סוס ורכבו רמה בים

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:45 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1431 מאל

סוס ורכבו רמה בים

שליחה דורך ממי_שאמרו »

נישט דא קיין ספק אז איינע פון די גרעסטע וואונדער וואס עס האט פאסירט ביי יציאת מצרים, איז געווען קריאת ים סוף. אין א נישט געווענדליכע שנעלקייט האט די הייליגע באשעפער פארניכטעט דאס גאנצע מצרישע מיליטער, אלע רייטער, יעדע סאלדאט, פון די גרעסטע ביז די קלענסטע, אלע זענען אין איין מינוט אריינגעווארפן אין ים אריין. אפילו די קטני אמונה, די וועלכע האבן נישט געגלייבט ביז איצט, אפילו נאך די אלע וואונדערליכע מכות. אפילו די האבן יעצט געגלייבט, זעהנדיג ווי אזוי די אייבערשטער האט גענומען די שטערקסטע מיליטער פון יענע צייטן און צושמעטערט אין סקונדעס. אלע אידן האבן געזינגען אויף איינמאל מיט די גרעסטע מאס שמחה און פרייד צוזאמגעמישט מיט שבח והודאה פאר'ן מלך א-ל חי וקים, וועלכע האט גענומען א דערשראקענע און דערשלאגענע פאלק, און באפרייט פון זייער פחד און פייניגער אין ווייניגער פון איין מינוט!.

די גורל'דיגע מינוט האט פאסירט ווען די ים האט אנגעהויבן אויסצושפייען די מצרים מיט די רייטוועגענער. די אידן וועלכע האבן געליטן 210 יאר, מען האט געשחט'ן זייער קינדער, נישט קיין טאג און נישט געהאט קיין נאכט, אידן וועלכע האבן נישט געוואוסט ווי אזוי א באקווועמע בעט זעהט אויס, אידן וועלכע האבן נישט געוואוסט עפעס אנדערש ווי כאפן מכות אכזריות פון די רשעות'דיגע מצרים, האבן פלוצלים אנגעהויבן זייער פייניגער אין א אנדערע מצב ווי זיי האבן זיך אמאל אין זייער זיסטע חלום זיך גע'חלומ'ט, זיי האבן דערקענט זייער פייניגער ליגט טויט צוקוועטשט אינטער זיין שיינע פערד, פון די זייט קען מען זעהן עטליכע ביסן פון הינגעריגע פיש. וואס איז מער פאסיג פון דעם ווי אויסצושרייען די אז ישיר משה ובני ישראל את השירה הזאת, ויאמרו לאמור: אשירה לה' כי גאה גאה סוס ורכבו רמה בים.


דאס מעכטיקייט פון די מצרישע מיליטער

ווען מען טראכט אביסל גוט אריין אין די פסוקים פון פרשת בשלח, פון די פסוקים וועלכע איז מסביר די יציאת מצרים און ווי אזוי פרעה איז זיי נאכגעלאפן, ביז זייער דערטראנקן ווערן, זעהט מען לכאורה ווי אזוי די תורה חזר'ט און חזר'ט איבער די מפלה פון די רייטער פון מצרים. אלעס אינאיינעם ווערט עס אויסגערעכנט 26 מאהל. דאס פאדערט לכאורה אן הסבר, פארוואס האט די תורה דאס אזוי סאך מאהל איבערגעחזרט דווקא די מפלה פון די רייטער, מער פון אלע אנדערע אפטיילונגן פון די מיליטער?

פון די אנדערע זייט, לגבי די אנדערע מיליטער, די אלע פיס-גייער ווערט נישט דערמאנט אין תורה זייער מצב און זייער מפלה אזוי פונקטליך. און אפילו פרעה, די גרעסטע פערזענדליכקייט אין גאנץ פרעה (נישט אין הויעכקייט..), די אפגאט פון די מצרים, זייער קעניג און די שולדיגער פון די גאנצע גלות מצרים, אפילו זיין מצב וואס עס איז געשעהן נאכדעם איז אין א ספק. אפילו די תנאים קריגן זיך שוין אויף דעם.

