טייערער ר' בערל. דו זאגסט מיר אז דו גייסט פרעגן מיט א זייער רואיגן טאהן, אבער תיכף ומיד ווערסטו סארקאסטיש ביז גאר. איך זעה קלאר אז דו ביסט זייער בייז אויף מיר. דו זעהסט אז איך איגנאריר דיך, און דו גיבסט מיר רשות עס ווייטער צו טאן אויב איך וויל נישט אראפנידערן פון כבוד מעלתי הרמה. וגו' וכו.
איז ראשית וויל איך דיר איבערבעטן דא ברבים. איך געדענק נישט אז איך זאל דיך האבן ערגעץ ווי איגנארירט. אויב יא בעט איך דיך איבער דא פאר יעדן איינעם פון שטיבל, איך מיין נישט חלילה צו איגנארירן קיינעם, נאר ווי איך האב שוין געזאגט דא כמה פעמים איז אין עתי אתי, איך האב נישט קיין צייט. ווי דו זעהסט פון זונטאג נאכט ווען איך האב דאס געשריבן ביז יעצט בין איך נישט געווען דא, ווייל איך ארבעט שווער, (מער פון איין דשאב) און איך קום נישט אן דא קיין סאך. דעריבער קען זיך אמאל מאכן אז איינער זאל מיר עפעס פרעגן און ביז איך קום אן צוריק אהער איז שוין יענץ לאנג אראפגעפארן ערגעץ ווי, אדער איז דער נושא נישט געווען אזוי וויכטיג פאר מיר אז איך זאל געדענקען דאס נעקסטע מאל נאכצוקוקן וואס איז געווארן דערמיט.
דאס מאל אבער איז עס א נושא וואס איז שטארק נוגע ללבי און דעריבער בין איך תיכף צוריק געקומען אהער זעהן וואס דא טוט זיך, זעה איך אז יצא עלי קצף בעל עגלתינו. ר' בערל, איך גיי דא גיין ארויס פון מיין וועג (נישט אראפגיין פון כבוד מעלתי הרמה ווייל איך האב דאס נישט, אבער זיך אנשטרענגען צו מאכן צייט פאר דיר דאס יא) און וועלכען מקום דו וועסט מיר אנווייזן אז דו האסט מיר אנגעפרעגט און איך האב דיר נישט געענטפערט, וועל איך דיר בעז"ה ענטפערן בקרוב ממש.
*
און יעצט לענינינו. איז ראשית וויל איך דו זאלסט פארשטיין אז איך בין נישט קיין איד ליינער, און אפילו נישט קיין בלאט ליינער, אלס אינגער אינגערמאן פלעג איך פון צייט צו צייט קויפן אמאל די איד און אמאל די צייטונג, ווען דער בלאט האט אנגעהויבן ארויסקומען האב איך אים ממש די ערשטע קורצע צייט געקויפט ווייל עס איז געווען אינטערעסאנט אלס א נייע זאך. אבער עס איז שוין יארן יארן לאנג וואס איך האב די צייטונגען נישט אנגעקוקט. איך האב אויך אין סאטמאר קיינמאל נישט געלערנט, און דו האסט מיך זייער שטרענגט פארגעהאלטן דא אויף כמה עוולות וואס איך האב געטאן, וועל איך טרייען דיר ענטפערן איינס נאכן אנדערן.
פארוואס עס באדערט מיך די התקוה ניגון? (גראדע באדערט מיך נאך ניגונים דארט, נאר די אנדערע האט קאווע טרינקער נישט געשריבן. למשל איך בין געפערליך נערוועז געווארן ווען מען האט געזונגען פאר צען מינוט אין א ציה דעם ניגון פון פרעה מיט פידשאמעס אין מיטן די נאכט... איך האב נאך נישט געהערט די גאנצע, בלויז די ערשטע 45 מינוט) איז אזוי. קודם, דאס עצם מציאות אז קאווע טרינקער האט געפונען פאר וויכטיג עס צו באריכטן אין דעם איין שורה פון זיין לינק, דאס אליינס ווייזט דאך אז ער האט אויך פארשטאנען אז עפעס איז מיט דעם. און דאס איז טאקע דער ענין. ווייל אז מען רעדט פון ערליכע אידן, וועלכע האלטן זיך פאר בני תורה, און מען מאכט אזא מאסיווע חג הסמיכה, וואס איז באמת א געוואלדיגע מעמד אז צוויי הונדערט און דרייסיג אינגעלייגט זענען נסמך געווארן להוראה, איז דאך פשוט אז מען זאל ענדיגן מיט א געבעט פאר שיבת ציון, בנין בית המקדש, גלות השכינה און גלות ישראל און פאר דעם צוריק קום פון מלכות בית דוד.
