בלאט 1 פון 1
תנין ואדם - מוזיק אין די אקאנען
נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 12:47 am
דורך יואליש
וואלפישן, די גרעסטע לעבעדיגע באשעפענישן היינט צוטאגס, זענען חיות וואס פראדאצירן קולות. אבער מער פון בלויז קולות, צייגן סייענטיסט רעקארדירונגן פון די לעצטע פופציג יאר, פארמאגן די וואלפישן - ובעיקר די "האמפעק וואלפיש" די טבע פון "זינגן." זייערע קולות וועלכע קען אנגיין פאר צוואנציג מינוט אין א ציה האט א מוזיקאלישע סטרוקטור. נאך מער פון דעם, אלע זכרים (קול באשה איז שטרענג פראקטיצירט) וואלפישן אין איין ראיאן אינעם אקאען וועלן זינגן די זעלבע "ניגון." אינטערעסאנטר פון אלעם איז אז - ווי א הקפה ניגון - קומען ארויס פרישע ניגונים יעדע שטיק צייט. די וואלפישן הייבן אן זינגן א שיר חדש. און ווען ס'טוישט זיך, זינגן "אלע" וואלפישן די נייע ניגון.
נאדיר איין אזא היפנאטישע רעקארדירונג.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=dXOo68SDTdk[/youtube]
געוויסע קאמפאזיטאר האבן געשריבן מוזיק באזירט אויף די ניגוני וואלפיש. איין אזא קאמפאזיציע (יגעתי ולא מצאתי ביוא טויב, ועוד חזון למועד) טיט אייגענטליך מישן די וואלפיש מיט מוזיקאלישע אינסטרומענטן און ברענגט ארויס די חלק הנגנה דורך צושפילן א בעיס ליין און אנדערע מילואים צו די וואלפיש'ס הארציגע קרעכצן (אדער ביטערע געלעכטער אין וואלפיש שפראך, ווער ווייסט.)
אלס א ביישפיל, זעהט דא די קאמפאזיציע "דאס קול פונעם וואלפיש" געשריבן ביי גורג קראמב, א היינטיגער קלאסישע מוזיק קאמפאזיטאר, וועלכע גלייכט זיך ארומצושפילן מיט די פארשידענע אומגעוועליכע קולות כלי זמר קענען פראדעצירן.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=tzlhjOGihPw[/youtube]
נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 8:21 am
דורך קאווע טרינקער
גלגולים פון גרויסע רבי'ס בעלי שיר.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 10:31 am
דורך ברסלבער
זייער שיין יואליש. יישר כח.
מענין לענין א שטיקל סיפורי מעשיות פון רבי נחמן (מעשה י"א)
[justify]
בַּיינַאכְט הָאבִּין זֵיי גִיהֶערְט. דָאס קוֹל פוּן דִי חַיוֹת. וִוי זֵיי הָאבִּין אַלֶע גִישְׁרִיגְן אוּן גִיבְּרוּמְט מִיט וִוילְדֶע קוֹלוֹת. דֶער לֵייבּ הָאט גִישְׁרִיגְן. אוּן דֶער לֶעמְפֶּערְט הָאט גִיבְּרוּמְט מִיט אֵיין אַנְדֶער קוֹל. אוּן אַזוֹי דִי אִיבְּרִיקֶע חַיוֹת. הָאט אִיטְלִיכֶע חַיָה מִיט אֵיין אַנְדֶער קוֹל גִיבְּרוּמְט. אוּן דִי עוֹפוֹת הָאבִּין גִישְׁוִוישְׁטְשִׁיט אוּן גִיקְנַאקְט. אוּן אַזוֹי אַלֶע הָאבִּין גִיבְּרוּמְט מִיט וִוילְדֶע קוֹלוֹת. אוּן אִין דֶער תְּחִילָה. זֶענֶען זֵיי זֵייעֶר דֶערְשְׁרָאקִין גִיוָוארִין. הָאבִּין זֵיי זִיךְ נִיט רֶעכְט צוּגִיהֶערְט צוּם קוֹל מַחְמַת פַּחַד. דֶערְנָאךְ הָאבִּין זֵיי צוּ גִיבּוֹיגִין דִי אוֹיעֶרִין אוּן הָאבִּין זִיךְ צוּ גִיהֶערְט. הָאבִּין זֵיי גִיהֶערְט. אַז דָאס אִיז אֵיין קוֹל פוּן אַ נִיגוּן זֵי זִינְגֶען זֵייעֶר אַ וואוֹילִין נִיגוּן וָואס סֶע אִיז אַ וִוילְד חִידוּשׁ. הָאבִּין זֵיי זִיךְ נָאךְ מֶער צוּגִיהֶערְט. הָאבִּין זֵיי