אויב מיר וועלן קענען אביסל פון די נאנט די שטארקייט פון די גרעסטע מילטער פון יענע צייט, וואס חוץ פון זיין שטארקייט איז עס אויך געווען אנגעצייכנט אלס די גרעסטע פראדוצירער פון געווער פון יענע צייטן. אויב מיר וועלן דאס קענען מער פון די נאנט, וועלן מיר דאס פארשטיין.

אין די תקיפה פון יציאת מצרים איז די מצרישע מיליטער געווען אין די שפיץ בארג פון שטארקייט. די מצרישע אימפעריע איז געווען א סימבאל פון שטארקייט ווי אייזן. סיי אין די גרויסקייט פון די מיליטער, און סיי פון די געווער וואס זיי האבן מלחמה געהאלטן מיט.

אזוי ווי אלע אנדערע לענדער אין יענע צייטן, האט מצרים אויך געהאט 'שכירי חרב' דאס מיינט מען צאלט זיי געלט אז זיי זאלן ווערן סאלדאטן. זיי זענען נישט געקומען פון מצרים, נאר פון נוב, לוב (היינט: ליביע), פלשתים (היינט: ארץ ישראל), כנענים און נאך. די שכירי חרב זענען נישט געווען אפגעהאקט פון די מצרישע לעבן, נאר פונקט פארקערט אסאך מאהל האבן זיי זיך דארט אריינגעדרייט אין די מצרישע לעבן, אז מען האט זיי שוין נישט געקענט דערקענען. די זעלבע גורל האבן די אידן געקענט ווען טיילן, די אידן וועלכע זענען אריינגעזינקן אין די מצרישע לעבן (מ"ט שערי טמאה), זיי וואלטן פונקט אזוי געקענט ווערן ח"ו פארלוירן ווערן דארט, ווען נישט דאס וואס זיי האלטן די דריי זאכן, שם לשון און מלבוש, ווייל חוץ פון דעם וואלטן זיי געקענט ווערן ח"ו פארפאלן דארט. אזוי ווי עס שטייט אז נאר איינס פון פינעף אידן זענען ארויסגעקומען פון מצרים, און עס איז דא וואס זאגן איינס פון 50 און עס איז דא וואס זאגן אפילו איינס פון 500.

די געווער פון די מצרים איז געווארן בעסער און בעסער אויף א שטארקע אופן. נייע מיליטער האבן די מצרים אויפגעשטעלט, פייל און בויגן, קאנאנען, רייטער, וואסער, שפיאנאזש גרופעס. די פייל און בויגן איז געווען דאס בעסטע אין די וועלט. פילע בילדער און צייכענס זענען אויפגעשטעלט געווארן אין מצרים פון די סאלדאטן וועלכע פלעגן שיסן די פייל פון די בויגן. פילע בילדער זענען געווען אויסגעשפרייט אין מצרים פון ווי אזוי זיי לערנען זיך, ווי אזוי זיי האלטן מלחמה, ווי אזוי זיי געוואונען און ווי אזוי זיי שיסן.

אבער דאס בעסטע איז געווען א צוזאמשטעל פון די רייטוועגענער און פיילן בויגן. דאס איז געווען דאס שנעלסטע און פלינקסטע און שטערקסטע מיליטער וואס די מצרים האבן נאר געהאט. א דאנק די מיליטער, האבן די מצרים מצליח געווען איינצונעמען פילע לענדער אין די צייט פון תחותמס (ארום צוויי הינדערט יאר פאר יציאת מצרים) זיי האבן געוועלטיגט פון מצרים ביז טייך פרס- דאס מיינט גאנץ אפריקא- און אזיע.

שוין ווי פריער געזאגט, אפילו מצרים איז געווען די זעלבע ווי אנדערע לענדער אז זיי פלעגן זיך באניצן בעיקר מיט די פיס גייערס, אבער מיט דעם אלעם זענען זיי געווען אנדערש ווי יעדעם איינעם צוליב זייערע רייטער'ס און זיי פלעגן ווארפן א פחד און א שרעק אויף יעדע לאנד. כדי דאס צו קענען פארשטיין וועלן מיר מסביר זיין אביסל ווי אזוי עס איז צוגעגאנגן די מיליטערן אין יענע צייטן.

