בלאט 1 פון 2
באהאלטענע מיליאנערן?
נשלח: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:28 pm
דורך נאך א פשט
איך האב לעצטענס געליינט וועגן מיליאנערן, מענטשען וואס זענען ווערט צענדליגער אדער הונדערטער מיליאנען, וואס לעבען ווי פשוטע מענטשען און קיינער ווייסט נישט אז זיי זענען רייך. אין געוויסע פעלער ווייסען אפילו נישט די אייגענע קינדער.
אין די גויאישע וועלט ווי יעדער לעבט זיך זייער אייגען לעבן און קיינער קריכט נישט אריין אין דעם צווייטנעס קושקעס פארשטיי איך ווי אזוי עס קען זיין
מיין שאלה איז, 1) איז דא ביי אונז היימישע אידן אזא זאך. קען איינער דא אזא איד (אדער אפשר זענט איר אזא איד)?
2) איז בכלל שייך אזא זאך ביי אונזער עולם? ווען עס איז לכו והתפרנסו זה מזה און יעדער קריכט אריין ביי יענעם אין געדערים איז שווער אז קיינער זאל נישט וויסען
3) אויב עס איז יא דא אזא איינעם מוז אויך זיין אז ער געט נישט אסאך צדקה ווייל דעמאלטס וואלט דער עולם געוויסט אז ער איז רייך. סא איז דאס אויסגעהאלטן על פי תורה נישט צו געבען צדקה כדי צו באהאלטן די רייכקייט?
נשלח: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:39 pm
דורך קאווע טרינקער
1) ממה נפשך, אז איך קען אזא איד איז ער דאך שוין נישט באהאלטען?
2) ס'איז יא מעגליך.
3) מהיכי תיתי אז זיי געבן נישט צדקה?
א גבאי צדקה האט מיר פארציילט איבער א וואנט-פושקע אין א געוויסע בית המדרש וואס ער טרעפט כמעט טעגליך $100 ביללס.
נשלח: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:47 pm
דורך נולד מאוחר
איך קען איינער וואס איז ווערט אסאך און איז זייער אבסעסט קיינער זאל נישט וויסען. ער מיינט עס זייער ערענסט.
מיין שאלה אויף די סארט מענטשען איז, וואס שטיפט זיי צי פארדינען נאך?
נארמארלהייט וויל א מענטש אסאך געלט זוך צי קענען ערלויבען תעניגים, אדער קריגען כבוד דערפאר. די סארט מענטשען האבן גארנישט פון זייער געלט. נעבעך זיי וועסטען זייער לעבן.
נשלח: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:52 pm
דורך קאווע טרינקער
אויפצובויען זעלבס זיכערקייט.
נשלח: מוצ"ש אפריל 05, 2014 11:02 pm
דורך נאך א פשט
קאווע טרינקער האט געשריבן:1) ממה נפשך, אז איך קען אזא איד איז ער דאך שוין נישט באהאלטען?
2) ס'איז יא מעגליך.
3) מהיכי תיתי אז זיי געבן נישט צדקה?
א גבאי צדקה האט מיר פארציילט איבער א וואנט-פושקע אין א געוויסע בית המדרש וואס ער טרעפט כמעט טעגליך $100 ביללס.
עס קען זיין אז די קענסט אים און קיינער אנדערש נישט
מען דארף נישט זיין א מאלטי מיליאנער צו געבן א הונדערטער יעדען טאג. איך מיין גיבען צדקה ווי א מיליאנער געט. שווערע טויזנטערס יערליך (חומש מנכסיו)
נשלח: מוצ"ש אפריל 05, 2014 11:09 pm
דורך יאיר
נולד מאוחר האט געשריבן:איך קען איינער וואס איז ווערט אסאך און איז זייער אבסעסט קיינער זאל נישט וויסען. ער מיינט עס זייער ערענסט.
מיין שאלה אויף די סארט מענטשען איז, וואס שטיפט זיי צי פארדינען נאך?
נארמארלהייט וויל א מענטש אסאך געלט זוך צי קענען ערלויבען תעניגים, אדער קריגען כבוד דערפאר. די סארט מענטשען האבן גארנישט פון זייער געלט. נעבעך זיי וועסטען זייער לעבן.
דיין קשיא איז אויך שווער אויף יעדן עושר וואס האט גענוג געלט פאר תענוגים און כבוד א גאנץ לעבן. דער גרינגסטער תירוץ איז אז אז מענטשן עסאסיעיטן געלט מיט תענוג. וויבאלד מ'ווערט איינגעוואוינט אז געלט ברענגט אזויפיל גוטע זאכן אין לעבן, באקומט מען א תאוה צו געלט אליין.
