בלאט 1 פון 50

וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 9:03 pm
דורך [NAMELESS]
נייע אויסגאבע וואס גייט קומען מיט ''א בליק''

נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 9:53 pm
דורך לאליפאפ
בעיסיקלי די בליק האט איינגעזען אז גיין קאמפעטישן מיט די וואך ברענגט זיי נישט קיין הצלחה, גייען זיי אנהייבן צו גיין קאמפעטישן מיט די צייטונג. נו, צאתכם ובואכם לשלום!

נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 2:03 pm
דורך פישלע העררינג
ראשעקאל האט געשריבן:נייע אויסגאבע וואס גייט קימען מיט ''א בליק''

פראפעשינעל עדווייס? איבער וואס? פאר וועמען? די וואס לייענען די פיקטשערס זוכן דען עדווייס? דער וואס קען לייענען עדווייס קענען עס לייענען דארט ווי עס איז באמת דא, אינעם וואל סטריט צו ווי.

נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 1:13 pm
דורך חד גדיא
.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 8:19 pm
דורך [NAMELESS]
/

נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 11:43 pm
דורך zurich
לאליפאפ האט געשריבן:בעיסיקלי די בליק האט איינגעזען אז גיין קאמפעטישן מיט די וואך ברענגט זיי נישט קיין הצלחה, גייען זיי אנהייבן צו גיין קאמפעטישן מיט די צייטונג. נו, צאתכם ובואכם לשלום!

אדער האבן זיי איינגעזעהן אז א מענטש וועט ענדישער קויפן א פיקטשער אלבום וואס קימט מיט דעים אויך ליין מאטריאל ווי סתם די וואך

די וואך וועט זיי זעכער קאפיען!

נשלח: פרייטאג אפריל 04, 2014 3:39 pm
דורך זעהט אויף פאראויס
פון אינטער די קאליסן בין איך געוואויר געווארן אז די בעלי בתים פון די מאמענט (א בליק) אידישע מאגאזין פלאנען ארויסצוקומען מיט א באמבאסטישע אויסגאבע וואס די אידישע היסטאריע האט נאכנישט געזעהן - מי שלא יראה......

נשלח: פרייטאג אפריל 04, 2014 3:42 pm
דורך קאווע טרינקער
דו זעהסט פון פאראויס? נו, לאמיר הערן וואס זעהסטו? וואספארא ארטיקלען גייט זיין אין די ערשטע נוממער?
קליווע גט / טיטאניק / ביל געיטס / בלוט בלבול / פורים סרגוסא / אינטערוויא מיט נר מצוה?

נשלח: פרייטאג אפריל 04, 2014 3:45 pm
דורך יאיר
@מאראנצןזאפט עפעס אינסייד אינפארמאציע?

נשלח: פרייטאג אפריל 04, 2014 5:01 pm
דורך מאראנצןזאפט
יאיר וואלט שוין געמעגט וויסן אז ווען איך שווייג מיינט אז איך ווייס נישט...
א בליק ווערט געפירט דורך צוויי רובין ברודער, נפתלי בעק, און א געלט שותף. אנדערש ווי זיין ארכי קאמפעטישן הערשי רובינשטיין וואס מאכט אלעס אליין, געט ער ארויס די פרינטינג און די דיסטריביוציע פאר איינעם נחמן און יענער קריגט א יחלוקו.
דער מאמענט ווערט צו געשטעלט דורך יואליש קרויס פון וויי עיטש קעי און תהלים כולל.

א בליק איז א שטאנדהאפטיגע פאבליקאציע מיט א שטארקע באזע קויפער וואס קען בלויז שטייגן מיט די נייע צוגאב אויסגאבע.
דעם פראפאזל זייערס האב איך נישט אבער לויט ווי כהאב געהערט היינט פון איינעם פון די גרויסע קעפ פון די חרדישער מארקעטינג אינדורסטרי איז עס הערליך וחזקה על יואליש אז זיינע זאכן האבן א פנים.
דער פרייז גייט בלייבן ווי ביז איצט, און פאר דעם פרייז פון א בליק וועט איר אויך קריגן דעם מאמענט עכ"פ אין די ערשטע צייטן.
איך געב פאר די נייע אויסגאבע פאטענציאל, און ווי ערווענט האב איך נישט מער אינפארמאציע לעת עתה.

נשלח: פרייטאג אפריל 04, 2014 5:38 pm
דורך יאיר
דער קרויס האט זיך דאך שוין ערווארבן יארן ערפארונג מיט די בארימטע כולל תהלים/חצות געשיכטעס, איז זיכער אז ער וועט יעצט אויך קענען צושטעלן שיינע סחורה.