די אלע פארשער וועלכע פארשן די מיליטער פון יענע צייטן האלטן לויט ווי אזוי זיי האבן געטראפן, זענען די רייטער גרופע נישט ארויסגעוואקסן אין איין טאג, נאר דאס האט גענומען יארן דאס אויסצוטרעפן. אנהייב האט מען געבויעט וועגענער כדי צו שלעפן שווערע פעקלעך און עס געשלעפט געווארן דורך אקסן. די וועגענער זענען אבער געווען שווערע און האט זיך נישט גרינג געדרייט, פארשטייט זיך אז מען האט דאס נישט געקענט ניצן פאר א מלחמה רייטוואגן. אפילו נאכדעם וואס מען האט געטוישט די אקסן מיט אפאר פערדן, מיט דעם אלעם איז עס געווען זייער שטייט און נישט פלינק. וואס פארשטייט זיך אז מען האט דאס נישט געקענט ניצן פאר א מלחמה.

נאך א שטיק צייט האט מען אנגעהויבן בויען מער קלענערע און מער פלינקערע וועגענער, דאס מיינט אז עס איז געווען סאך ווייניגער אין וואג און אין שוועריקייט, די וועגענער זענען געווען געבויעט אז עס קען שלעפן נאר איין סאלדאט. פארשטייט זיך אז די סאלדאט האט זיך זייער געמיטשעט זיך אן עצה צו געבן, סיי צו קענען פירן די פערד וועלכע לויפט מיט א שנעלקייט, און סיי צו קענען שיסן, און חוץ פון דעם, איז די וואגן געווען זייער נישט סטאביל, און זיך געקענט גרינג איבערדרייען מיט די סאלדאט אינאיינעם, דעריבער האט די סאלדאט געקענט טראגן נאר א שווערד אדער א שפיז.

כדי צו קענען לערנען די פערד העלפן מלחמה האלטן, (ווי שוין פריער דערמאנט, האט מען געטוישט די אקסן מיט פערדן) האט געקאסט גאר אסאך געלט. צו קענען מלחמה האלטן מיט פערד, האט מען געדארפט האבן אסאך מומחה'שאפט, אבער מער געלט. נאר גאר רייכע לענדער, און נאר וועלט מאכטן, נאר זיי האבן דאס געקענט זיך ערלויבן. אין שפיץ פון די לענדער וועלכע האבן דאס זיך געקענט ערלויבן, זענען געווען די מצרישע אימפעריע. נישט נאר זיי פלעגן לערנען די פערד און עס ניצן פאר זיך, נאר זיי פלעגן אויך עס פארקויפן פאר אנדערע, צו פאר פריוואטע ניץ, אדער פאר א מיליטער פון א פרעמדע לאנד. אין פסוק (מלכים-א, י' כח) שטייט אפילו וויפיל עס האט געקאסט, 600 זילבער שטיק פאר א וואגן, און הונדערט 50 פאר א פערד!. און די נביא ישעי' זאגט אפילו מוסר פאר כלל ישראל אז מ'זאל זיך נישט פארלאזן אויף די מצרישע פערד (ישעיה לא, ג): די אלע וואס גייען אראפ קיין מצרים, אויף די הילף פון די פערד טוהן זיי זיך פארלאזן, זיי פארלאזן זיך אויף די פערד ווייל עס איז אסאך, און אויף די רייטער ווייל זיי זענען שטארק. און אזוי איז אויך דא נאך א פסוק שפעטער: די מצרים זענען מענטשן און נישט קיין ג-ט, זייערע פערד זענען פשוטע שטיקער פלייש נישט עפעס א גייסט.

די פערד פאר די מלחמה איז געווען זייער א טייערע ארטיקל, און זייערע בעל הבתים פלעגן עס זייער שיין אויסצירן און שיין מאכן. זיי פלעגן אזוי שיין מאכן זייער פערד, אז ווען די תורה האט געוואלט צוגלייכן די אידן צו עפעס אויסנאם שיין, האט די תורה נישט געטראפן א בעסערע שיינע זאך, ווי א מלחמה באצירטע פערד פון פרעה (שיר השירים א ט). זיי פלעגן אפילו מאכן א ספר יוחסין פאר זייערע פערד!