נשלח: מוצ"ש אפריל 05, 2014 11:13 pm
דורך הוגה
אלץ א באהאלטענע מיליאנער אליין, קען איך דיר זאגן אז אסאך מאל איז עס פשוט נישט בידינו עס מפרסם צו זיין ווייל מיר אליין ווייסן אויך נישט דערפון.
נשלח: מוצ"ש אפריל 05, 2014 11:15 pm
דורך נאך א פשט
יאיר האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:איך קען איינער וואס איז ווערט אסאך און איז זייער אבסעסט קיינער זאל נישט וויסען. ער מיינט עס זייער ערענסט.
מיין שאלה אויף די סארט מענטשען איז, וואס שטיפט זיי צי פארדינען נאך?
נארמארלהייט וויל א מענטש אסאך געלט זוך צי קענען ערלויבען תעניגים, אדער קריגען כבוד דערפאר. די סארט מענטשען האבן גארנישט פון זייער געלט. נעבעך זיי וועסטען זייער לעבן.
דיין קשיא איז אויך שווער אויף יעדן עושר וואס האט גענוג געלט פאר תענוגים און כבוד א גאנץ לעבן. דער גרינגסטער תירוץ איז אז אז מענטשן עסאסיעיטן געלט מיט תענוג. וויבאלד מ'ווערט איינגעוואוינט אז געלט ברענגט אזויפיל גוטע זאכן אין לעבן, באקומט מען א תאוה צו געלט אליין.
מענטשן עסאסיעיטן געלט מיט SELF WORTH זיי פילען אז די מער געלט זיי האבן די מער מענטש זענען זיי
נשלח: מוצ"ש אפריל 05, 2014 11:18 pm
דורך נאך א פשט
הוגה האט געשריבן:אלץ א באהאלטענע מיליאנער אליין, קען איך דיר זאגן אז אסאך מאל איז עס פשוט נישט בידינו עס מפרסם צו זיין ווייל מיר אליין ווייסן אויך נישט דערפון.
הייסט די ווייסט אויך נישט אז מיט די געלט וואס די האסט (נישט
) ביסטו אויך א ירא שמים און א תלמיד חכם? ווי אזוי וועסטו טוהן שידוכים?
נשלח: מוצ"ש אפריל 05, 2014 11:23 pm
דורך ביבער
א באהאלטענער מיליאנער האט נישט די סאשעל פרעשור פון ווערן א יורד, און אויב ווערט מען ח"ו א יורד איז דאס לעבן אסאך גרינגער.
if i were a rich man וואלט איך אויך אזוי געטהון...
נשלח: מוצ"ש אפריל 05, 2014 11:29 pm
דורך נולד מאוחר
יאיר האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:איך קען איינער וואס איז ווערט אסאך און איז זייער אבסעסט קיינער זאל נישט וויסען. ער מיינט עס זייער ערענסט.
מיין שאלה אויף די סארט מענטשען איז, וואס שטיפט זיי צי פארדינען נאך?
נארמארלהייט וויל א מענטש אסאך געלט זוך צי קענען ערלויבען תעניגים, אדער קריגען כבוד דערפאר. די סארט מענטשען האבן גארנישט פון זייער געלט. נעבעך זיי וועסטען זייער לעבן.
דיין קשיא איז אויך שווער אויף יעדן עושר וואס האט גענוג געלט פאר תענוגים און כבוד א גאנץ לעבן. דער גרינגסטער תירוץ איז אז אז מענטשן עסאסיעיטן געלט מיט תענוג. וויבאלד מ'ווערט איינגעוואוינט אז געלט ברענגט אזויפיל גוטע זאכן אין לעבן, באקומט מען א תאוה צו געלט אליין.
כבוד איז אלץ שייך מער און מער, ווילאנג סאיז דא אן עושר וואס האט מער געלט פון דיר אין דיין ביתמדרש אדער ביזנעס סירקיל קאמפיטסטו קעגען עם.
נשלח: מוצ"ש אפריל 05, 2014 11:32 pm
דורך סאשי פיש
איך קען מענטשען וואס האבען מיליאנען און קיינער ווייסט נישט חוץ די משפחה אביסעל, קענסט עס נישט באמערקען נישט אויף די קליידונג/קאר/הויז, וואס זיי האבען דערפון ווייס איך אויך נישט?
נשלח: מוצ"ש אפריל 05, 2014 11:36 pm
דורך נאך א פשט
ביבער האט געשריבן:א באהאלטענער מיליאנער האט נישט די סאשעל פרעשור פון ווערן א יורד, און אויב ווערט מען ח"ו א יורד איז דאס לעבן אסאך גרינגער.
if i were a rich man וואלט איך אויך אזוי געטהון...
