בלאט 1 פון 2

א חבר א פגע רע; ראט און טאקטיקן

נשלח: מאנטאג אפריל 07, 2014 11:04 am
דורך אפטעמיסט
- "אפטע, כ'קען בארגן דיין זייף?" פרעגט מיר היינט מיין קרעציגע חבר אין מקוה.

- "איך בארג נישט קיין זייף. ס'איז א פאלאסי" ענטפער איך קאלטערהייט.

- "אבער די מקוה זייף סרח'ט" גיבט דער פגע רע נישט אויף.

-"אהה.." קרעכץ איך, וואונדערענדיג זיך ווי פונקט ער האט די העזה חוזק צו מאכן פונעם מקוה-זייפל גראך, "ניין, איך קען עס נישט בארגן. סארי".

-"סאו אפטע, שאוועלסט מיר אריבער די זייף?" פראבירט ער נאכאמאל דאס מזל, מיט זיין שווערע סאטמארע אקצענט.

-"קוק, צוויי זאכן בארגט מען נישט; א ווייב און א זייף", וויצל איך מיר סארקאסטיש, אבער אן ערפאלג.

-"וואס גייט דיר אזוי אן? מ'קען מיינען איך בעט דיר דיין קאר. זייט ווען ביסטו מיר געווארן א מפונק?"

-"אקעי, הער דיך גוט איין. מיין זייף גייסטו פון מיר נישט באקומען. פארשטאנען? ווילסט איך זאל פונקטליך אריין גיין פארוואס און פארווען? זיי מוחל, קריך אראפ".

-"כאפ א טשיל, דו בעסערע גאטשע" הייבט ער אן פליקען א פארלוירענער, "אלס איז אקעי אינדערהיים?"

-"הער, נאך איין ווארט דו זאגסט, לאז איך דיר אראפ א מתנת יד בפני קהל ועדה. פיץ אפ פון דאנעט", ענטפער איך אים צוריק אן אויפגעברויזטער אויף זיין שפראך.

-"אה, דו סטראשעסט מיט פעטש? פארהאק דיין פרעסער!"...

---

איך שטיי אין מקוה א פארצווייפעלטער. אנשטאט ליגן אויסגעצויגן אין בור און זיך קלאפן די בויך שישו מיעי, שטויס איך מיר אן אין א טריקענער נודזש שלא שערום אבותינו. בשעת וואס אנדערע אינגעלייט פלוידערן אויף הויכע טענער, און שפרינגן מיט פארקוועטשטע נעזער זיך טובל'נדיג ש"י טבילות, בין איך פארנומען זיך אמפערן מיט דעם אומבויגזאמע קוועטש.

די וועלט איז א משוגעים הויז. כאפ א שפאציר אויפן גאס, און זאג מיר מיט וויפיל מענטשן דו וואלסט מסכים געוועהן אויסצוטוישן א ווארט. פארשטייטצעך אז כ'וואוין אין ווילי און דער מצב איז פיל ערגער דא, אבער לאמיר נישט רעדן וועגן ספעציפישע ערטער; אלצווייסערס זאגן אז פופציג פראצענט וועלט איז נישט מיט אלעמען און די יודעי דבר ווייסן אז דאס איז אויך פאלש. די אנדערע פופציג פראצענט איך אויך נישט הונדערט.

פרויען שטיפן ארויס די קערידזשעס אין שנעל-קומענדע קארס; מענטשן פגע'ן ווי ס'איז נישט דא קיין מארגן; צען פראצענט מענטשהייט פיצט די נאז; דריי פערטל כלל ישראל פיצט נישט די ציין; מ'פלאפלערט אויפן בארא-פארק באס; מ'זאגט נישט קיין שכויח; מ'עסט מיט אפענע מיילער; מ'ניצט אויס וועם מען קען נאר.

חברה, בין איך דער איינציגסטער נארמאלער? בין איך דער איינציגסטער ציוויליזירטער מענטש וואס פגע'ט נישט, פיצט נישט די נאז, פיצט די ציין, און בארגט נישט קיין זייף? בין איך טאקע א יחיד בדורו?

קען זיין מיין לעבן איז פשוט א סאמאטוכע. יתכן אז כ'האב פשוט געמאכט קשרים מיט די נישט ריכטיגע און יעצט צאל איך דער פרייז. אבער איז דען טאקע אזוי? קיינער לייד זיך נישט צאם פון א חבר א פגע וואס פארשטייט נישט אויפן ווינק? גייסט מיר זאגן ס'איז מיין פראבלעם?