ווי טייער די פערד זענען נאר געווען, זענען די וועגנער געווען נאך טייערער, ווי מ'זעהט עס טאקע פון די פאריגע פסוקים. פון ווען די מלחמה וועגנער זענען ערפינדן געווארן, האט זיך דאס בילד פון די גאנצע מלחמה געטוישט. כדי צו קענען מאכן א וואגן וואס מ'זאל קענען ניצן ביי א מלחמה און עס זאל ברענגן תועלת און נישט שטערן, האט עס געדארפט האבן צוויי קעגן זייטיגע מעלות. דאס ערשטע: א געשיקטע שנעלקייט, און עס זאל זיך קענען דרייען שנעל און פלינק צו זייטן אינמיטן מלחמה האלטן און עס פליען פיילן פון אלע זייטן צו אלע ריכטונגן, און די פערד זאל נישט געשעדיגט ווערן. דאס האבן זיי דערגרייכט דורך צוטשעפענען צוויי פערדן אנשטאט איינס, די פערד שוין ווי פריער געזאגט זענען געווען גאר גוט געלערנטע פערד. און סיי ווי אזוי זיי האבן אויסגעשטעלט די וואגן: די וואגן האט געדארפט זיין גרינג און עס זאל נישט וועגן קיין סאך כדי עס זאל נישט שווער מאכן פאר די פערד. די צווייטע מעלה וואס עס האט געדארפט צו האבן איז געווען אז עס דארך צו זיין גענוג שטארק עס זאל זיך נישט צוברעכן פון יעדע שטיין אויף די וועג, און גענוג סטאביל אז דער סאלדאט זאל קענען שטיין דארט און שיסן די פיילן רואיג און נישט פליען צו אלע זייטן, מיט צוויי הענט זיך אנצוכאפן אין די זייטן כדי ער זאל נישט אראפליען פון די וואגן אדער זיך איבערדרייען מיט די וואגן אינאיינעם, און מיט צוויי הענט צו קענען פירן די פערד ווי אזוי עס באדארף צו זיין, און מיט צוויי הענט קענען שיסן אין ציל, כדי עס זאל קענען זיין דארף די וואגן זיין גענוג שטארק נישט צו פליען צו אלע זייטן. אבער אויב מאכט מען א שטארקע וואגן, וועט עס שווערער מאכן פאר די פערד צו קענען שלעפן שנעל די וואגן, במילא אויב וועט מען מאכן א גרינגע וואגן כדי נישט שווערער מאכן פאר די פערד, וועט די סאלדאט פליען, און אויב מען וועט עס מאכן שטארק וועט צו צוריק קומען דאס ערשטע פראבלעם אזוי אהין און צוריק, און צוריק און אהין.

און נאך א פראבלעם וואס מען האט געדארפט באווארענען, איז געווען אז די וואגן זאל קענען אויסהאלטן פיילן וואס קומט צו פליען אין זייער ריכטונג און באשיצן די רייטער פון די פיילן. אבער דאן מאכט עס שווער די וואגן.




די מצרישע פערד און וועגנער- צוויי מער שטעקענעס.

ווער עס האט מצליח געווען צו נעמען די פערד און וואגן און מאכן פאר א פארגעשריטענע מאשין פאר א מלחמה, זענען געווען די מצריים, זיי האבן צוזאמגעשטעלט ביידע פראבלעמען, און ארויסגעקומען מיט אינטערסאנטע ערפינדונגען. זיי האבן ערפינדן נייע מיליטערישע געצייג, ערפונדונגען, און בעיקר געדאנקען.

קודם כל האבן זיי געשטעלט צוויי סאלדאטן אויף יעדע וואגן. איינס צו פירן די וואגן, און איינס צו שיסן די פיילן. דאס האט זייער שטארק אויסגעמאכט, ווייל איינער קען זיין פארנומען צו פירן די פערד צווישן די פיילן וואס פליען, און פירן די וואגן אין ציל וואס ער דארף אנקומען, און בשעת מעשה קען די אנדערער מאכן מצה מעהל פון די שונא'ס לאגער.