גרונגער געזאגט ווי געטוהן. ווען מען האט די געלט איז שווער זיך איינצוהאלטן און עס נישט ארויסווייזן. נאך די תאוות הממון קומט די תאוות הכבוד און געלט איז די SHORTCUT צו כבוד
נשלח: מוצ"ש אפריל 05, 2014 11:42 pm
דורך טיטאניק
אין היימישע אידיש ריפט מען דאס
גאליציאנער
כידוע ליודעי חן.......
נשלח: מוצ"ש אפריל 05, 2014 11:48 pm
דורך sefish
איך בין א עושר אדיר, און חוץ חז''ל ווייסט קיינער נישט דערפון
נשלח: זונטאג אפריל 06, 2014 12:09 am
דורך יחזקאל
sefish האט געשריבן:איך בין א עושר אדיר, און חוץ חז''ל ווייסט קיינער נישט דערפון
האסט א ביהכ"ס סמוך לשלחנו?
נשלח: זונטאג אפריל 06, 2014 12:17 am
דורך קאווע טרינקער
יחזקאל האט געשריבן:sefish האט געשריבן:איך בין א עושר אדיר, און חוץ חז''ל ווייסט קיינער נישט דערפון
האסט א ביהכ"ס סמוך לשלחנו?
א שמח בחלקו
באהאלטענע ארומעלייט?
נשלח: זונטאג אפריל 06, 2014 1:08 am
דורך יין שרף
איך האב לעצטענס געליינט וועגן ארעמעלייט, מענטשען וואס האבן חובות פון צענדליגער אדער הונדערטער מיליאנען, וואס לעבען ווי רייכע מענטשען און קיינער ווייסט נישט אז זיי זענען ארעם. אין געוויסע פעלער ווייסען אפילו נישט די אייגענע קינדער.
מיין שאלה איז, 1) איז דא ביי אונז היימישע אידן אזא זאך. קען איינער דא אזא איד (אדער אפשר זענט איר אזא איד)?
2) איז בכלל שייך אזא זאך ביי אונזער עולם? ווען עס איז לכו והתפרנסו זה מזה און יעדער קריכט אריין ביי יענעם אין געדערים איז שווער אז קיינער זאל נישט וויסען?
3) אויב עס איז יא דא אזא איינעם מוז אויך זיין אז ער געט אסאך צדקה ווייל דעמאלטס וואלט דער עולם געוויסט אז ער איז ארום. סא איז דאס אויסגעהאלטן על פי תורה צו געבען צדקה כדי צו באהאלטן די ארעמקייט???
נשלח: זונטאג אפריל 06, 2014 1:41 am
דורך פליקער
ציקער זיס יין ,פון די חברה קען איך אסאך,
נשלח: זונטאג אפריל 06, 2014 2:12 am
דורך גנדי
קודם וואס הייסט א מיליאנער?
איינער וואס האט Net Assets פון כאטשיג א מיליאן? דאס איז דא אסאך.
איינער וואס האט געהאט profit or income לעצטע יאר מער פון א מיליאן? דאס איז דא זייער ווייניג.
נשלח: זונטאג אפריל 06, 2014 2:57 am
דורך קליגער אינגערמאן
קאווע טרינקער האט געשריבן:יחזקאל האט געשריבן:sefish האט געשריבן:איך בין א עושר אדיר, און חוץ חז''ל ווייסט קיינער נישט דערפון
האסט א ביהכ"ס סמוך לשלחנו?
א שמח בחלקו
הלואי..
נשלח: זונטאג אפריל 06, 2014 3:30 am
דורך berlbalaguleh
נשלח: זונטאג אפריל 06, 2014 4:18 am
דורך הדד בן בדד
יין שרף האט געשריבן:איך האב לעצטענס געליינט וועגן ארעמעלייט, מענטשען וואס האבן חובות פון צענדליגער אדער הונדערטער מיליאנען, וואס לעבען ווי רייכע מענטשען און קיינער ווייסט נישט אז זיי זענען ארעם. אין געוויסע פעלער ווייסען אפילו נישט די אייגענע קינדער.
מיין שאלה איז, 1) איז דא ביי אונז היימישע אידן אזא זאך. קען איינער דא אזא איד (אדער אפשר זענט איר אזא איד)?
2) איז בכלל שייך אזא זאך ביי אונזער עולם? ווען עס איז לכו והתפרנסו זה מזה און יעדער קריכט אריין ביי יענעם אין געדערים איז שווער אז קיינער זאל נישט וויסען?
3) אויב עס איז יא דא אזא איינעם מוז אויך זיין אז ער געט אסאך צדקה ווייל דעמאלטס וואלט דער עולם געוויסט אז ער איז ארום. סא איז דאס אויסגעהאלטן על פי תורה צו געבען צדקה כדי צו באהאלטן די ארעמקייט???
איך ווייס פון איינעם אזאנעם, לעצטענס האב איך געהערט פון נאך וואס האבן געהערט זיין נאמען, דאכצעמער עפעס בערי מעידאף...