בלאט 1 פון 2

אריבער פינעף און צוואנציג מיליאון רעליגיע'לאז ! !

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 4:22 pm
דורך עפל סיידער
אין א שטוינענדער אנאליז איבער'ן מצב בכלליות העולם, קומט ארויס א באריכט אז אין רעזאלט פינעם באניץ פינעם געוועב האבען שוין א פינעף און צוואנציג מיליאן פערזאנען פארלוירען זייער רעליגיע,
מיר פערזענליך איז עס א גאר אויפטרייסלענדע רעפארט, צוליב וואס איך האב לעצטענס געהאט מיט מיינס א באקאנטע א לענגערע ווערטער אויסטויש אויף א געוויסע אינגערמאן וואס האט נעבעך איבערגעלאזט אידישקייט, און איך האב געהאלטען מיט א קלארקייט אז זיין פילע ארומנישטערן אין אלע מקומות שמכניסין בו חמץ האט אים קאליע געלייגט, ווידעראום מיינס א ידיד וועלנדיג יענעם אביסעל שיצען האט גע'טענה'ט אז יענער האט געהאט א גאר ספעציעלער מוח און זיך ארומגעדרייט מיט ספיקות, און נאך א לענגערע צייט וואס אפילו די חכמי ה'שטיבעל דא האבען אים נישט געקענט העלפן האט ער ליידער אלעס אפגעלאזט, מיין השערה נאכען ליינען דעם ארטיקעל אויף ישיבה ווארלד, איז אז ער איז נעבעך אומגעקומען ווי די אלע 25 מיליאון, און דער אייבערשטער זאל אים בקרוב אויפרעכטן.

דא האט איר דעם באריכט אויף ישיבה ווארלד קליקט

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 4:26 pm
דורך רויטע וואנצעס
שיינע באריכט, אבער דיין בייסיגע טאן, מאכט מיר טראכטן, אז ס'איז דא וואס פארלירן די שכל מיט די מענטשליכקייט פון ניצן דעם נעט.

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 4:38 pm
דורך עפל סיידער
רויטע וואנצעס האט געשריבן:שיינע באריכט, אבער דיין בייסיגע טאן, מאכט מיר טראכטן, אז ס'איז דא וואס פארלירן די שכל מיט די מענטשליכקייט פון ניצן דעם נעט.

די גאנצע באריכט בייסט? אדער געוויסע פוינט'ס?

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 4:55 pm
דורך יואליש
פינעף און צוואנציג מיליאן בעלי תאוות.

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 5:04 pm
דורך איש עברי
ר' תומר פרסיסקו אטאקירט דעם גאנצן שטודיע ער טענה'ט אז ס'איז לעכעריג און אומבאגרינדעט. וחזקה על ר' תומר אז ער רעדט צו די זאך, אלזא דארף עפל סיידער אויפקומען מיט א בעסערע לעזונג וועגן זיין חבר'ס גליטש.
http://7minim.wordpress.com/2014/04/07/bad_sci/

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 5:14 pm
דורך עפל סיידער
איש עברי האט געשריבן:ר' תומר פרסיסקו אטאקירט דעם גאנצן שטודיע ער טענה'ט אז ס'איז לעכעריג און אומבאגרינדעט. וחזקה על ר' תומר אז ער רעדט צו די זאך, אלזא דארף עפל סיידער אויפקומען מיט א בעסערע לעזונג וועגן זיין חבר'ס גליטש.
h07/bad_sci/

איך זעה נישט ווי די גרינדעסט דיין חזקה אויף יענעם שרייבער, דערווייל לאז מיר עס אויף די חזקה אז דער אינטערנעט גליטש האט אים אויך געכאפט
ב.ד.וו. וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין אז ראיות און דעות אסורות זאלען שאטען פאר א מענטש בעת די תורה ווארענט דערויף?