צווייטענס: זיי האבן אנגעהויבן צו מאן א צוזאמשטעל פון די עטליכע מיני מאטריאל, אייזן, לעדער, האלץ. און פארשידענע מיני העלצער. אבער זייער עיקר יסוד פון זייער וואגן איז געווען אז זייער וואגן האט געהאט נאר צוויי רעדער ביי די סוף פון די וואגן, אזוי האט עס פון איין זייט געמאכט גרינגער פאר די פערד עס שלעפען, און עס אסאך גרינגער זיך פלינק צו דרייען. מה שאין כן אלע אנדערע וועגענער פון יענע צייטן האבן געהאט פיר רעדער, וועלכע האט סאך פארשווערט פאר די פערד. און נאך א וויכטיגע זאך וועלכע זיי האבן אויסגעטראפן. ביז דאן זענען די רעדער געווען פיל מיט אייזן אפילו פון אינעווייניג (וועלכע מאכט עס שווערער) אדער האט עס געהאט נאר 4 העלצער וועלכע זענען געלאפן ווי א X אין די רעדל. די מצרים האט אריינגעלייגט נאך צוויי העלצער, אזוי האט עס געהאט זעקס העלצער אינעווייניג, און עס איז געווען אביסל שיף אויף ארויס. דאס גיבט מער סטאבילקייט פאר די וואגן, און דאס מאכט ווייניגער טאנצן.

דריטענס: זיי פלעגן מאכן א ספעציעלע פלאץ דארט ווי די סאלדאט וואס שיסט זאל שטיין, און מען פלעגט אים צובינדן אינעם וואגען, צום וואגן אז ער זאל נישט ארום פליען אדער דאס ערגסטע גאר ארויספליען. דאס האט געמאכט אז די סאלדאט האט זיך געקענט אנליינען אויף וועלכע זייט ער האט נאר געוואלט, און ער איז געווען צוגעבינדן. (וואס דאס וועלן מיר שפעטער זעהן, דאס וואס האט גע'הרג'ט די אלע רייטער ביי קריאת ים סוף, ווען זיי האבן זיך נישט געקענט באפרייען).

אבער די עיקר פארוואס די רייטער זענען געווען די NIGHTMARES פון די אנדערע לאנד וועלכע מלחמה געהאלטן מיט מצרים, איז געווען די SURPRISE וואס די רייטער פלעגן מאכן פאר די שונא. די רייטער פלעגן פלוצלינג אנקומען פון א פלאץ ווי די שונא האט זיך נישט גע'חלומ'ט. און פלעגן שפייען און שפריצן טויטליכע פיילן ווייט 200-300 פיס אוועק פון דארט, און זיי פלעגן אריין לויפן צווישן די שונא'ס לאגער האקן שטיקער ווי מ'שנייד ווייץ אין פעלד, און פארשווינדן ווערן אזוי פלוצלינג ווי זיי זענען געקומען. ענדליך די שונא האט זיך בארואיגט, זענען זיי צוריק אנגעקומען ווי א פליג וועלכע מ'וויל אוועקשיקן. זיי פלעגן פליען אין א שנעלקייט פון 35 מייל א שעה, ווען די אנדערע סאלדאטן פלעגן גיין בערך 7 מייל א שעה.

די ספעציעלע פייל בויגן וואס זיי האבן אויסגעטראפן, האט זיי געגעבן די געלעגנהייט צו קענען ווארפן פיילן פאר דאפעלט ווייטקייט פון די פשוטע בויגן, און אזוי אויכט איז די פינטקליכקייט געווען טויטליך, יעדע פייל איז געווען נאך א סאלדאט! די ווייטקייט ווי עס פלעגט גיין איז געווען 600-700 פיס אוועק!! א מצרישע רייטער פלעגט קענען ווארפן 6 פיילן א מינוט. 10 אזעלכע רייטער, האבן געקענט גרינגערהייט מאכן 500 טויט און אפילו אפשר מער אין 10 מינוט!!!!!!

