בלאט 1 פון 1

ר' יקותיאל יהודה האלבערשטאם מצאנז-קלויזנבורג זי"ע

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 2:54 pm
דורך אידישעהיסטאריע
ר' יקותיאל יהודה האלבערשטאם זי"ע אדמו"ר מצאנז - קלויזנבורג
נולד: ד' שבט תרס"ה (Jan. 10, 1905) ברודניק
אביו: ר' צבי הירש האלבערשטאם מרודניק זי"ע בן ר' ברוך מגארליץ זי"ע בן הדברי חיים מצאנז זי"ע
אמו: מרת חיה מינדל בת ר' מאיר משולם (שפירא) מלאנצהוט
אשתו: א) מרת פעסיה טייטלבוים בת העצי חיים מסיגוט זצ"ל - נהרג עקד"ש בשואה עם אחד עשר ילדיו
ב) מרת חיה נחמה אונגר בת הרה"ק מנייטרא זי"ע
רבו: אביו ר' צבי הירש הנ"ל
בניו: ר' צבי אלימלך שליט"א - אדמו"ר מצאנז בארה"ק
ר' שמואל דוד שליט"א - אדמו"ר מצאנז - קלויזנבורג בארה"ב
חתניו: ר' שלמה גולדמן מיוניאן סיטי - אדמו"ר מזעווהיל
ר' בערל ווייס - רב דקרית צאנז ירושלים
ר' ארים פישל מוטצען - רב דקרית הבעל שם טוב בפתח תקווה
ר' שאול יהודה פריזאנט - מו"ץ ביוניאן סיטי
ר' אליעזר דוד שפירא - רב דביהמ"ד צאנז בבני ברק
נפטר : ט' תמוז תשנ"ד בקרית צאנז
ספריו: שו"ת דברי יציב, שפע חיים, ועוד ספרי ליקוט

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 2:57 pm
דורך אידישעהיסטאריע
בשנות הנעורים

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 2:58 pm
דורך אידישעהיסטאריע
עם דודו הרה"ק מסטמאר זי"ע

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 3:05 pm
דורך אידישעהיסטאריע
יאנקל האט געשריבן:זייער שיין און שלום עליכם!
אפשר איז שייך צו לייגן די יארן אונטער די בילדער?

די פראפלעם איז אז איך קען נישט די יארן און אדרבה אויב איר האט א וועג דאס צו דערגיין וואלט איך אויך הנאה געהאט

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 3:20 pm
דורך דולה ומשקה
אידישעהיסטאריע האט געשריבן:בשנות הנעורים


די עלעף קינדער וואס ער האט פארלוירען ביים קריג האסטו נישט אויס גערעכנט, די נעמען ווערען דערמאנט אין זיין צוואה געדריקטן אין 'מכתבי תורה חלק ו'. דאס ערשטע מאהל וואס עס איז באקאנט געווארען די נעמען איז געוועהן ביים ליינען די צוואה, ביז אהין האט מען קיינמאהל נישט געוויסט די נעמען פון אלע קינדער.

פערנוואלד שנת תש"ו בערך 40 יאר, ער איז דאך געבוירען תרס"ה
דאס צווייטע ביים מילמארט חתונה שנת תש"ח/ט

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 3:41 pm
דורך אידישעהיסטאריע
איינער ווייסט אפשר ווען דאס בילד איז גענומען געווארן ?

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 3:47 pm
דורך דולה ומשקה
אידישעהיסטאריע האט געשריבן:איינער ווייסט אפשר ווען דאס בילד איז גענומען געווארן ?


דאס איז זיין פאספארט בילד, ווען ער האט זיך אומגעקערט קיין פולין,
אויף די ארגינעלע בילד איז דא זיין חתימה הלועזית

נשלח: פרייטאג יוני 29, 2012 11:56 am
דורך לעמיל
היינט איז זיין יארצייט

נשלח: פרייטאג יוני 29, 2012 12:01 pm
דורך זר זהב
געהערט לעצטענס פון אן ערנסט'ן עלטערן איד (נישט קיין וויץ) אז "ר' מיכאל בער ווייסמאנדל האט זיך איינמאל געגרייט אנצוברעכן קלויזענבארג'ע רבי'ס ביינער".

איינער קען עלעבארעטן ?

