בלאט 1 פון 6

"דער שפאקטיוו" מדי חודש בחודשו

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 2:06 pm
דורך אךשמח
גוטע נייעס קומט יעצט אריין אז דער פארשפעטיגטער שפאקטיוו וועט אי"ה זיין אין די געשעפטן מארגן דינסטאג בה"ב צו די ערווארטונג פון אירע טויזנטער ליינער.

איך האף גאר בקרוב צו שרייבן דעם תוכן פונעם נייעם שפאקטיוו.

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 2:08 pm
דורך פאזעטיוו
יישר כח פאר די פיינע נייעס, איך האב שוין געמיינט אז דער שטערן איז נאכגעגאנגען אין די פיסטריט פון דער צייטשריפט הי"ד.

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 2:14 pm
דורך אךשמח
געטוישט דעם קעפל אויף סיון.

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 2:14 pm
דורך אךשמח
פאזעטיוו האט געשריבן:יישר כח פאר די פיינע נייעס, איך האב שוין געמיינט אז דער שטערן איז נאכגעגאנגען אין די פיסטריט פון דער צייטשריפט הי"ד.

חלילה וחס.

קלאפ דיר דאס מויל...

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 2:29 pm
דורך שמואל הלוי
וואס עפעס די מויל? ענדערש די קיבארד...

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 2:50 pm
דורך פאזעטיוו
ציינער האב איך שוין נישט, יעצט זאל איך צוברעכען דעם קיבארד אויך???...

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 8:12 pm
דורך ידען
אךשמח האט געשריבן:איך האף גאר בקרוב צו שרייבן דעם תוכן פונעם נייעם שפאקטיוו.

גוטע נייעס. איך האמיך שוין מייאש געווען.

איך ווארט אויף די די תוכן אויב סע בעסער ווי די פאריגע שטערן...

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 11:07 pm
דורך אךשמח
איך האב געווארט אויף ר' שמעון'ן אבער דער איז דאך אזוי פארנומען די לעצטע טעג מיט דעם כינוס, און האט מיר צוגעזאגט שפעטער צו איבערגעבן די פרטים.

איך האף אנצוקומען דערמיט נאך פאר עס וועט זיין אין די געשעפטן, און אויב נישט וועט שוין איינער ארויפלייגן א קאפי פונעם דעקל.

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 4:29 pm
דורך ידען
יאנקל האט געשריבן:אךשמח,
מיר ווארטן אויף דעם "שפאקטיוו" אדער אויף א באריכט.

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 4:53 pm
דורך בן תמליון
שוין אין די געשעפטן. זייער שיין ווי אייביק.

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 5:01 pm
דורך ידען
בן תמליון האט געשריבן:שוין אין די געשעפטן. זייער שיין ווי אייביק.

אזוי ווי די פאריגע שטערן אדער ווי אמאל?

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 5:17 pm
דורך בן תמליון
ידען האט געשריבן:
בן תמליון האט געשריבן:שוין אין די געשעפטן. זייער שיין ווי אייביק.

אזוי ווי די פאריגע שטערן אדער ווי אמאל?


בין איך נישט אזוי גוט אין דקדוק אמאל צו נישט, עס איז פיין לאמיר איהם מחזק זיין ער'ט זיך קעגנשטעלט די מורדי אור.

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 10:20 am
דורך לעמיל
א פיקטשער פען די דעקל האט איינער?

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 12:21 pm
דורך ידען
ענדלעך...

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 2:46 pm
דורך גדעון
עטץ מיינטס עס אמת'דיג? אפגעזעהן פון מיין מיינונג איבער דער שטערן פאר קינדער, רופט דער אשכול אויס ביי מיר בייז ווינדער, ס'איז מיר זייער אינטערעסאנט צו זעהן ווי גרויסע טאטעס מיט פאטעיטא בערד פרייען זיך אזוי צו א בחור'ישע אויסגאבע,
נאו אפענס גייס.

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 2:50 pm
דורך יידל
גדעון האט געשריבן:עטץ מיינטס עס אמת'דיג? אפגעזעהן פון מיין מיינונג איבער דער שטערן פאר קינדער, רופט דער אשכול אויס ביי מיר בייז ווינדער, ס'איז מיר זייער אינטערעסאנט צו זעהן ווי גרויסע טאטעס מיט פאטעיטא בערד פרייען זיך אזוי צו א בחור'ישע אויסגאבע,
נאו אפענס גייס.

הער מיך אויס, ווען מיר וואלטן געקענט הערן אביסל פון די זאכן אלס בחור וואלטן מיר אפשר נישט אזוי געלעכעטצט דערנאך אלס "גרויסע טאטעס מיט פאטעיטא בערד".
אגב, לאמיך הערן וועלכע אויסגאבע פאררעכנסטו פאר א "טאטישע" אויסגאבע?

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 2:54 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
יידל האט געשריבן:אגב, לאמיך הערן וועלכע אויסגאבע פאררעכנסטו פאר א "טאטישע" אויסגאבע?


גם אני מצטרף. וואס איז יא מעטשור גענוג צו בארעכטיגן פאטעיטא בערד ארויסצואווייזן אינטערעס אן ארויסרופן בייז-וואונדער?

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 2:55 pm
דורך גדעון
העי, איך האב געשריבן "נאו אפענס"...

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 2:56 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
גדעון האט געשריבן:העי, איך האב געשריבן "נאו אפענס"...


נאו אפענס טעיקן. איך האב דאך גענוצט בלויז דיינע ווערטער :P

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 3:05 pm
דורך קרעקער
דער יוד איז פאר טאטעס מיט פאטעטא בערד
כאכאכא

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 3:07 pm
דורך עסן עסט'זיך
דער בלאט איז פאר פאטעטאס מיט טאטע בערד

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 3:09 pm
דורך קרעקער
אין דו צייטונג איז פאר בערד מיט פאטעטא קעפ

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 3:11 pm
דורך זר זהב
די צייטונג איז פאר מענטשן וואס קענען נישט אדער ווילן נישט פארגעסן אז בוש האט געגאנבעט די וואלן פון גאור אין 2000. און אוך איז עס פאר מענטשן וואס האבן זייער ליעב די ווארט "פילייכט". (נאר א לייענער פארשטייט)