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 5:24 pm
דורך פארוואס?
איש עברי האט געשריבן:ר' תומר פרסיסקו אטאקירט דעם גאנצן שטודיע ער טענה'ט אז ס'איז לעכעריג און אומבאגרינדעט. וחזקה על ר' תומר אז ער רעדט צו די זאך, אלזא דארף עפל סיידער אויפקומען מיט א בעסערע לעזונג וועגן זיין חבר'ס גליטש.
http://7minim.wordpress.com/2014/04/07/bad_sci/

במחילת כבוד תורתך, צו מיר רעדט מער די הערה פון עידן, דארטן:
כשאתה כותב על מחקר, ובכלל כמבקר, כדאי לקרוא את המקור, ולא את המישמש שעושה מזה כתב שאינו מבין דבר וחצי דבר בסטיסטיקה או בשיטות מחקר.

המקור כאן: http://arxiv.org/pdf/1403.5534v1.pdf.

והקורלציה אינה איש הקש שתיארת – בין אחוז משתמשי האינטרנט לאחוז המגדירים עצמם חסרי דת – הקורלציה היא פר אדם עצמו. כלומר, ככל שאדם מסויים משתמש יותר באינטרנט, כך גדל הסיכוי שלו להיות חסר דת, תוך ביקורת על שנת הלידה שלו. כלומר, זה לא רק הזמן.

הטענה לגבי ההבדל בין קורלציה וסיבתיות נכונה כמובן, והיא מופיעה במוצהר במחקר עצמו:
"Someone who has taken an introductory statistics class might insist that
correlation does not imply causation, and that is a useful reminder…"
ויש לו גם תשובה לטענה. קרא, זה לא מחקר ארוך.

אני לא חושב שאפשר באמת ללמוד הרבה מהמחקר הפשוט הזה (אולי כבסיס למחקר נוסף), אבל הפוסט הזה הוא לא רציני, ומהווה המשך ישיר של אותה עיתונות גרועה עליה אתה קובל.

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 5:29 pm
דורך איש עברי
כבוד תורתי מחול....

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 5:29 pm
דורך פארוואס?
[tag]עפל סיידער[/tag]
כדי צו קלאר מאכן דעם ענין, וואס גייט אריין ביי דיר אינעם קאטאגאריע פון מקומות שמכניסין בהם חמץ?
הלחם אשר הוא אוכל (פרשת מקץ)?
שאור שבעיסה?
אדער אפילו נאר קטניות?

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 5:55 pm
דורך עסקן בדברים
ברוך שעקר ע"ז מארצנו!!!! (איך רעד נישט פון די פאר אידן אינם שטודיא)

פלאכע ערד טעאריקער זענען געווען גערעכט!

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 6:59 pm
דורך יאיר
אין אנדערע נייעס האט א ערד ברעכנדע שטודיע געוויזן אז די צאל פלאכע ערד געמיינדע איז געפאלן מיט א שטוינענדע זיבן און פופציג פראצענט אין די לעצטע צען יאר. די הויכע קעפ אין די פלאכע ערד געמיינדע קראצן זיך דעם קאפ און קענען נישט פארשטיין וואס דא קומט פאר, ביז איין קאמפיוטער סייענטיסט איז דערגאנגען אז די אינטערנעט איז דער חורבן, דאס האט נאכאמאל באשטעטיגט וואספארא מסוכנ'דיגע כלי די אינטערנעט איז. וואס קען מען שוין ערווארטן פון א מענטש וואס גייט ארויף די אינטערנעט און ער באגעגנט זיך מיט אנדערע מענטשן וואס האלטן אז די ערד איז רינדעכיג, ס'איז דאך א פשיטא אז ער וועט פארלירן די אמונה. ווי מערקווירדיגע אז די פלאכע ערד טעאריקער שרייען שוין יארן אז די אינטערנעט איז סם פאר פלאכע ערד. יעצט זעט מען למפרע ווי ביטער גערעכט זיי זענען געווען.
אויסער די סיבה פון די אינטערנעט איז דא נאך פופציג פראצענט מענטשן וואס האבן פארלוירן די אמונה אין די פלאכע ערד טעאריע. שטודיעס צייגן אז וואס שפעטער מען ווערט געבוירן אלס מער שאנסן זענען דא נישט צו גלייבן אין פלאכע ערד. סייענטיסטן ברעכן זיך קאפ און פרובירן צו אנטשידן די מיסטעריעזע מיסטעריע. ווער עס האט א רעיון וואס דאס קען מיינען זאל דאס ביטע אריינשיקן צו מיר אין אישי.