עקספערטן האבן אויסגעטראפן אז א גרופע אזעלכע רייטער אין איין שעה פון ארבעט, פלעגן קענען איבערלאזן די שונא'ס לאגער צומישט און צוחישט און דריי פערטל טויט, אדער כמעט טויט. פון דא איז די וועג פון אנטלויפן אדער זיך אינטערגעבן געווען זייער קורץ.

די דאזיגע ארמיי האט אפגעקאסט פאר די מצרים א הון תועפות- א ים מיט געלט. נאר א קליינע צאהל פון גאר רייכע לענדער, נאר זיי האבן זיך געקענט דאס ערלויבן. ווייל סיי דאס בויען, און סיי דאס אויפהאלטן האט געקאסט אוצרות מיט געלט. מען האט געוואלט נאכמאכן נישט לאנג צוריק און דייטשלאנד אזא סארט וואגן, מען האט דאס געבויעט אזוי ווי די אמאליגע צייטן, און עס האט גענומען צו בויען "איין" אזא וואגן פאר איבער 600 שעה!

ביי יעדע מלחמה, פלעגן די מצרים מיט שיקן א גאנצע גרופע סאלדאטן וואס זייער תפקיד איז געווען א קליינע אבער זייער א וויכטיגע. זייער תפקיד איז געווען צו פארעכטן נאך אינמיטן די מלחמה די אלע וועגנער וועלכע זענען געשעדיגט געווארן בשעת די מלחמה.

די סאלדאטן זענען געווען גאר אויסגעקליבענע סאלדאטן, די סאלדאטן זענען ארביערגעגאנגן גאר שווערע איבונגען ביז זיי האבן דערגרייכט די דרגה פון צו זיין די שיסער אויף אזא וואגן, ווייל צו קענען שיסן פון אזא וואגן, דארף מען צו קענען פארן אויף 35 מייל א שעה, ווען די ווינט בלאזט אריין אין די פנים, און מען דארף אויסניצן נאר איין פייל פאר א מענטש, און 6 א מינוט! אבער ווי נאר די סאלדאט איז געווארן אנגענומען, איז ער געווארן א צווייטע מענטש, ער איז געווארן אזוי ווי א גאנצע הערשער אין זיין געגענט, ער איז געווארן ווי א קינד פונעם קעניג, ער פלעגט עסן קעניגליכע עסן, שלאפן אין די פאלאץ, און מען פלעגט זיי אנרופן "נערונא"- דאס מיינט די קינדער פון ג-ט (ווי באקאנט איז פרעה געווען א אפג-ט).

אריינגעפלאטשקעט אין וואסער

יעצט ווען מיר הייבן שוין אן צו פארשטיין וואס עס איז געווען די מצרישע רייטער, יעצט איז אינטערעסאנט צו פארציילן די מעשה פון קריאת ים סוף, ווייל יעצט וועלן מיר דאס אלע בעסער פארשטיין וואס דארט איז געשען בבחינת חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא יצא ממצרים (לאמיר האפן אז דאס קומענדיגע מאהל וואס דו וועסט זאגן שירת הים, וועט עס זיין מיט אביסל מער כוונה).

נאכדעם וואס עס איז אדורך געגאנגן 3 טעג פון ווען די אידן זענען ארויסגעגאנגען פון מצרים, איז פרעה געוואר געווארן פון זיינע שפיאנען וועלכע ער האט אריינגעלייגט צווישן די ערב רב, אז די אידן האבן ממש נישט אין פלאן צוריק צוקומען צו זיין לאנד ארבעטן עבודת פרך און לאזן ווי מען זאל הרג'נען זייערע קינדער רח"ל, עס קען זיין אז די וועלכע פלעגן אפאכט געבן אויף די גרעניץ האבן אים געמאלדן, זאל זיין ווי אזוי עס זאל נאר זיין, פרעה האט מחליט געווען אז ער וועט נאכלויפן די אידן, און זיי צוריקברענגען.