נשלח: פרייטאג אפריל 04, 2014 5:48 pm
דורך מאראנצןזאפט
עד שאתה דורש בגנותו פון די מעשה'לעך, נעמט אין אכט, יואליש האט אהערגעשטעלט א פאנדרעיזינג אפאראט וואס שטעלט אהער 1.3 מיליאן דאלער א יאר אן קיין דינער, אפילס, און אן קיין קהלה אדער פאליטישע כוח. נישט קיין חילוק וועלכע טריק ער האט ארויסגענומען פון בוך קומט אים א מעדאל!

נשלח: מוצ"ש אפריל 05, 2014 9:46 pm
דורך יאיר
אויב די אויסגאבע גייט טאקע זיין דאס וואס עס אנטשפרעכט צו זיין, א תוכנ'דיגע מאגאזין, פראפעסיאנעל געשריבן, און נישט ענטהאלטן דאקומענטעריס איבערגעטייטשט אויף אידיש, דעמאלט איז דא א שטארקע מקום פאר הצלחה.
מאראנצןזאפט האט געשריבן:עד שאתה דורש בגנותו פון די מעשה'לעך, נעמט אין אכט, יואליש האט אהערגעשטעלט א פאנדרעיזינג אפאראט וואס שטעלט אהער 1.3 מיליאן דאלער א יאר אן קיין דינער, אפילס, און אן קיין קהלה אדער פאליטישע כוח. נישט קיין חילוק וועלכע טריק ער האט ארויסגענומען פון בוך קומט אים א מעדאל!

די תהלים כולל טרייבט אויף אנדערטהאלבן מיליאן דאלער א יאר?

נשלח: מוצ"ש אפריל 05, 2014 9:51 pm
דורך zurich
קאווע טרינקער האט געשריבן:דו זעהסט פון פאראויס? נו, לאמיר הערן וואס זעהסטו? וואספארא ארטיקלען גייט זיין אין די ערשטע נוממער?
קליווע גט / טיטאניק / ביל געיטס / בלוט בלבול / פורים סרגוסא / אינטערוויא מיט נר מצוה?

מיט א אינטערוויא מיט יוסי געשטענער

נשלח: מוצ"ש אפריל 05, 2014 11:04 pm
דורך משולם שטיינפעלד
יאיר האט געשריבן:די תהלים כולל טרייבט אויף אנדערטהאלבן מיליאן דאלער א יאר?

פעיראול אויף יעדע פלאץ איז בערך א פערטל מיליאן דאללער א יאר, פינף פלעצער, פלאס עדווערטייזמענט קומסטו אן צו מער ווי אנדערטהאלבן מיליאן

נשלח: מוצ"ש אפריל 05, 2014 11:34 pm
דורך ביבער
מאראנצןזאפט האט געשריבן:עד שאתה דורש בגנותו פון די מעשה'לעך, נעמט אין אכט, יואליש האט אהערגעשטעלט א פאנדרעיזינג אפאראט וואס שטעלט אהער 1.3 מיליאן דאלער א יאר אן קיין דינער, אפילס, און אן קיין קהלה אדער פאליטישע כוח. נישט קיין חילוק וועלכע טריק ער האט ארויסגענומען פון בוך קומט אים א מעדאל!

[tag]מאראנצןזאפט[/tag] האסט מיר אנגעצויגן די נייגער סטרונעס, ווען קומט א פול אנאליז אויף דעם קרויס? איז כולל חצות אויך זיינס?

נשלח: זונטאג אפריל 06, 2014 2:12 am
דורך זעהט אויף פאראויס
איך זאג אייך נאכאמאל וואס איך האב געהערט פון א אינסיידער וואס האט זיך מיר ארויסגעכאפט עטליכע אוסצוגן פונעם מאגאזין
אז שוין מער וואו א האלבע יאר זיצן שוין די מאמענט סטעף בכובד ראש צו דן זיין וויאזוי צו צושטעלן פארן היימישן ציבור די ערשטע אידיש געשריבענע מאגאזין וואס זאל זיין געשמאק צו ליינען מיט די לייכסטע שפראך און העכסט אינטרעסאנטע און רייצענדע ארטיקלן געשריבן דורך די בעסטע היימישע שרייבער'ס, צוגעשטעלט פאר יונג און אלט. וואו אויך אויסגעארבייט מיט פילע דעטאלן די מהלך צו האבן אינטערוויוא'ס און נאך שמועסן מיט העכסט אינטרעסאנטע און חשוב'ע אידן פון צווישן אונז וואס וועלן זיין העכסט רייצענד צו הערן זייערע טעמע'ס פונדערנאנט, ועל כולם האבן די ארויסגעבער געזעצן לאנגע וואכן און חדשים אויסצוארבייטן די כשרות פון די גאנצע זאך. עס זאל וואו פארשטענדליך זיין אויסגעהאלטן און ריין פון לשוה"ר און רכילות. ליצנות וכדו'
בקיצור לויט מיינע ידיעות בין איך שוין זייער אנגערייצט צו זעהן ווער עס גייט זיין די ערשטע אינטערוויוא, און וואס גייען זיין זייער תוכן די ערשטע וואך וואס לויט וואו די אינסיידער מיינע האט זיך מיר ארויסגעכאפט קומט עפעס א באמבע וואס די היימישע יודענטום האט נאכנישט געזען מאז היותם לגוי,

נשלח: זונטאג אפריל 06, 2014 2:41 am
דורך sefish
איך האף אז דו שרייבסט נישט דארט....