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 7:30 pm
דורך לעיקוואד
פארוואס? האט געשריבן:
איש עברי האט געשריבן:ר' תומר פרסיסקו אטאקירט דעם גאנצן שטודיע ער טענה'ט אז ס'איז לעכעריג און אומבאגרינדעט. וחזקה על ר' תומר אז ער רעדט צו די זאך, אלזא דארף עפל סיידער אויפקומען מיט א בעסערע לעזונג וועגן זיין חבר'ס גליטש.
http://7minim.wordpress.com/2014/04/07/bad_sci/

במחילת כבוד תורתך, צו מיר רעדט מער די הערה פון עידן, דארטן:
כשאתה כותב על מחקר, ובכלל כמבקר, כדאי לקרוא את המקור, ולא את המישמש שעושה מזה כתב שאינו מבין דבר וחצי דבר בסטיסטיקה או בשיטות מחקר.

המקור כאן: http://arxiv.org/pdf/1403.5534v1.pdf.

והקורלציה אינה איש הקש שתיארת – בין אחוז משתמשי האינטרנט לאחוז המגדירים עצמם חסרי דת – הקורלציה היא פר אדם עצמו. כלומר, ככל שאדם מסויים משתמש יותר באינטרנט, כך גדל הסיכוי שלו להיות חסר דת, תוך ביקורת על שנת הלידה שלו. כלומר, זה לא רק הזמן.

הטענה לגבי ההבדל בין קורלציה וסיבתיות נכונה כמובן, והיא מופיעה במוצהר במחקר עצמו:
"Someone who has taken an introductory statistics class might insist that
correlation does not imply causation, and that is a useful reminder…"
ויש לו גם תשובה לטענה. קרא, זה לא מחקר ארוך.

אני לא חושב שאפשר באמת ללמוד הרבה מהמחקר הפשוט הזה (אולי כבסיס למחקר נוסף), אבל הפוסט הזה הוא לא רציני, ומהווה המשך ישיר של אותה עיתונות גרועה עליה אתה קובל.


עס איז נאכנישט מוכיח דער עיקר טענה. עס קען דאך פונקט אזוי זיין פארקערט , למשל אז מער רעליגיעזע מענטשען פירען זיך נישט צו קוקען אין אינטערנעט, ווייל זיי פאלגען די רבנים. עס בלייבט ווייטער א קארעלאציע וואס ווייזט נישט אויף גארנישט.

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 7:46 pm
דורך עפל סיידער
לעיקוואד האט געשריבן:
עס איז נאכנישט מוכיח דער עיקר טענה. עס קען דאך פונקט אזוי זיין פארקערט , למשל אז מער רעליגיעזע מענטשען פירען זיך נישט צו קוקען אין אינטערנעט, ווייל זיי פאלגען די רבנים. עס בלייבט ווייטער א קארעלאציע וואס ווייזט נישט אויף גארנישט.


אזויפיל איז דער נושא דא מוכיח אז די וואס קענען נישט באשטיין בכל מחיר אז די רבנים און די וואס פאדערן א שמירה אויף די אויגען זאלען האבען רעכט, די זענען גאר שטארק איבערצייגט אז די שטודיע האט מאיזה סיבה נישט קיין רעכט,
פארוואס גענוי ווייס איך נישט אבער מען קען אויף דעם אליין מאכען א פרישע שטודיע.

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 7:52 pm
דורך ביבער
די אינטערנעט איז בבחינת זכה נעשית לו סם חיים לא זכה... איך קען מענטשן וואס זענען געווארן מער רעליגיעז דורך די אינטערנעט.

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 8:08 pm
דורך עפל סיידער
פארוואס? האט געשריבן:[tag]עפל סיידער[/tag]
כדי צו קלאר מאכן דעם ענין, וואס גייט אריין ביי דיר אינעם קאטאגאריע פון מקומות שמכניסין בהם חמץ?

חמץ מיינט מען דעם שאור שבלב, גיי פרעג דיין רב וואס איז אלס נכלל דערין.