כדי עס זאל נישט נעמען לאנג, ווי לאנג די אלע זאלדאטן קומען זיך צוזאם, האט פרעה באשלאסן אליינס איינצושפאנען זיין פערד צום וואגן. אזוי ווי מיר האבן שוין פריער געזאגט אז דאס נישט געווען קיין מוציא מיט האניג, דאס איז געווען א ביטער שווערע ארבעט, צוזאם שטעלן די פערד מיט די וואגן, און צוזאם שטעלן אלע שטיקלעך וועלכע איז געווען צוטיילט צוליב דעם וואס עס זאל נישט ווערן קאליע. פרעה האט דאס לכאורה נישט געטוהן יעדן טאג. אבער השנאה מקלקלת השורה, וואס שנאה קען נישט טוהן, קען נאר נאך מער שנאה טוהן, זאגט די וועלט. דאס איז געווען ביי פרעה, און די עולם-גולם האט זיך געלאזט פירן פון פרעה ביי די נאז, אזוי ווי שלמה המלך זאגט שוין:די בעסטע שלאנג צושפליטער אים דאס קאפ, ווייל עס איז נישט דא אזא זאך ווי א גוטע שלאנג, די זעלבע זאך ביי די מצרים, עס איז נישט דא אזא זאך ווי א גוטע מצרי.

ער איז נישט געגאנגן מיט צוויי גבאים, ער איז געקומען מיט 600 רייטוועגענער (לאמיר נישט פארגעסן אז יעדער קען ווארפן 6 פיילן א מינוט, 6 מאהל 600 איז 3600, יעדע מינוט. אין איין שעה קומט דאס אויס 216000 מענטשן וועלכע ווערן געטראפן פון זייערע טויטליכע פיילן, לויט די חשבון, דארפן זיי נישט מער ווי 3 שעה, אלעס צו ערלעדיגן). רשב"ג האלט אז דאס וואס עס שטייט אין פסוק ושלישים על כולו, אז ער האט צוגעלייגט א דריטע פערד צו יעדע וואגן.

ווען די אידן האבן זיך אויסגעדרייט און געזעהן די מצרים און שפיץ פון אזא ריזיגע מיליטער, האט זיי אנגעכאפט א פחד מות. די אייבערשטער האט אריינגעלייגט די וואלקן צווישן די צוויי מחנות פאר אגאנצע נאכט, אזוי עס זאל גארנישט קענען געשעהן יענע נאכט.

אינדערפרי ווען די אידן זענען אדורך די ים, האט די אייבערשטער צולאזט די רעדלעך פון די וועגענער (ויסר אופן מרכבותיו). איך מיין אז יעצט ווען מיר ווייסן שוין ווי אזוי מען מאכט די וועגענער דארפן מיר נישט מסביר זיין וואס עס האט דארט פאסירט, די וואגן פארט אויף 35 מייל א שעה, אן רעדער, די רייטער אינעווייניג קען זיך נישט באפרייען, די פערד ווילדעווען ארום, און מיט רעכט, די ערד האט געברענט אינטער זייער פיס, און זייערע פיס האט נישט געקענט טרעטן אויף די הייסט ערד. ענדליך זיי זענען שוין טיף אריינגעכאפט אין די וואסער, זיי מיינען אז זיי זענען אנגעקומען אל המנוחה ואל הנחלה. און די פארגליווערטע וואסערן הייבן אן איינצופאלן, נישט צוביסלעך, נאר מיט די גאנצע קנאק אויף איין מאהל, אז אויב עס איז נאך איבערגעבליבן איין גאנצע ביין ביז יעצט, האט ער יעצט געהאט תתתתקמ"ח אברים און תתתתשס"ג גידין, ווייל יעדע ביין זיינע איז געווארן צוטיילט אויף שטיקלעך...

די אידן אבער נישט געווען רואיג, זיי קענען שוין די טאקטיק פון די מצרים, באלד וועט אנקומען די מצריים פון די אנדערע זייט וואסער. דעריבער ווען זיי האבן געזעהן די האלב צופליקטע פערד און רייטער, האבן זיי הערשט געזעהן די גרויסע נס, דעריבער האבן זיי אויסגעבראכן אין א געזאנג "אז ישיר משה ובני ישראל", ווער וואלט געגלייבט אז די שטערקסטע מליטער אז אפגעווישט געווארן אין סקונדעס.
אלה ברכב אלה בסוסים.
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר