בלאט 1 פון 1

נשלח: מאנטאג אפריל 07, 2014 5:05 pm
דורך דריידל
די פראצענטן וואס בענק געבן היינט צו טאגס איז ממש א זשאוק. אבער מ'קען באקומען ביי טשעיס $125 בלויז פאר עפענען אן אקאונט (דאכצעך מיר אז ס'דארף זיין כאטשיג 10 אלפים). אויב די ווילסט א קיופאן קענסט עס באקומען אין פאסט אפיס מיט די קיופאנס וואס מ'באקומט ביים מופען.

נשלח: מאנטאג אפריל 07, 2014 7:19 pm
דורך העלא
איך האב א סעיווינגס אקאונט ביי קעפיטאל וואן 360
זיי גיבן 0.75% (אסאך פאר היינטיגע צייטן

אויב עפענט איינער דורך די לינק

קליקט דא אויב איר ווילט עפענען אקאונט

באקום ער 25 דאלער פארן עפענען
און איך באקום 20 דאלער

נשלח: מאנטאג אפריל 07, 2014 8:41 pm
דורך נאך א פשט
טשעק bankrate.com

נשלח: מאנטאג אפריל 07, 2014 9:25 pm
דורך געפילטע פיש
אנאליזירער האט געשריבן:אויב סעיווינגס אקאונטס געבן נישטיגע פראצענטן, וואו איז דער בעסטער פלאץ אוועקצולייגן צוואנציג אלפים ווייסע געלט?

טשעק אויס CD'ס, אויך נישט קיין גרויסע פראצענטן, אבער מער ווי די סעיווינגס אקאונטס. אבער דו דארפסט ער אריינלאקן פאר א געוויסע צייט אפשניט, געווענליך פון אפאר חודשים ביז א יאר.

נשלח: מאנטאג אפריל 07, 2014 9:55 pm
דורך יאיר
אנאליזירער האט געשריבן:אויב סעיווינגס אקאונטס געבן נישטיגע פראצענטן, וואו איז דער בעסטער פלאץ אוועקצולייגן צוואנציג אלפים ווייסע געלט?

אויב דו דארפסט עס נישט פאר א לענגערע צייט קענסטו עפענען אן אינשורענס פאלעסי, וואו דו וועסט פארדינען די מערסטע אן דארפן ריסקן דיין געלט.

נשלח: מאנטאג אפריל 07, 2014 11:06 pm
דורך דריידל
ביסט אפשר אן אישורענס עידזשענט? [tag]יאיר[/tag]

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 12:16 am
דורך למדן
און אז ער איז א אישורענס עידזשענט קומט איהם שריפה? ער דארף עפעס נישט שבת מאכן? אויב האט ער א חתיכה הראויה להתכבד קוק אריין אויב ס' לוינטיר

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 12:35 am
דורך נולד מאוחר
יאיר האט געשריבן:
אנאליזירער האט געשריבן:אויב סעיווינגס אקאונטס געבן נישטיגע פראצענטן, וואו איז דער בעסטער פלאץ אוועקצולייגן צוואנציג אלפים ווייסע געלט?

אויב דו דארפסט עס נישט פאר א לענגערע צייט קענסטו עפענען אן אינשורענס פאלעסי, וואו דו וועסט פארדינען די מערסטע אן דארפן ריסקן דיין געלט.

אויב ער האט שוין אינשארענס, מאכט נישט סענס צי צאלן פאר א פראדוקט וואס ער דארף נישט.
וויפיל ער זאל נאר נישט פארדינען גייט אראפ א חלק געלט צי קויפען אינשארענס.

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 1:28 am
דורך יאיר
דריידל האט געשריבן:ביסט אפשר אן אישורענס עידזשענט? [tag]יאיר[/tag]

אלס איינער וואס דרייט זיך שוין גאנץ לאנג דא וואלסטו געמעגט וויסן אז איך ארבעט פאר ניו יארק לייף. לעצטנס גייט די ביזנעס ב"ה גוט.
נולד מאוחר האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:
אנאליזירער האט געשריבן:אויב סעיווינגס אקאונטס געבן נישטיגע פראצענטן, וואו איז דער בעסטער פלאץ אוועקצולייגן צוואנציג אלפים ווייסע געלט?

אויב דו דארפסט עס נישט פאר א לענגערע צייט קענסטו עפענען אן אינשורענס פאלעסי, וואו דו וועסט פארדינען די מערסטע אן דארפן ריסקן דיין געלט.

אויב ער האט שוין אינשארענס, מאכט נישט סענס צי צאלן פאר א פראדוקט וואס ער דארף נישט.
וויפיל ער זאל נאר נישט פארדינען גייט אראפ א חלק געלט צי קויפען אינשארענס.

אין יעדע אינוועסטמענט גייט אראפ א חלק געלט (אבוויעסלי, אז נישט איז עס נישט אן אינוועסטמענט).

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 8:06 am
דורך דריידל
נישט געוויסט.
אלץ אישורענס עידזשענט לאמיך דיר פרעגן, למשל [tag]אנאליזירער[/tag] וואס וויל יעצט אינוועסטן צוואנציג אלפים אבער ווייסט נישט אויב נעקסטעס יאר וועט ער דאס אויך האבן, קען ער קויפן א קליינע פאליסי און אויסצאלן די גאנצע אויף איין מאל?

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 1:48 pm
דורך יאיר
דריידל האט געשריבן:נישט געוויסט.
אלץ אישורענס עידזשענט לאמיך דיר פרעגן, למשל [tag]אנאליזירער[/tag] וואס וויל יעצט אינוועסטן צוואנציג אלפים אבער ווייסט נישט אויב נעקסטעס יאר וועט ער דאס אויך האבן, קען ער קויפן א קליינע פאליסי און אויסצאלן די גאנצע אויף איין מאל?

ניין. עס איז דא א לימיט ביז וויפיל מען קען צאלן א יאר, געוואנדן לויט ווי גרויס די פאלעסי איז. די סיבה דערפון איז טאקע צוליב אזעלכע מענטשן ווי אנאליזירער, וואס וועלן נוצן אינשורענס אלס אינוועסטמענט, דערנאך וועלן זיי נישט דארפן צאל קיין טעקס אויף די געלט. היו לא תהיה. האבן די חכמים מתקן געווען אז מען זאל נישט קענען אריינטראסקען דעם גאנצן סכום אויפאמאל און דערנאך שעפן נחת זעענדיג ווי די נומערן שטייגן אן דעם וואס אנקל סעם זאל אראפנעמען א ביס פון מיין שווער פארדינטן געלט.

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 2:35 pm
דורך [NAMELESS]
יאיר, עס איז א חידוש אז דו ביסט אן עידזשענט פאר ניו יארק לייף און דו ווייסט נישט פונעם קאסטעם האול לייף מיט די פי די עי אקאונט, וואס איז ספעציעל געמאכט דערפאר, צו קענען אריינווארפן א סכום געלט, און נעקסטע יאר צאלט מען גארנישט

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 5:40 pm
דורך פארוואס?
פארוואס טראכסטו נישט פון א chase brokerage account?

נשלח: מאנטאג אפריל 14, 2014 10:32 am
דורך פארוואס?
אנאליזירער האט געשריבן:וואס מיינט דאס, [tag]פארוואס?[/tag]?

https://www.jpmorganfunds.com/cm/Satell ... lyURL=home