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 10:10 pm
דורך הוגה
[tag]עפל סיידער[/tag], איך וויל יוצא זיין מגדרי און פרעגן עפעס פערזענליך, אבער כ'מאך א תנאי קודם למעשה אז אויב ס'דיר נישט באקוועם מיסטו נישט ענטפערן. עס פילט מזמן לזמן ווי מאנכע דא האבן א תשוקה ורצון טוב אביסל אריינצוגעבן שכל טוב ויר"ש אין אונזערע פאר'טמ'טע הערצער. ס'נישט בא'טעמ'ט אבער כ'בין גרייט צו שלינגען. אבער ווען איך ליין אזא אשכול שטעלט זיך א שווערע קשיא מרפסין איגרא. "וואס די מצוה זיכסטו אויף די אינטערנעט"? אויב פארשטייסטו יא די געפערליכע השפעה וואס דאס האט דאן פאק צאם די פעקלעך און טראג אפ.

איך מיין ח"ו נישט צו זאגן אז דו זאלסט אוועק גיין פון דא, אדרבא, ס'איז אונז גאר געשמאק צו פארברענגן מיט דיר. איך וויל פשוט פארשטיין דיין געדאנקן גאנג. תורה היא וללמוד אני צריך.


.

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 10:16 pm
דורך רויטע וואנצעס
עפל סיידער האט געשריבן:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:שיינע באריכט, אבער דיין בייסיגע טאן, מאכט מיר טראכטן, אז ס'איז דא וואס פארלירן די שכל מיט די מענטשליכקייט פון ניצן דעם נעט.

די גאנצע באריכט בייסט? אדער געוויסע פוינט'ס?


מאכסט חוזק פון קאווע שטיבל מיטגלידער, ווען בו בעת נוצטסטו איר פארמאט פאר דיין מעסעזש. דערמאנסט מיר פון די מוסלעמענער פון בריטאניע.
נ.ב. קוק אויף די עקספערעישען דעיט, איך מיין די עפל סדר איז זויער.
גארנישט פערזענדליך, איך בין נישט די טייפ צו סיקירין חוץ ווען יענער בייסט ערשט.

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 10:27 pm
דורך יאיר
איך מיין אז דאס איז די עפל סיידער וואס מהר"א מסאטמאר האט געטרונקען פסח ביינאכט.

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 10:34 pm
דורך רויטע וואנצעס
יעצט פארשטיי איך פארוואס מהר"א איז אזוי קעגן די אינטערנעט.

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 10:40 pm
דורך געפילטע פיש
סורפרייזינגלי מאכן די קאמענטס דארט אויף YWN מער סענס ווי געווענליך, איין קאמענטירער זאגט זייער גוט.

1Jew2opinions האט געשריבן:[left].What a fallacious argument

.If one searches hard enough, one may establish a correlation for anything

For example –

Between 1910-1990, the Boston Red Sox failed to win a World Series. Between 1990-2013, they won 3. Does that mean that the increase in Boston Red Sox World Championships has similarly led to a loss of religious dedication? The correlation does exist

Between 1990-present, the use of gasoline decreased as the use of fuel alternatives, including hybrid vehicles increased. Does that mean that the increase in hybrid fuel alternatives also led to a loss of religious dedication? The correlation does exist

.I can do this with innumerable examples

Therefore, did increased Web usage result in a loss of religious dedication? No Absolutely not. What led to a loss of religious devotion? The same things that always have, namely, unanswered questions, faulty leadership, historical distortion and cultural enlightenment[/left]


נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 10:45 pm
דורך פארוואס?
לעיקוואד האט געשריבן:
פארוואס? האט געשריבן:
איש עברי האט געשריבן:ר' תומר פרסיסקו אטאקירט דעם גאנצן שטודיע ער טענה'ט אז ס'איז לעכעריג און אומבאגרינדעט. וחזקה על ר' תומר אז ער רעדט צו די זאך, אלזא דארף עפל סיידער אויפקומען מיט א בעסערע לעזונג וועגן זיין חבר'ס גליטש.
http://7minim.wordpress.com/2014/04/07/bad_sci/

במחילת כבוד תורתך, צו מיר רעדט מער די הערה פון עידן, דארטן:
כשאתה כותב על מחקר, ובכלל כמבקר, כדאי לקרוא את המקור, ולא את המישמש שעושה מזה כתב שאינו מבין דבר וחצי דבר בסטיסטיקה או בשיטות מחקר.