איך בין שוין מיד פון זיך אפרעדן, און דאס מאל מיין איך עס ערענסט (קרעדיט: עזריאל גליק). איך פיהל ווי איך האב מיר אנגעמאכט א שלעכט נאמען אין שטיבל, און כ'בין דער ניק מיט דער גרעסטער 'נודניק' ראנג. איך וואלט אויך קראנק געווארן פון אזא איינעם מיינס גלייכן, וואס? איך קום דא הערן יענעמ'ס צרות? איי אנדערסטעד יו, אבער פארשטייט מיר, ביטע.

איצט, איך פארשטיי אז אין מיינע אנדערע אשכולות האט נישט יעדער געקענט באשטייערן מיט הילף, ווייל נישט יעדער האט דורכגעמאכט יענע פראבלעמען. אבער דא איז זיכער אז יעדער פיהלט זיך מחותן. אמער, אדער איז ער אויך א וויקטעם, אדער איז ער גאר דער פגע אליין. איז, כ'בעט יעדעם צו מיטטיילן מיט'ן עולם עצות, טאקטיקן הילף און חיזוק וויאזוי זיך צו ספראווענען מיט א וויידל. און אויב זענט איר גאר דער פגע (און כ'ווייס שוין איינמאל וועלכע ניקס טוישן זיך איצט קאלירן) ביטע שעהמט ענק נישט, און זייט מסביר וואס שטיפט אייך צו טון דאס, און וואס מ'קען טון אייך אפצושטעלן.

נשלח: מאנטאג אפריל 07, 2014 11:16 am
דורך ברוךברוך
אה מיי, אפגעפסל'ט כלל ישראל מיט איין תגובה, כלל ישראל איז א הערליך פאלק, דיין פגע האט דיך פשוט געוואלט מאכן פילן וויכטיג, ער דארף דיין זייף ווי א לאך און קאפ.
ער קען אבער נישט מער טאן ווי פרובירן,
סמייל טו דע ווארלד, און דע ווארלד וויל סמייל טו יו.

נשלח: מאנטאג אפריל 07, 2014 11:51 am
דורך רויטע וואנצעס
כל האומר ברוךברוך משתקין אותו.

נשלח: מאנטאג אפריל 07, 2014 11:58 am
דורך חביבי
ברוךברוך האט געשריבן:אה מיי, אפגעפסל'ט כלל ישראל מיט איין תגובה, כלל ישראל איז א הערליך פאלק, דיין פגע האט דיך פשוט געוואלט מאכן פילן וויכטיג, ער דארף דיין זייף ווי א לאך און קאפ.
ער קען אבער נישט מער טאן ווי פרובירן,
סמייל טו דע ווארלד, און דע ווארלד וויל סמייל טו יו.


ברוך ברוך, זאג מיר די אמת ביזטו היינט געווען אין מקוה ציזאמען מיט אפטע,

נשלח: מאנטאג אפריל 07, 2014 12:03 pm
דורך לעמיל
[tag]אפטעמיסט[/tag] פון מיין זייט זאל ער דיך פעגרען 3 מאל א טאג ווילאנג דו שרייבסט עס דא זאל ער עס אונהאלטען

נשלח: מאנטאג אפריל 07, 2014 12:05 pm
דורך רויטע וואנצעס
פונקט געטראכט ענדליך, לאמיר טרעפן אפטעמיסט און עם אנטיילן פון די זיסע צרות, די שטיבל וועט זיין געוואלדיג. אפטעלע, סארי פאר'ן זיין אזוי סעלפיש. :o

נשלח: מאנטאג אפריל 07, 2014 1:22 pm
דורך berlbalaguleh
אפטעמיסט: קודם א ייש"כ. האלב פון די צייט האביך געמיינט אז דו רעדסט פון מיר.(אויף וועלכע זייט, זאג איך נישט.). דו האסט אזוי מין גוט אראפגעלייגט דעם מצב, אז כ'האב געמיינט אז דו האלטסט א שפיגל און דו בעיטסט דער עוילעם זאלל אריינקוקן דערין... חזק ואמץ (מיט וואס דאס גראמט, מייניך אז דו ווילסט נישט הערן... :? 8-) :lol: :roll: :x :oops: :אומגלויבליך: :רח"ל :קראץ: :דאבללייק: :דאבללייק: :דאבללייק:

נשלח: מאנטאג אפריל 07, 2014 1:33 pm
דורך בעל הבית
אפטע.. ווער בעט דיך צו גיין אין רחמסטרווקיא מקוה?

נשלח: מאנטאג אפריל 07, 2014 1:35 pm
דורך לעמיל
בעל הבית האט געשריבן:אפטע.. ווער בעט דיך צו גיין אין רחמסטרווקיא מקוה?

