בלאט 1 פון 1

מיין עכטע און פאלשע ביאור חמץ

נשלח: מאנטאג אפריל 14, 2014 2:15 pm
דורך 13'טע עוועניו
עס איז מיר שווער אריבער צי שרייבן די גאנצע מעשה אין יידיש. איך וויל שערן די מעשה ווייל עס מאכט מיך פילן גוט און ווייל מען קען זיך אסאך ארויס לערנען פין דעם.

איך האב היינט צוויי מאל געמאכט די מצוה פון שריפת חמץ. איין מאל די עכטע און איין מאל די פאלשע. ליינט די קורצע מעשה דא אין האט הנאה.

א כשרע פרייליכע פסח.

נשלח: מאנטאג אפריל 14, 2014 2:22 pm
דורך בן תמליון
שיין. א שאד עס איז נישט אין אידיש. ביי אונז דא קענען מאנכע נאר אידיש.

נשלח: מאנטאג אפריל 14, 2014 6:28 pm
דורך קאווע טרינקער
זייער שיין פון אייך.
אגב, מ'איז טאקע נישט כולל אינעם ביטול די 10 ברעקלעך, כדי ס'זאל זיין א עכטע ביעור חמץ.

נשלח: מיטוואך אפריל 16, 2014 9:41 pm
דורך פישלע העררינג
אגב, זיין חיסרון ידיעה פון א געהעריגע טעם פאר די 10 ברעקלעך מאכט עס נישט פאר א פאלשע אדער אומוויכטיגע חלק פון די מצוה. אז זיינע אויגן האבן שוין זא ווי זא געקוקט אויף א הייליגע בילד פון דעם מנחת אלעזר, קענען זיי שוין קוקן אין די ספרים הקדושים בענייני חג הפסח, אדער אין די ספרי הפוסקים אויף הלכות פסח, און ער וועט האפענטלעך קלוגער ווערן און זיך דערוויסען אז יש דברים בגו, און מען טוהט דאס נישט כדי שישאלו התינוקות, נאר עס איז א אינטעגראלע חלק פון די מצוה.

אבער דאס אהיימנעמען אן אלטע איד איז באגריסענדווערד. בכלל נישט פאסיג פאר א "בארא פארקער"... ומתוך גוררת מצוה וכו' וכו'.