורך מאראנצןזאפט
טשענס שמענס, מרעדט פון מענטשן וואס האבן ניטאמאל געליינט א צייטונג ווער רעדט נאך פון ארויסגעגעבן , א שאד יעדעס ווארט, יעדער וואס זעט זייער פראפאזל ווערט רויט אנשטאט זיי.
אזעלכע יונגעלייט ווי שמעקעדיג, זר און פישלע האבן פיל א טיפערע הבנה אין זשורנאליזם און עדיטן ווי די קליינע קינדער פון כלל.
ווער עס וויל די פראפאזל זאל ביטע שיקן אן אישי מיט אן אימעיל אדרעס.

נשלח: פרייטאג אפריל 04, 2014 8:45 am
דורך [NAMELESS]
ברעיקינג: די נייע צייטונג קימט נישט ארויס

נשלח: פרייטאג אפריל 04, 2014 9:31 am
דורך שרייבער
בין איך דעראיינציגסטער וואס כאפט אן עקל פון אזא נאנטע פיקטשער פון אונזער שווארצן מלך, אז איך קען אפציילן יעדע האר אין זיין נאז, אך די עסן קומט מיר ארויף

נשלח: פרייטאג אפריל 04, 2014 9:33 am
דורך שרייבער
איך מיין די ערשטע כלל פאר א אידישע צייטונג, נישט לייגן קיין בילדער פון גוים בפרט אזעלכע גרויסע אויפן פראנט פעיזש, ס'ברענגט אפשיי, ס'געט נישט א גוטע אימפרעשאן פאר די סארט אידן וואס ליינען נישט קיין ענגלישע צייטונגן כנלע"ד וכל הרוצה יבא ויחלוק

נשלח: פרייטאג אפריל 04, 2014 9:33 am
דורך מ גפני
שרייבער האט געשריבן:בין איך דעראיינציגסטער וואס כאפט אן עקל פון אזא נאנטע פיקטשער פון אונזער שווארצן מלך, אז איך קען אפציילן יעדע האר אין זיין נאז, אך די עסן קומט מיר ארויף

דאס איז איינע פון די סיבות פארוואס עס עקלט מיר צו קויפן דעם "עמי" מאגאזין

נשלח: פרייטאג אפריל 04, 2014 9:33 am
דורך מאראנצןזאפט
שכויעח ראובן מיין האנט טוט שוין וויי פון פארווארדן אזויפיל מאל, די אלע וואס האבן געבעטן און נישט באקומען, איך בין פשוט נישט אנגעקומען און יעצט קענט איר עס זען דא. סליחה.

נשלח: פרייטאג אפריל 04, 2014 9:41 am
דורך איש עברי
וואלסט ענדערש געוואלט ציילן די האר אויף מישקאלצע רבי'ס נאז?