רחמסטרווקיא האט א מקוה און קרית יואל?

נשלח: מאנטאג אפריל 07, 2014 1:38 pm
דורך בעל הבית
ווער רעדט דען פון קרית יואל

נשלח: מאנטאג אפריל 07, 2014 1:47 pm
דורך רויטע וואנצעס
ווער רעדט פון רחמסטרווקיא מקוה?

ער שפילט מיט דיר, עם עקש תתעקש. צו אויס די אנטאנע.

נשלח: מאנטאג אפריל 07, 2014 1:48 pm
דורך בעל הבית
די עולם קומט אריין היינט דא זייער אומקלאר

נשלח: מאנטאג אפריל 07, 2014 1:59 pm
דורך דריידל
גערעכט אפטע, אין פארדעם האמיר טאקע אונזער שטיבל וואס איז ווי די תיבת נח במי המבול און ציזאמען עמיר זיך מחזק זיין.
די זיי נאר ממשיך ארויסצולייגן דיינע צרות ווייל מיר זענען זיך מחזק דערמיט זעהענדיג אז ס'איז א צרת רבים.

נשלח: מאנטאג אפריל 07, 2014 2:18 pm
דורך מאטי
אפטע א שטיקל זייף קאסט א דולר פיפציג.

נשלח: מאנטאג אפריל 07, 2014 2:37 pm
דורך עפל סיידער
אפטע ביסט דיר אליין שולדיג צוקוקענדיג דיין שווערע סיטואציע מיט דעם @ברוך ברוך, האב איך אינאכט גענימען אז ווען דיין זייף האט נישט אזא ריח נודף וואלסט דיר איינגעשפארט דעם גאנצער אשכול דא, עס איז היינט דא צו באקומען זייף מיט א לייכטערע ריח.

נשלח: מאנטאג אפריל 07, 2014 2:41 pm
דורך איש עברי
אפטע, קענסט מיר זאגן פארוואס דו ווילסט מיר נישט בארגן דיין זייף? און טאמער ווילסטו נישט שעם דיך וואס קומסטו מיר מבזה זיין מעל כותלי השטיבל?

נשלח: מאנטאג אפריל 07, 2014 3:44 pm
דורך שמעקעדיג
לרבים השואלים, אז מען גיט א פינגער פארלאנגט מען א האנט. היום אומר לו בארג מיר זייף, ומחר אומר לו בארג מיר א לייכטער, עד שהולך ואומר בארג מיר די קאר (און די ווייב)....... ממילא דארף מען טאקע אראפשטעלן א שטייפע פוס גלייך ביים אנהייב.
אשריך אפטעמיסט אז דו טוסט צום דבר!...

מאטי האט געשריבן:אפטע א שטיקל זייף קאסט א דולר פיפציג.

נו פארוואס קען דער בארגער נישט אליינס קויפן? קארגער.

נשלח: מאנטאג אפריל 07, 2014 7:55 pm
דורך איך אויך
שמעקי אויף דעם איז דא אנייצע אז מען מאכט א סוואפ..

נשלח: מאנטאג אפריל 07, 2014 11:57 pm
דורך חבקוק הנביא
כ'פארשטיי נישט וואס די גרויסע פראבלעם איז, טאמער מען וויל נישט בארגען זאגט מען אז מען וויל נישט, אין טאמער יענער מיטשעט איגנארירט מען און פארטיג,

העכסטענס זאגט מען סארי אין מען גייט ווייטער,

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 10:07 am
דורך מ גפני
[tag]אפטעמיסט[/tag] וויאזוי איז דורך די היינטיגע מקוה? איז דער פגע צוריקגעקומען?

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 10:44 am
דורך אפטעמיסט
דער פגע ליינט קאווע שטיבל; ער וויל מיר נישט קענען. וואס טוט מען יעצט?

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 10:50 am
דורך רויטע וואנצעס
אפטעמיסט האט געשריבן:דער פגע ליינט קאווע שטיבל;


viewtopic.php?p=195046#p195046

ס'איז געלונגען! וועגן דעם מאכט ער דיר צרות ווייל ער ליינט קאווע שטיבל.

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 11:01 am
דורך מצטמק ויפה
פארשטייסט...; יעצט קומסטו וויינען איך זאל קומען בארגען ביי דיר זייף..... הא?! ניין בשום אופן! מוחל טובות איך האב מיך פארשאפט אייגענע ..!! און אז דו ווילסט איך זאל דיך נאכאמאל בארגען א ציגארעטעל אדער מיין זיפ קאר , קענסטו פארגעסן, ביז ווי לאנג די בעטס'ט מיך נישט איבער דא ברבים אין שטיבל.