בלאט 1 פון 1

סגולות לפרנסה

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 3:57 pm
דורך שמואל הלוי
איך האב היינט געזעהן א אינטערסאנטע סגולה לפרנסה אין ספר אמרי פנחס להרב מקאריץ זי"ע, "צו האבן א בית הכסא אינדערהיים".

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 3:58 pm
דורך שמואל הלוי
פון הרה"ק מראדאשיץ ווערט דערציילט א מעשה וויאזוי ער האט צוגעזאגט פרנסה פאר א איד דורך זיך מקבל זיין צו זאגן יעדן טאג תחנון. [אוצר הסיפורים, חלק כ', עמ' כ"ד-כ"ח]

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 4:00 pm
דורך שמואל הלוי
נאך האב איך געזעהן פון ר' פנחס מקאריץ אז הייס אין שטוב איז א סגולה פאר פרנסה. (עטץ הערטס אידן? ארויס מיט די עיר קאנדישאנס :lol: )

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 4:01 pm
דורך לעמיל
איך האב געזען ברענגען פין צדיקים א סגולה לפרנסה ........ פשוט צו ארבטען :roll: :!:

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 4:03 pm
דורך שמואל הלוי
מענין לענין באותו ענין מ'זאגט נאך פון ערליכע אידן אז פרשת המן העלפט פאר פרנסה נאר ביז 8:00 אינדערפרי, בדוק ומנוסה. :לייק

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 10:39 am
דורך ליסקא
מרן ה'אך פרי תבואה' מליסקא זי"ע פלעגט אנווייזען פאר זיינע חסידים וואס זענען געקומען בתחינות ובקשות פאר פרנסה וועגען, אז זיי זאלען געבען 'מעשר' וואס דאס איז "הסגולה היותר גדולה לפרנסה" כמאמר חכז"ל עשר תעשר בשביל שתתעשר, ומלח ממון חסר טבגלל הדבר הזה יברכך ה' וכדומה . (ספר ליקוטי צבי מהג"ר צבי הירש הכהן אב"ד דערעטשקע בסוף ימיו בפעטערסאן, ניו דזורסי, בן הגאון בעל נפש יונתן מסעליש, נדפס בא"י תשמ"א)

אין זמירות דברי יואל - סאטמאר שטייט אז הגה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר האט געזאגט בשם מרן ה'אך פרי תבואה' מליסקא זי"ע "שמאכל פצע"י מסוגל להמשיך הפרנסה לישראל, דראשי תיבות של פצע"י הוא עמך ישראל צריכין פרנסה, והשפעה הוא משבת קודש.

נאך א סגולה לפרנסה פון הגה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע ווערט אראפ געברענגט אין ספר בתי אבות (דף קעט) אז ער איז געוועהן געוואוינט צו זאגען: "שבחודש אדר דבר כזה לקנות כרטיסים "לאטערי" לא יכול להזיק (שאדעט ניכט)".
הרבני החסיד ר' שלום שווארץ ע"ה האט דערציילט אז ער האט געהערט ממורו ורבו מרן הגה"ק ה'שערי הישר' מליסקא זי"ע הי"ד ווען ער האט דערמאנט דעם ענין פון קויפען א לאטערי אין חודש אדר אלס סגולה לפרנסה, האט ער מוסיף געוועהן צו דעם און געזאגט: זייער ריכטיג האט מען טאקע מתקן געווהן די ימי שובבי"ם אין די חדשים פון טבת שבט, אז דעמאלס זאל מען תשובה טוהן אויף די חטאים הידועים ר"ל, וואס דאס איז ממעט בפרנסה, יעצט אז מ'האט תשובה געטוהן בחודש טבת און שבט, העלפט דאס אסאך צו, צו געווינען דעם לאטערי אין חודש אדר, עכ"ד.