גִיהֶערְט. אַז סֶע אִיז אַ וִוילְד וואוֹילֶער נִיגוּן וָואס סֶע אִיז זֵייעֶר אֵיין וִוילְד חִידוּשׁ. וָואס סֶע אִיז אַ וִוילְד גְרוֹיסֶער תַּעֲנוּג דָאס צוּ הֶערִין. וָואס אַלֶע תַּעֲנוּגִים פוּן דֶער וֶועלְט זֶענֶען אַלֶע גָאר נִישְׁט. אוּן טְרֶעפִין גָאר נִיט אָן. אַקֶעגִין דֶעם וִוילְד גְרוֹיסִין תַּעֲנוּג וָואס מֶע הָאט אַז מֶע הֶערְט דֶעם וִוינְדֶערְלִיכְן נִיגוּן. הָאבִּין זֵיי צְוִוישִׁין זִיךְ גִישְׁמוּסְט אַז זֵיי וֶועלִין שׁוֹין דָא בְּלַייבִּין וָוארִין זֵיי הָאבִּין דָא צוּ עֶסִין אוּן צוּ טְרִינְקֶען. אוּן הָאבִּין דָא אַזוֹי אֵיין תַּעֲנוּג וָואס עֶר אִיז אַזוֹי אַ חִידוּשׁ. וָואס אַלִירְלֵיי תַּעֲנוּגִים פוּן דֶער וֶועלְט וֶוערִין גָאר בָּטְל אַקֶעגִין דֶעם תַּעֲנוּג.
[/justify]
נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 10:37 am
דורך שמעקעדיג
זייער שיין יואליש.
אגב, לויט דעם בליץ מיינט תנין די קראקאדילן. אבער דער קעפל איז נאך אלץ זייער פאסיג.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 11:58 am
דורך קול דודי
יואליש האט געשריבן:וואלפישן, די גרעסטע לעבעדיגע באשעפענישן היינט צוטאגס
זייער שיין יואליש. אגב, איז דער בלויער וואלפיש (blue whale) דער גרעסער בעל חי וואס האט סיי ווען געלעבט, נישט נאר היינט צוטאגס. ס'איז לכאורה גרעסער ווי אלע דיינאסארס וואס האבן אמאל געלעבט.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 1:15 pm
דורך מאראנצןזאפט
אבטולמוס האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:גלגולים פון גרויסע רבי'ס בעלי שיר.
לויט די כתבי אר"י ווערן צדיקים מגולגל אין פיש. וואלפיש זענען נישט קיין פיש; זיי זענען זייגלינגען, מעמעלס בלע"ז.
פיש איז א שם כללי אויף חיות וואס וואוינען אין ים, וכן כתב הגר"א במקו"א.
דער רמב"ם רופט אן דעם חלזון א "דג" ווען רובא דרובא היסטאריקער האלטן היינט אז דאס איז דעם "מיורעקס" וואס איז א סנעיל און נישט א פיש. וכן מבואר אין פילע ראשונים וואס רופן דעם חלזון מיט'ן לשון לימוץ, חומץ, שנעקע, דהיינט א סנעיל.
(נאך היינט רופט מען אויף אראמיש א סנעיל: חאלזאנא. וכן נראה מלשון הגמ' חזלון "דומה" לדג היינו שאינו דג.)
נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 1:25 pm
דורך sefish
שווער צו גלייבן אז צדיקים ווערן מגולגל אין קארניוואריס, נישט דאס מיינט מען מיט פיש
נשלח: פרייטאג אפריל 11, 2014 12:29 am
דורך יאיר
מתוק, יואליש. מען זעט בחוש דעם כל מה שיש בים יש ביבשה. (אגב, וואס איז פשט פון די ביליגע כפירה אין די סאמע ערשטע ווערטער פון דעם אשכול?

)
sefish האט געשריבן:שווער צו גלייבן אז צדיקים ווערן מגולגל אין קארניוואריס, נישט דאס מיינט מען מיט פיש
אויב צדיקים ווערן מגולגל אין קארניווארס ווייס איך נישט, אבער קארניווארס ווערן זיכער מגולגל אין "צדיקים".
נשלח: פרייטאג אפריל 11, 2014 10:50 am
דורך יואליש
דו גלייבסט נישט אין די אמאליגע וויזל טיער גרויס ווי א בארג(גרעסער פון א וואלפיש) וואס ביקט זיך פאר לייבן אז דוד המלך זאל ניצול ווערן, ווער איז דער כופר? זיי בודק חמץ אין די קעמערליך פון דיין מוח זאפארט!
