בלאט 1 פון 1

חזן און זינגער ר' דוד ווערדיגער ז"ל

נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 10:07 pm
דורך לאליפאפ
אין בארא פארק איז היינט נפטר געווארן דער לאנגיעריגער בארימטער מוזיק טאטע, חזן און זינגער דוד ווערדיגער ז"ל. ר' דוד איז דער פאטער פון MBD וועלכער פאררופט זיך טאקע אזוי אויפן נאמען פון זיין פארשטארבענעם פאטער, און ווערט גערופן ביי טייל דער קעניג פון אידיש מוזיק, ווי אויך איז ער דער פאטער פונעם זינגער מענדי ווערדיגער וועלכע האט שוין אויך ארויסגעגעבן עטליכע אלבומס.

דוד ווערדיגער האט ארויסגעגעבן א צאל גאר שיינע און אינהאלטסרייכע דיסקס דורכאויס זיין לעבן, לדוגמא דער גאר אויפגעכאפטער טעיפ "מעליצער עונג שבת - דוד און מרדכי בן דוד ווערדיגער", אנגעהויבן פון זיין ערשטן וועלכע ער האט ארויסגעלייגט צו פארקויפן אום תשי"ט (דאן נאך דער רעקארד) און איז צוכאפט געווארן פון די פאליצעס.

זיין מוזיקאלישע טאלאנט איז שוין באקאנט געווארן אין זיינע גאר יונגע יארן נאך פאר די קריג ווי ער האט געדינט אלץ סאלאיסט אין אייזיק יעקל'ס שול אין קראקאוו, אין עלטער פון זעקס יאר.

עס ווערט דערציילט אז ביי די מלחמה האבן אים די רשעים געפירט צום טויט, און ער האט באקריגן פון זיי ערלויבעניש צו זינגען איין לעצטן מאל, האט ער מיט גרויס געפיל אראפגעלייגט א קל מלא רחמים אין אנדענק פון די פילצאליגע קרבנות, און דער רשע איז געווארן אזוי בארירט דערפון אז ער האט פשוט געהויבן פיס און אנטלאפן, און אזוי איז ער ניצל געווארן פונעם טויט.

קומענדיג קיין אמעריקא האט ער זיך אוועקגעשטעלט א פעסטן מוזיק קאריערע, מאכנדיג קאנצערטן און ארויסגעבנדיג אלבומס, און ער האט זוכה געווען אז רוב אויב נישט אלע פון זיינע קינדער און אייניקלעך גייען אין זיינע דרכים, גיבן ארויס אידישע טאלאנט צו די גאס, און ברענגען אריין שמחה אין אידישע הערצער, ווי מרדכי, מענדי, יידל און ישראל.

ר' דוד האט אויפגעשטעלט א ווארעמע חסידי'שע שטוב אויפן גערער דרך, און איז באגלייט געווארן היינט איינס אזייגער צו זיין אייביגן רוה אין עלטער פון 95 יאר.

[center]יהא זכרו ברוך![/center]

בילד פון ר' דוד מיט זיינע צוויי זון מרדכי און מענדי און אייניקל ישראל ביים דינער פון RCCS עטליכע יאר צוריק

נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 10:54 pm
דורך רויטע וואנצעס

נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 11:39 pm
דורך רויטע וואנצעס

נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 11:49 pm
דורך בעל הבית
אויף קול מבשר זאגט זיין אייניקל אז מען האט עם געלייגט אין פאפא ביה''ח, איז דאס נישט פאני? ווייסט איינער פשט?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 11:02 am
דורך חכם עתיק
בעל הבית האט געשריבן:אויף קול מבשר זאגט זיין אייניקל אז מען האט עם געלייגט אין פאפא ביה''ח, איז דאס נישט פאני? ווייסט איינער פשט?


פאפא אין ניו זשערסי. וואסי פאני? ווייל סיז פאפא?

גאר א שיינע אינטעוויוא מיט דעם ישראל ווערדיגער

אויך פארציילט ער דארט.. ר' דוד האט געוואוינט אין קרית יואל לעצטענס, איז אמאל צוגעקומען צו איהם א יוד נאכן פארדאווענען, נישט גלייבענדיג אז דאס איז אבי מרדכי, .. וועם וועט איר איינרעדן אז איר קענט נאכמאכן ר' דוד ווערידגער?..

נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 3:44 pm
דורך בעל הבית
ניין ח''ו נישט וועגן ס'איז פאפא

נאר ווי קומעט א פולישע גור'ער איד קיין פאפא?

למשל ווען מ'לייגט ווען מנתם פורש אין קאשוי אדער אין טאהש וואלט עס געמאכט סענס?

נשלח: מאנטאג אפריל 07, 2014 12:13 pm
דורך רויטע וואנצעס
wow. הערליכע ארטיקל פון VIN.
http://www.vosizneias.com/160704/2014/0 ... d-harmony/

נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 1:15 am
דורך ליפא
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=u6DCUypVpGg[/youtube]