איינער האט האט אמאהל אנגעפרעגט דעם 'אך פרי תבואה' אז זיין מקום הפרנסה איז זייער שווער וואס ער זאל טוהן, שרייבט איהם דעם אך פרי תבואה צוריק אין א בריעוו: [אם קשה עליו פרנסתו] "דעתי שיחפש אחר פרנסה במקום אחד כמו שאמרו חז"ל (בב"מ ע"ה ע"ב) מאן דביש ליה בהאי מתא ליזל במתא אחריתא, כי מסתמא כל מה דעביד רחמנא לטב עביד". (נדפס במליאו בספר אור הישר והטוב החדש בחלק המכתבים, מכתב יג)

אגב, דער שאמלוי רב שרייבט (ספר טיול בפרדס על ספר הטיול, חלק הפשט עמוד מד ד"ה עוזרי): "שמעתי מצדיקים כשהיו שואלין אותם על עצה אם לעשות או לקנות או למכור וכדומה, היו פותחין את החומש או גמרא, ומזה היו יודעין להשיב הן או לאו, וכן עשה הגה"ק מליסקא בעל אפ"ת זי"ע", עכתו"ד.

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 1:46 pm
דורך יידל
שמואל הלוי האט געשריבן:מענין לענין באותו ענין מ'זאגט נאך פון ערליכע אידן אז פרשת המן העלפט פאר פרנסה נאר ביז 8:00 אינדערפרי, בדוק ומנוסה. :לייק

געהערט בשם ברך משה מ'סאטמאר זצ"ל.

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 9:19 pm
דורך איך אויך
דער ווארט ביסודו איז פון ר' געציל בערגער ע"ה וואס האט אמאל געזעהן א יונגערמאן זאגען פרשת המן נאך די 12 אזייגער מנין האט ער עם געזאגט דעם ווארט, נאר אין סאטמער ווי אין סאטמער מוז מען דאך יעדעס גוט ווארט ארויפשמירען אויפן רבין זי"ע האט מען עס אנגעהויבען צו פארציילען בשם סאטמערער רב און יעצט זעה איך עס איז אריבער צום ברך משה.

נאר וואס יא דער ברך משה פלעגט זאגען אז ער פארשטייט נישט ווי מען קען האבען פרנסה אויב מען זאגט נישט א פאר קאפיטלעך תהלים און דייקא תיכף נאכען דאווענען.

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 10:28 pm
דורך שמעקעדיג
לעמיל האט געשריבן:איך האב געזען ברענגען פין צדיקים א סגולה לפרנסה ........ פשוט צו ארבטען :roll: :!:


פארשטייט זיך אויך אז מען זאל נישט קוקן קאווע שטיבל אינמיטן די ארבעט... ווארום עס איז קשה לעניות, בפרט אויב מען ווערט עדיקטעד דערנאך...

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 10:41 pm
דורך שמעקעדיג
ליסקא האט געשריבן:אין זמירות דברי יואל - סאטמאר שטייט אז הגה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר האט געזאגט בשם מרן ה'אך פרי תבואה' מליסקא זי"ע "שמאכל פצע"י מסוגל להמשיך הפרנסה לישראל, דראשי תיבות של פצע"י הוא עמך ישראל צריכין פרנסה, והשפעה הוא משבת קודש.


שוין א לאנגע צייט וואס איך טראכט, אויב די מאכל "פיצע" איז אויך מסוגל... ס'דאך די זעלבע אותיות...

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 1:35 pm
דורך דולה ומשקה
שמעקעדיג האט געשריבן:
ליסקא האט געשריבן:אין זמירות דברי יואל - סאטמאר שטייט אז הגה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר האט געזאגט בשם מרן ה'אך פרי תבואה' מליסקא זי"ע "שמאכל פצע"י מסוגל להמשיך הפרנסה לישראל, דראשי תיבות של פצע"י הוא עמך ישראל צריכין פרנסה, והשפעה הוא משבת קודש.


שוין א לאנגע צייט וואס איך טראכט, אויב די מאכל "פיצע" איז אויך מסוגל... ס'דאך די זעלבע אותיות...


געהערט בשם איינע פון די גרויסע וואס האבן מפרש געוועהן דער פסוק וואס שטייט ביי רבקה ותקח הצעי"ף בידה, מיינט זי האט גענומען פצע"י, אז זי גייט חתונה האבן דארף מען דאך געלט...
אולי לשיטתך אפשר גייט דאס טאקע ארויף אויפן מאכל פיצ"ע, קען אויך זיין...

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 1:40 pm
דורך smart
וואו קען מעןם פארגעסן פונעם באקאנטען סגולה פון זאגען ויתן לך יעדן מוצאי שבת

נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 7:54 am
דורך שמואל הלוי
שמואל הלוי האט געשריבן:איך האב היינט געזעהן א אינטערסאנטע סגולה לפרנסה אין ספר אמרי פנחס להרב מקאריץ זי"ע, "צו האבן א בית הכסא אינדערהיים".

מיט דעם פארשטיי איך פארוואס די רבי'ס און רבנים וואס האבן אייגענע שוהלן זענען אזוי רייך, ווייל דארט אין שוהל האבן זיי אסאך בית הכסא'ס.

נשלח: מיטוואך אפריל 30, 2014 8:09 am
דורך פלעין יודיש
אריינצילייגן א שטיקל אפיקומן אינעם בערזל אריין

נשלח: מיטוואך אפריל 30, 2014 10:22 am
דורך שמעקעדיג
פלעין יודיש האט געשריבן:אריינצילייגן א שטיקל אפיקומן אינעם בערזל אריין

דאס איז א סגולה פאר "פת בסלו"..

נשלח: פרייטאג אפריל 01, 2016 3:11 pm
דורך שטילע אינגערמאן
דער הייליגע קאזניץ׳ע מגיד פלעגט צו דערציילן יעדער יאר שבת מברכים ניסן די באקאנטע דריי מעשיות אין געזאגט דערביי אז ס׳איז משפיע פרנסה אין אויף צרכי פסח בהרחבה, כ׳גיי נישט יעצט אפקלאפן די דריי מעשיות ווייל כ׳בין זיכער די עולם קען עס, אבער געדענקט צו דערציילן די מעשיות ביים שבת טיש, ס׳וועט אייך גוט זיין אין ס׳ווען פליסן געלט

Re: סגולות לפרנסה

נשלח: פרייטאג אפריל 01, 2016 4:53 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
שרייב אפ די מעשה'ס און א פערצענט פון אלס העכער א מיליאן איז בל"נ דיינס

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: זונטאג אפריל 03, 2016 12:48 am
דורך berlbalaguleh
שמואל הלוי האט געשריבן:מענין לענין באותו ענין מ'זאגט נאך פון ערליכע אידן אז פרשת המן העלפט פאר פרנסה נאר ביז 8:00 אינדערפרי, בדוק ומנוסה. :לייק

נו, זיכער. בי.ענד העיטש. הייבט אן דעם ארבעט'ס טאג אום ניין אזייגער אינדערפריה. די איינציגע וועלכע מעגן זאגן פרשת המן אום 12:30 לויט'ן זומער זייגער זענען די נאדבורנא'ער אייניקלעך. אויך נאר די וועלכע זענען פון די גזע בן אחר בן. און זיי הייסן לייפער...זיי מעגן זיצן אין ווייבער שול און דאווענען ביחידות און ליינען קריאת שמע של שחרית מיט א מתיקות וואס צוגייט אין אלע רמ"ח איברים ושס"ה גידים. ספעציעל ווען די קעמערעס ראללן....!

נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2016 11:24 am
דורך ציבעלע-קיגל
מיין זיידע ז"ל האט מיר נאך געזאגט וואס ער האט געהערט פון זיין רבי'ן אן אור אלטע סגולה אויף פרנסה... און דאס איז די איינציגע וואס איז בדוק ומנוסה... גייטס ארבעטען

נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2016 12:47 pm
דורך סאו וואט
קול מבשר זאגט היינט אז:

דער שליסעל פון פרנסה ליגט ביים תפארת שלמה מראדאמסק זצ"ל

און מ'זאגט נאך פון רבי ישכר בער מבעלזא ז"ל: אז דער שליסעל פון פרנסה ליגט ביי רבי ישעי' מקערעסטיר ז"ל

אויב מעג מען פרעגן? איז עס זיך נישט מתנגד צו וואס חכמינו ז"ל זאגט אויפן ערשטע עמוד און מס' תענית אז: מפתח של פרנסה הוא ביד הקב"ה ולא ביד שליח?