בלאט 1 פון 4
אדמו''ר מקלויזענבורג: פייערלעשער'ס זענען ווי נאציס?
נשלח: מאנטאג אפריל 14, 2014 2:24 pm
דורך ידען
סיז דא א קליפ וואס דרייט זיך ארים פון קלויזענבערע רבי שליט״א ווי ער שרייט ווערטער וואס פאסט נישט אפי״ פאר שומרים מעמבערס..
סע קען זיין אז ער איז גערעכט. מע קען נישט וויסן די גאנצע מעשה וואס סיז דארט געווען.
אויף די קליפ זעהט מען אז בחורים זינגען און שטיפען זיך ארים פייער לעשער און סע טוהט זיך קולות און יענער מיינט אז זעכער איז די רבי א רואיגע מענטש און וועט זיך אנעמען פאר איהם און ער זיכט די רבי.
די רבי קומט ארויס און שרייט אז אויך ביי נאצי דייטשלאנד האט מען זיך אזוי געפיהרט.
קען זיין ער מיינט צו זאגען אז די בחורים פיהרען זיך אויף ווי נאצי איגענטליכע?..
נשלח: מאנטאג אפריל 14, 2014 2:38 pm
דורך עסקן בדברים
ס' ליגט אין זיינע ווערטער עפעס טיפער פון וואס ער האט געמיינט: אויב אידן האבן זיך אזוי אויפגפירט אין יענע צייטן איז נישט קיין וואנדער...
נשלח: מאנטאג אפריל 14, 2014 3:04 pm
דורך רויטע וואנצעס
בושנו מכל עם. נישט וועגן די רשעות, נאר וועגן די טיפשות.
נשלח: מאנטאג אפריל 14, 2014 3:12 pm
דורך טיטאניק
די חורבן פון די אינטערנעט און יו טוב וכת דליה האט איין מעלה אז עס ברענגט ארויס אלע סאין עכט, אין לייוו
אמאל האט מען געקענט פארקויפען אויף א בשר ודם אז ער איז גאר א מלאך, היינט מיט איין בילד אדער מיט א קליינע קליפ אין א ריכטיגע ארגינעלע מינוט זעט מען פינקלעך ווער דער בשר ודם איז
איך האף נאר אז די אמאליגע רביס זענען נישט געווען אזוי קריאוז
נשלח: מאנטאג אפריל 14, 2014 3:14 pm
דורך אפטעמיסט
א הערצליכן דאנק פארן פיטערן שמריהו ראזענבערג. אוי לאזניים שכל שומעות.
נשלח: מאנטאג אפריל 14, 2014 3:15 pm
דורך ביבער
די ערשטע זאך דארף מען געוואר ווערן וועלכע סטעישאן און ווער די ריספאנדער'ס זענען מדארף שיקן א סטעיטמענט אז אין לנו חלק ונחלה בטפשות הזה.
נשלח: מאנטאג אפריל 14, 2014 3:25 pm
דורך טיטאניק
אפטעמיסט האט געשריבן:א הערצליכן דאנק פארן פיטערן שמריהו ראזענבערג. אוי לאזניים שכל שומעות.
שמריהו איז דיין פארבלעם?
מיין פראבלעם זענען די חסידים וואס האלטן נישט פאר דעם רעבין פארוואס ער האט דאס געזאגט
און מיין פראבלעם איז מיט די חסידים וואס שלאגען א שטאטישע עמערזשענסי איינגעשטעלטער
יא יא דאס האט אינז געברענגט די נאציס! אטע דאס! די טיפשות אז מען מיינט אז מען איז אזוי פארזיכערט ווייל מען האט "עסקנים" און מאכערס תרתי משמע
אזוי האט אויסגעזען בימי ערב השואה, אידען האבען געמיינט אז אונגארען איז זייערס פולין איז זייערס בערלין איז זייערס, זיי האבען געהאט גיטע קאנעקשאנס אלל אווער, אריינגעדרייט אין די העכסטע פענסטערס נאר מעגליך, אפילו פארליאמענט מיטגלידער, און דאס האט אלעס געהאלפען א הויקע ווען דער גוי האט זיך אויפגעוועקט
אט די רעביס אט די חסידים זענען געווען שילדיג אין די פילע רציחות און איך האף אז זיי גייען נישט זיין שילדיג איין טאג נאכאמאל חס ושלום
קיק ווי אזוי די שומרים חיות פירען זיך אויף, קיק וויפיל חילול ה מיר זענען גורם
מען דארף וויסען אז ביהעווען איז לאו דוקא וועגען חילול ה' מנהגים, נאר וועגען אינזער סעפטי!
מיר בויען זיך די תליה און די גאז קאמערען מיט די אלע חסידים שוטים און מיט זייערע באקישע רעביס
מיינט נישט אז אין פולין האבען מיר געהאט ווייניגער כח ווי דא אין בארא פארק אדער אין ווילי
מיינט נישט אז דער דייטש איז נישט געווען א פרימיטיווע גוי, ער איז געווען זייער מאדערען און "אויפגעקלערט" און אפשר נאך די מערסטע צוויליזירט ווי אלע אנדערע גויים ארים די וועלט און פארט האבען זיי דאס געטין
מיינט נישט א די גויים דהאי קענען עס נישט טין איין טאג!
ציט נאר נישט איבער די שטריקעל ווי אינזערע זיידעס האבען געצויגען אין דיישטלאנד פולין אונגארען!
נשלח: מאנטאג אפריל 14, 2014 4:41 pm
דורך outspoken
ווי אזוי האט קלויזענבורג'ער רבי זצוק''ל געזאגט, אינדערהיים האב איך געהאט סיגוט'ער קעפ, היינט האב איך נייטרע ט...
נשלח: מאנטאג אפריל 14, 2014 5:03 pm
דורך outspoken
מיין טאטע זז''ג וואלט מיר געפרעגט, און דאס איז נאכן זאגען די יהי רצון כשם שבערתי?...
נשלח: מאנטאג אפריל 14, 2014 5:59 pm
דורך דריידל
מ'דארף פארשטיין אז קלויזענבורג איז זייער אנגעווייטאגט אויף פייערלעשער און עס ברענגט זיי זכרונות פון די צייטן ווען די סאטמורים פלעגן שיקן פייערלעשער וועכענטליך צום שיעור פון קלויזענבורגער רב ז"ל
נשלח: מיטוואך אפריל 16, 2014 10:48 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מיטוואך אפריל 16, 2014 11:15 pm
דורך איחוד פעלד
בערעל,
האסט בסך הכל אראפגעריקט דעם רעבין, פין א רשע צו א תם.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 17, 2014 12:39 am
דורך George
Is he for real?
עס האט מיר גענומען א מינוט צו כאפן אז דעיס איז נישט א ווידיא פון 20-30 יאר צוריק, נאר גאר פון טו טאסענד און פארטין.
דעיס איז נישט נארמאל, אונז זעמיר אין גלות, אזויווי טיטאניק האט זייער גוט ארויסגעברענגט.
ווייסט איינער מער דיטעילס וואס דארט איז פארגעקומען?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 17, 2014 1:12 am
דורך טיטאניק
ווי אייביג אן זאגסטי דברים של טעם
איך האלט עס אז עפעס איז פארדעם פארגעקימען אז ציליב דעם האט דער פייערלעשער געכאפט א סטירת לחי מצלצלת
אבער עם כל זה מעג מען ניצען אביסקעלע שכל און א רבי פון א מכובדיגער קהילה דארף זיך היטען אביסעלע זיין כבוד עצמי וקהילתו,
ווי האט יענער געזאגט,
"נישט קיין חילוק פארוואס די האסט איינגעמאכט אין הויזען ברבים, גייט מיר נישט אן קיין תירוץ, ווייל איינגעמאכטץ בלייבט שטינקען אפילו מיט א גיטע תירוץ" (קערדיט: טיטאניק)
נשלח: דאנערשטאג אפריל 17, 2014 6:22 am
דורך לאליפאפ
outspoken האט געשריבן:ווי אזוי האט קלויזענבורג'ער רב זצוק''ל געזאגט, אינדערהיים האב איך געהאט סיגוט'ער קעפ, היינט האב איך נייטרע ט...
שוין דא אן אשכול פון מימרות פונעם קלויזנבורגער רב ז"ל. ואם כן אין לדבר סוף.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 17, 2014 8:35 am
דורך איש עברי
צייט צו נעמען שריט פאר די קליפ באקומט פליגלען און שפרייט זיך אויס און ברענגט א פרישע פלייץ פון [בארעכטיגטע] שנאה, אפשר זאל מען זאמלען 30=40 טויזענט חתימות פון בארא פארקע איינוואוינער וואס זאלן פארדאמען דעם (...) , און אפשר זאל יעדער צולייגן א דאלער און איבערגעבן אלס מתנה צו דעם געטרייען און העעראישע מאן וואס וואלט אריינגעטאנצען אין פייער צו ראטעווען די מענטשן.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 17, 2014 8:43 am
דורך פליקער
ווען וועלט וואלט וועין געוועין וועלט, וואלטן ארויס געקימען אנדערע רביים, און פארדאמט די מימרא, ביז ווילאנג ער וועט מיזן ציריק ציען, מען וואלט געלייגט דריק, אבער ליידער היינט וועט איר זעין אז קיינער וועט זיך נישט אנריפן, עס וועט ווערן שטיל, יעדער רבילע וועט ווייטער נאר זיין פארנימען פארוואס הא לחמא עניא שטייט און אראמיש, און די זעלבע צייט ווען די קאמענט'ס אויף די יוטוב קליפ ווערן געפערליך אנטיסעמיטיש, ואין פיצע פיי
נשלח: דאנערשטאג אפריל 17, 2014 9:12 am
דורך קאוועניק
הרב איש, אפשר טוסטו א טובה מאך אזא פעטישען שטעל דא א לינק , לאז ק״ש נאכאמאל מאכען א קידוש השם
(איך וויל זיין די 1טע צו סיינען)
Sibling Rivalry
נשלח: דאנערשטאג אפריל 17, 2014 9:13 am
דורך diff
Sibling Rivalry , the critics here are surely sakmer or maybe bobov. By them cowardly sending lipa frd to do the dirty work or shouting nee shmas is considered clever.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 17, 2014 10:56 am
דורך איש עברי
איך ווייס נישט וויאזוי מען מאכט דאס אדרבא ווער עס קען זאל זיך אנרופן
נשלח: דאנערשטאג אפריל 17, 2014 11:02 am
דורך George
איינער קען ביטע ברענגען מער דיטעילס וואס איז געווען וואס האט געברענגט צו דעם געשלעג?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 17, 2014 11:11 am
דורך פארוואס?
George האט געשריבן:Is he for real?
עס האט מיר גענומען א מינוט צו כאפן אז דעיס איז נישט א ווידיא פון 20-30 יאר צוריק, נאר גאר פון טו טאסענד און פארטין.
דעיס איז נישט נארמאל, אונז זעמיר אין גלות, אזויווי טיטאניק האט זייער גוט ארויסגעברענגט.
ווייסט איינער מער דיטעילס וואס דארט איז פארגעקומען?
פאר 20-30 יאהר צוריק זענען מיר נאכנישט געווען אין גלות?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 17, 2014 11:46 am
דורך George
יא, אבער פון נאכן קריג ביז ארום 20-30 יאר צוריק איז דאס שרייען נאצי אויף יעדן צווייטן נארישן אינצידענט געווען מער אנגענומען.
נישט ווייל עס איז גערעכט געווען, באט רוב ציבור איז געווען קריגס געליטענע, איז מען זייער שנעל אויפגעשטורעמט געווארן.