בלאט 1 פון 1

פיר הײקוס

נשלח: מאנטאג אפריל 07, 2014 10:02 am
דורך שלום בערגער
1.

מײן נאָז איז קאלט.
איז
צינד אָן א פײער אין מױל.
מיט כעס אָדער װײן.

2.

בײמער װארטן לאנג
און בלײבן תמיד אנטױשט.
דאָס איז אילץ. אלץ. האָלץ.

3.

גוט מאָרגן, חבר.

גוט יאָר, שונא.

װאָס עפעס?

ס׳איז אין מיטן נאכט!

4.

א פױגל פליט הױך,
באקוקט די בלױע װײטקײט
און װיל זײן א קאלב.

נשלח: מאנטאג אפריל 07, 2014 3:10 pm
דורך ביבער
נאכן זיך האקן קאפ פאר 15 מינוט האב איך מיר געטראפן אין יעדן פון די פיר הייקוס,
איך שוים פאר כעס,
איך פיל ווי א האלץ,
צוטונקלט ווי דער נאכט,
איך פארשטיי ווי דער קאלב.

נשלח: מאנטאג אפריל 07, 2014 4:34 pm
דורך רויטע וואנצעס
מיינע געדאנקן אויף שלום'ס פאעזיע.

שלום בערגער האט געשריבן:1.

מײן נאָז איז קאלט.
איז
צינד אָן א פײער אין מױל.
מיט כעס אָדער װײן.

נאז איז די אטעמען, דאס לעבן, די לעבן איז קאלט מ'האט נישט קיין טעם אין איר. ברענג אריין א טעם אין לעבן מיט ארבייט/שוויצן און הנאה.

2.

בײמער װארטן לאנג
און בלײבן תמיד אנטױשט.
דאָס איז אילץ. אלץ. האָלץ.

אדם עץ השדה, א מענטש וואס ווארט אויף הצלחה און טוט נישט השתדלות, וועט תמיד בלייבן אנטוישט, און נישט פרודקטיוו ווי א שטיקל האלץ. די מענטש האט אסאך פאטענשעל ער קען געבן פירות, אדער ווערן א האלץ.
3.

גוט מאָרגן, חבר.

גוט יאָר, שונא.

װאָס עפעס?

ס׳איז אין מיטן נאכט!

מיט א חבר איז מען אלעמאל אין א מארגן צושטאנד. שונאים רואנירט די לעבן. פרוביר צו טרעפן פארשטענדיש מיט אים מיט זאכן ארום, ווי יאר אדער נאכט, מיט די צייט וועט עס ברענגן צו א מארגן צושטאנד.

4.

א פױגל פליט הױך,
באקוקט די בלױע װײטקײט
און װיל זײן א קאלב.

באקאנטע ווארט, יענמס גראז איז גרינער. אמאל איז דא א מענטש וואס האט געוואלדיגע הצלחה, ער קען זאכן וואס יענער קען נישט, אבער אנשטאט זיין זיך וויל ער זיין יענעם. דאס איז קרום. א פויגל דארף בלייבן א פויגל און א קאלב א קאלב.

נשלח: מאנטאג אפריל 07, 2014 5:01 pm
דורך איש עברי
ומי יבוא בסוד קדושים

א דאנק פארן רש"י.

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 4:47 pm
דורך שלום בערגער
זאגט מיר נאר, פאר וואס מוז א פירוש זיין מוסרדיק? מצידי, טייל פון א שירה, און אפשר דער עצם טייל, באשטייט דווקא אין איר "שיר", דעם ווערטערקלאנג און סדר. כ'האב געפרואווט שאפן עפעס וואס זינגט זיך. מילא גראמען, נאר אזא ריטעם און משקול. ניט אלץ אין לעבן קען מען קלאר ארויסדרינגען. די מעשיות פון רבי בר בר חנה זיינען מחוץ אנדזער פארשטאנד. נו, להבדיל, נאר אפשר איז דער מיין א מאל איבעריק.

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 9:58 pm
דורך רויטע וואנצעס
[tag]שלום בערגער[/tag] דער מיין קען טאקע זיין א איבעריגע, אבער אז מ'שרייבט פאר אלגעמיינע מענטשען, וואס זענען נישט באהאוונט אינעם ארטיסטישן מיין פון א ווערטער שיר, איז דער מיין נישט איבעריק נאר אן עיקר.

מיין

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 10:02 pm
דורך שלום בערגער
עס קען זיין, נאר קיין איין און איינציקער מיין איז דאך ניטא. יתפוצץ סלע. סלה.