אבער אלס בני תורה, קומט מער אז מען זאל ביי אט דעם געהויבענעם, תורה'דיגן מעמד זינגען א ניגון, א שטייגער ווי, ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים, ובנה ירושלים, ולירושלים עירך ברחמים תשוב וגו' וכו'. דאס זינגען דייקא אט דעם ניגון קומט פון ערגעץ אנדערש און דאס טוט מיר וויי. עס מעג מיר ווייטון אפילו אויב עס שמעקט נישט פאר ר' בערל'ען, און איך מיין (אויב איך מעג זיך וואגן צו שפעקולירן אזוי) אז דיין אויסברוך אויף מיר צוליב מיין אויסדרוקן דעם ווייטאג, ווייזט מער אויף דיר, ווי מיין אויסדרוק ווייזט אויף מיר. בפרט אז דו האסט מיך קאמפליטלי ראנג פאראורטיילט. איך האב גארנישט קעגן ישיבה יוניווערסיטי, באמת גארנישט, איך האלט עס איז דייקא גאר א חשוב'ער מקום. איך האב דארט כמה באקאנטע, אפילו צווישן די סטעף, איך בין שוין דארט געווען כמה פעמים און איך האב פאר זיי גרויס רעספעקט.
איי וועסטו פרעגן פארוואס איך האב געשריבן יעשיווע, זייער פשוט, איך האב חלילה נישט געמיינט מזלזל צו זיין אין זיי, נאר וויבאלד ישיבה יוניווערסיטי איז זייער ענגלישע נאמען (זייער ישיבה נאמען איז ישיבת רבינו יצחק אלחנן) האב איך עס געשריבן אויף אזא מין אויפן ווי מען שרייבט אויף ענגליש. איך האב אינגאנצן נישט אינזינען געהאט קיין שום מחשבת זלזול.
על כן ר' בערל, די גאנצע קומענדיגע שורות דיינע זענען איבריג און לגמרי נישט אמת. איך האב כמעט יעדן שבת געסט, און רוב מאל זענען זיי אידן וועלכע געהערן מער צו די וויי יו קאמיוניטי. איך האב נישט קיין שנאה און פאראורטייל אויף קיין שום אנדערע אידן, נישט די וועלכע גייען בדרך התורה (סיי מער לינקס פון מיר און אויך נישט אויף די וואס גייען מער רעכטס פון מיר) און אפילו אויף די וועלכע גייען ליידער נישט בדרך התורה (צו בלבוש חרדי צו בלבוש חילוני) האב איך אויך נישט קיין שנאה און פאראורטייל. איך ווייס קיינמאל נישט וויאזוי איך וואלט אויסגעקוקט ווען איך וואלט געווען אין זייער פלאץ. און דאך מעג מיך באדערן אז מען זינגט דארט התקוה. אפילו אויב דו האסט הנאה דערפון. מיר מעגן האבן חילוקי דעות אין די עניינים.
*
און יעצט צום לעצטן נקודה. עס איז אמת אז די טבע פון מענטשן איז אז מען מיינט אלעמאל אז די גראז איז גרינער אויף די אנדערע זייט, און איך ווייס אז דארט איז אויך נישט אלעס גאלד (און איך ווייס אויך אז רוב פון די מוסמכים וועלן מן הסתם קיינמאל נישט זיין פאקטיש א רב פון א קהילה) אבער מיט דעם אלעם זאג איך דיר קלאר אז אין דעם ענין פערצופאל וואלט מיר זיך געמעגט זייער אסאך לערנען פון זיי.
לאמיך זיך אפשטעלן א מינוט דירעקט איבער דעם ענין פון רבנות און תורה לערנען וויבאלד דאס איז דאך געווען דער נושא פון דעם אשכול.
אמת אז ביי אונז זענען דא אסאך גרויסע תלמידי חכמים און ווי דו זאגסט אז אויב איינער איז א בעל הוראה און האט דעם פיפטן אויך קען ער זיך דערשנאפן צו גאנץ א פיינעם פאסטן. איז אבער דא צוויי זאכן וועלכע איך וויל דא אנמערקן. איינס, אז עס זענען טאקע דא אזעלכע, אבער דער סיסטעם איז נישט אויסגעשטעלט צו דעם. עס איז נישט דא קיין סמיכה פראגראם. א סמיכה פראגראם איז וויי יו איז א פראגראם וועלכע גייט איבער דריי יאר ווי מען טוט אדורך אלע הלכה'דיגע עניינים וועלכע זענען נוגע אין קהילה און אין משפחה לעבן, די שאלות און עניינים מיט וועלכע רבנים טוען זיך ספראווען טאג טעגליך, מיט העווי שימוש אין די עניינים, מען לערנט זיי ווי צו רעדן מיט מענטשן, קאונסלינג, שלום בית עניינים, ווי און ווען צו טרייען אליינס העלפן און צו פארשטיין ווען צו שיקן צו א פראפעשאנעל, מען לערנט זיי רעדן וכדו'.