נשלח: פרייטאג יוני 29, 2012 12:03 pm
דורך לעמיל
זר זהב האט געשריבן:געהערט לעצטענס פון אן ערענסט'ן עלטערן איד (נישט קיין וויץ) אז "ר' מיכאל בער ווייסמאנדל האט זיך איינמאל געגרייט אנצוברעכן קלויזענבארג'ע רבי'ס ביינער".

איינער קען עלעבארעטן ?

פארוואס זאל ער וועלען טין אזא זאך??? איך גלייב עס נישט

נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 11:41 am
דורך אויס מענטש
תשובה צו זר זהב:
די מעשה ווערט אזוי פארציילט, איך נעם נישט קיין שום אחריות,
דער קלויזענבארגער רבי זצ"ל, האט די צווייטע מאל, חתונה געהאט, מיט די שוועסטער פון ר' מיכאל בער, די טאכטער פון דעם אלטען נייטרען רבי בעל נאות דשא זצ"ל
אין נייטרא דאווענט מען נוסח אשכנז, עד היום הזה, און מנהג החסידים איז, צו דאווענען נוסח ספרד וואס אנהאלט אין קדיש די נוסח ויקרב משיחיה, וואס מען זאגט נישט אין נוסח אשכנז,
ווען דער שפע חיים האט געדאווענט פארן עמוד, אין נייטרא ישוב דא אין אמעריקא, האט ער געזאגט ויקרב משיחיה , כפי נוסח ספרד.
ר' מיכאל בער האט אים אויפמערקזאם געמאכט דערויף און געזאגט ער זאל נישט משנה זיין פון מנהג המקום, דער שפע חיים האט ווייטער געדאווענט כמנהגו, און נאכאמאל געזאגט ויקרב משיחיה, האט ר' מיכאל בער אים אנגעשריגן, נאך עטליכע מאל האט ר' מיכאל בער גענומען א שטעקן און אנגעהויבן נאכלויפן דעם שפע חיים, און דער שפע חיים איז אנטלאפן,
ע"כ פארציילט מען

נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 12:19 pm
דורך היסטאריקער
תיקון טעות, נישט ר׳ מיכאל בער׳ס שוועסטער

ר׳ מיכאל בער איז געווען א איידעם בזו״ר פון נייטרער רב זצ״ל בעל נאות דשא
דער שפע חיים זצ״ל האט חתונה געהאט בזו״ש מיט א טאכטער פון נייטרער רב זצ״ל בעל נאות דשא
דער לעצטער נייטרער רב זצ״ל ר׳ שלום משה, און ר׳ מיכאל בער האבן חתונה געהאט מיט צוויי שוועסטערס

קומט אויס אז ר׳ מיכאל בער מיט דער לעצטער נייטרער רב זצ״ל ר׳ שלום משה זענן געווען שוואגערס דורך זייערע ווייבער, ר׳ שלום משה איז געווען א שוואגער מיט׳ן שפע חיים זצ״ל דורך זיין שוועסטער

אבער ר׳ מ״ב האט נישט געהאט קיין שום קירבת משפחה מיט שפע חיים זצ״ל

נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 12:58 pm
דורך אויס מענטש
גערעכט איך האב געמאכט א טעות ביים שרייבן ר' מיכאל בערס שוועסטער איך האב געדארפט שרייבן זיין ווייב'ס {בזוו"ר} שוועסטער

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 8:11 am
דורך על המחיה
נישט מסתבר אז די מעשה איז אמת..
רבי מיכאל בער איז עפעס געווען א ציווילדעוועטע גאסען יונג?

(קען זיין אז פארדעם האט אדמו"ר מצקל"ז שליט"א אזוי פארפירט ביים סיום הש"ס במעמד צענדליגע טויזענטער מתפללי נוסח אשכנז וועגען דען ויצמח פורקניה ויקרב משיחיה... :roll: )

לחיים לחיים

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 2:23 pm
דורך לעמיל
היינט איז די יומא דהילולא זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 2:29 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב לעצטענס געזעהן א קאפי פון "די צייטונג" ווען קלויזענבורג רבי איז נפטר געווארן. די העדליין איז געוועהן "גרויס התעוררות ביי די לויה פון כ"ק אדמו"ר מקלויזענבורג זצ"ל". א מאדנע העדליין, ניין??

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 6:41 am
דורך אשכולות אויפוועקער
אויפגעוועקט
ליומא דהילולא