נשלח: זונטאג אפריל 06, 2014 2:58 am
דורך zurich
sefish האט געשריבן:איך האף אז דו שרייבסט נישט דארט....

פארוואס?

נשלח: זונטאג אפריל 06, 2014 3:01 am
דורך sefish
ווייל ''ועל כולם האבן די ארויסגעבער געזעצן''
''וואו'' אזוי וועט אזא צייטונג אויסזען?
...

נשלח: זונטאג אפריל 06, 2014 4:11 am
דורך זעהט אויף פאראויס
איך האב געראדע פראבירט צו ווערן א שרייבער אבער זיי האבן מיר נישט געוואלט אנננמען צוליב מיין אומפראפעסיונאלקייט

נשלח: זונטאג אפריל 06, 2014 4:32 am
דורך הדד בן בדד
זעהט אויף פאראויס האט געשריבן:איך זאג אייך נאכאמאל וואס איך האב געהערט פון א אינסיידער וואס האט זיך מיר ארויסגעכאפט עטליכע אוסצוגן פונעם מאגאזין
אז שוין מער וואו א האלבע יאר זיצן שוין די מאמענט סטעף בכובד ראש צו דן זיין וויאזוי צו צושטעלן פארן היימישן ציבור די ערשטע אידיש געשריבענע מאגאזין וואס זאל זיין געשמאק צו ליינען מיט די לייכסטע שפראך און העכסט אינטרעסאנטע און רייצענדע ארטיקלן געשריבן דורך די בעסטע היימישע שרייבער'ס, צוגעשטעלט פאר יונג און אלט. וואו אויך אויסגעארבייט מיט פילע דעטאלן די מהלך צו האבן אינטערוויוא'ס און נאך שמועסן מיט העכסט אינטרעסאנטע און חשוב'ע אידן פון צווישן אונז וואס וועלן זיין העכסט רייצענד צו הערן זייערע טעמע'ס פונדערנאנט, ועל כולם האבן די ארויסגעבער געזעצן לאנגע וואכן און חדשים אויסצוארבייטן די כשרות פון די גאנצע זאך. עס זאל וואו פארשטענדליך זיין אויסגעהאלטן און ריין פון לשוה"ר און רכילות. ליצנות וכדו'
בקיצור לויט מיינע ידיעות בין איך שוין זייער אנגערייצט צו זעהן ווער עס גייט זיין די ערשטע אינטערוויוא, און וואס גייען זיין זייער תוכן די ערשטע וואך וואס לויט וואו די אינסיידער מיינע האט זיך מיר ארויסגעכאפט קומט עפעס א באמבע וואס די היימישע יודענטום האט נאכנישט געזען מאז היותם לגוי,


איך האלט טאקע אז עס איז דא מקום פאר אזא זאך, אבער אויב קומט עס פון די בליק גיב איך עס נישט קיין צוויי ראסטיגע פעניס. עס איז די ביליגסטע מאגאזין אין קאליבער, געטריבן בלויז פון פאליטיק און אינטערעסן, וואס קען איך נאך ערווארטן פון אזא אויסגאבע.

נשלח: זונטאג אפריל 06, 2014 4:34 am
דורך הדד בן בדד
מאראנצןזאפט האט געשריבן:עד שאתה דורש בגנותו פון די מעשה'לעך, נעמט אין אכט, יואליש האט אהערגעשטעלט א פאנדרעיזינג אפאראט וואס שטעלט אהער 1.3 מיליאן דאלער א יאר אן קיין דינער, אפילס, און אן קיין קהלה אדער פאליטישע כוח. נישט קיין חילוק וועלכע טריק ער האט ארויסגענומען פון בוך קומט אים א מעדאל!


מאכן א ביזנעס פון רייטן אויף מענטשנ'ס צרות איז ביי מיר קיין שום גדלות נישט און קיין שום חברה'מאנ'קייט נישט. עס איז נידריג דורכאויס. ער האט זיך דאס אויסגעלערנט פון די ספרד'ישע פאלשע באבא'ס. עס פארמאגט נישט ביי מיר קיין טראפל רעספעקט.