(אגב, אין די שטאט פרעשבורג זענען געוווען עטליכע שוהלן אין שטאט ווי עס האט יעדן שבת אויפגעטרעטן א בחור פון ישיבה און געהאלטן א דרשה פאר די שטאטס לייט און די שטאטס לייט פלעגן רעגלמעסיג קומען אויסהערן די דרשות. דאס איז געווען מיטן דירעקן ציהל צו העלפן די בחורים זיך אויסלערנען האלטן דרשות און רעדן פאר א ציבור)
ווידער ביי אונז איז אזא זאך נישט דא, מען דארף זיך אליינס משלים זיין, עס איז דא זייער ווייניג הדרכה אין דעם פעלד. דערפאר זענען בייי אונז דא אסאך מורי הוראה וועלכע קענען זייער גוט הלכות נדה אבער אין הלכות פסח, אבילות, תשעה באב, יום כיפור אדער אפילו הלכות הבדלה פון מוצאי שבת ווייסן זיי גאנץ קנאפ.
און דער צווייטער נקודה, אז יא, עס זענען דא אזעלכע אינגעלייט, און בדרך כלל נאר די גאר געלונגענע (וועלכע האבן אויך גוטע קאנעקשאנס) וועלן אנקומען. און ווען זייי וועלן אנקומען וועט עס בדרך כלל זיין אין די ראמען פון איינס פון די גרויסע עטאבלירע חסידות קהילות, און דאן איז דער רב\דיין ווידער געצוימט, ער קען נישט לערנען און פסק'ענען וויזוי ער וויל און פארשטייט, נאר וויזוי זיין קהילה און חסידות דיקטירט אים.
ווידער דער וויי יו תלמיד, ווייל ער איז אין דעם פראגראם וועלכע איז אויסגעשטעלט ארויסצוברענגען זיינע כשרונות אין דעם פעלד, און עס זענען דא אסאך קהילות איבער די יונייטעד סטעיטס וועלכע דארפן האבן א רב, האט דער געלונגענער וויי יו תלמיד אסאך א גרעסערן פעלד פאר זיך און אסאך מער אפציעס לגבי זיין רבנות. און די וועלכע זענען געלונגען וועלן בדרך כלל אנקומען ווייטער ווי די זעלבע לעוול אינגעלייט ביי אונז.
און דאס איז אלעס לגבי דעם איינעם פרט. אבער דאס איז דאך א צרת הכלל. ביי אונז זענען די ישיבות און מוסדות החינוך אינגאנצן נישט אויסגעשטעלט מיט א אמת'ן בליק אדער סיי וועלכן ציהל אויפן עתיד. תורה לערנען איז לשמה, און קיין מהלך און אן קיין ציהל, רוב בחורים זענען למעשה נישט דערביי, און אוודאי נישט אויף דעם לעוול ווי עס ווערט אהערגעשטעלט ביי אונז אין די ישיבות, און זיי קוואקען אפ די פאר יאר אין ישיבה, אויב מעגליך איז מען נאך ממשיך אין כולל נאך אפאר יאר, און ביי די טיים ער כאפט זיך ביים קאפ האט ער דריי פיר קינדער און קען שוין גארנישט טוהן.
לעומת זה, ביי די וויי יו אידן, גייט מען אין ישיבה מיט לכתחילה'דיגן חשבון אז איך גיי זיין א בעל בית א בן תורה און אלס אזא איינער דארף איך וויסן וואס איך וויל. און דעריבער איז די גאנצע ישיבה אויסגעשטעלט בעסער און מיט דעם ציהל אין קאפ. דאס לערנען איז מיט א מהלך, און אויסער דאס לערנען גייט מען אין "יוניווערסיטי", מען לערנט זיך עפעס אויף שפעטער, אזוי אז ער זאל קענען שפעטער זיין א תורה'דיגער בעל בית.
ע"כ שריי איך דא אויס נאכאמאל מיין ווייטאג, עס איז א עוון פלילי פון אונזערע מנהיגים (אויך מיר מנהיגים) וועלכע האבן נישט אינזין אונזערע קינדער און לאזן זיי פאר'תכל'עווען די שענסטע יארן פון זייער לעבן מיט גארנישט, צוועקלאז און ציהללאז.
נו שוין, איך האב שוין צו לאנג מאריך געווען. עניוועי, ואגמור מעין הפתיחה, ר' בערל, איך האב נישט קיין שום פאראיבל אויף אייך, איך בעט אייך איבער אויב איך האב אייך אמאל איגנארירט און איך בין גרייט אייך צו ענטפערן.