המקור כאן: http://arxiv.org/pdf/1403.5534v1.pdf.

והקורלציה אינה איש הקש שתיארת – בין אחוז משתמשי האינטרנט לאחוז המגדירים עצמם חסרי דת – הקורלציה היא פר אדם עצמו. כלומר, ככל שאדם מסויים משתמש יותר באינטרנט, כך גדל הסיכוי שלו להיות חסר דת, תוך ביקורת על שנת הלידה שלו. כלומר, זה לא רק הזמן.

הטענה לגבי ההבדל בין קורלציה וסיבתיות נכונה כמובן, והיא מופיעה במוצהר במחקר עצמו:
"Someone who has taken an introductory statistics class might insist that
correlation does not imply causation, and that is a useful reminder…"
ויש לו גם תשובה לטענה. קרא, זה לא מחקר ארוך.

אני לא חושב שאפשר באמת ללמוד הרבה מהמחקר הפשוט הזה (אולי כבסיס למחקר נוסף), אבל הפוסט הזה הוא לא רציני, ומהווה המשך ישיר של אותה עיתונות גרועה עליה אתה קובל.


עס איז נאכנישט מוכיח דער עיקר טענה. עס קען דאך פונקט אזוי זיין פארקערט , למשל אז מער רעליגיעזע מענטשען פירען זיך נישט צו קוקען אין אינטערנעט, ווייל זיי פאלגען די רבנים. עס בלייבט ווייטער א קארעלאציע וואס ווייזט נישט אויף גארנישט.

[tag]לעיקוואד[/tag]
איך פארשטיי דיר באמת נישט. דו האלטסט טאקע אז די פראצענט פון חרדי׳שע יידן וואס האלטן זיך אפ פונעם טריפה׳נעם אינטערנעט, מאכן אויס גענוג א גרויסע פראצענט אין אמעריקע, אויף צו אפ-פרעגן די שטודיע.
דער אמת, איך האב מלכתחילה נישט געכאפט אז די שטודיע ווערט דא אראפגעברענגט אלס א מוסר-השכל פאר אונז אידן. ווייל פאר מיר איז פון אייביג א דבר פשוט אז שטודיעס אויף גויים האבן גארנישט וואס צו זאגן אויף יידן. אפילו ווען מען רעדט פון זייער גוף, (ווייל בשר חמורים בשרם), און כל שכן ווען מ׳רעדט בעניינים רוחניים.

נשלח: מיטוואך אפריל 09, 2014 12:32 am
דורך ונבנתה העיר
יאיר האט געשריבן:פלאכע ערד געמיינדע

פאר די יונגעלייט וואס געדענקן נישט קבלת אבותינו, דאס מיינט מען.

נשלח: מיטוואך אפריל 09, 2014 10:26 am
דורך לעיקוואד
עפל סיידער האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:
עס איז נאכנישט מוכיח דער עיקר טענה. עס קען דאך פונקט אזוי זיין פארקערט , למשל אז מער רעליגיעזע מענטשען פירען זיך נישט צו קוקען אין אינטערנעט, ווייל זיי פאלגען די רבנים. עס בלייבט ווייטער א קארעלאציע וואס ווייזט נישט אויף גארנישט.


אזויפיל איז דער נושא דא מוכיח אז די וואס קענען נישט באשטיין בכל מחיר אז די רבנים און די וואס פאדערן א שמירה אויף די אויגען זאלען האבען רעכט, די זענען גאר שטארק איבערצייגט אז די שטודיע האט מאיזה סיבה נישט קיין רעכט,
פארוואס גענוי ווייס איך נישט אבער מען קען אויף דעם אליין מאכען א פרישע שטודיע.

לכאורה איז דאס ווייל די זענען פונקט די זעלבע וואס פארשטיין וויאזוי מען דארף מאכן שטודיעס אז זיי זאלן עפעס מוכיח זיין און וואס איז סתם לעכערליך.