בלאט 1 פון 1
לינקס אויף עברית, צום שמייכלן.
נשלח: פרייטאג אפריל 18, 2014 1:18 pm
דורך [NAMELESS]
אין ארץ ישראל איז געווען ביז נישט לאנג צוריק א גרויסע קאמידיען (האט זיך גע׳האנגען אין תפיסה צום סוף) מיטן נאמען דודו טופז. איינע פון שטארקע שטיקלעך וועלכע איז באקאנט איז די משה רבינו.
http://youtu.be/RovkYCLtGKwזהירות: עברית.
נשלח: פרייטאג אפריל 18, 2014 1:20 pm
דורך [NAMELESS]
עס איז דא א טיווי שאו מיטן נאמען ארץ נהדרת. זיי האבן א נייע זאך מיטן נאמען אשר בן חיים, נהג מונית. זייער זיס.
http://youtu.be/5M6W1iFW5AA
נשלח: פרייטאג אפריל 18, 2014 1:48 pm
דורך רויטע וואנצעס
אשר בן חיים, אוי איז ער גוט!
נשלח: פרייטאג אפריל 18, 2014 2:07 pm
דורך [NAMELESS]
עס איז דא נאך צוויי דריי קליפס פון אים. קוק עס. ציקער זיס.
נשלח: פרייטאג אפריל 18, 2014 2:14 pm
דורך יין שרף
ממי_שאמרו האט געשריבן:אין ארץ ישראל איז געווען ביז נישט לאנג צוריק א גרויסע קאמידיען (האט זיך גע׳האנגען אין תפיסה צום סוף) מיטן נאמען דודו טופז. איינע פון שטארקע שטיקלעך וועלכע איז באקאנט איז די משה רבינו.
http://youtu.be/RovkYCLtGKwזהירות: עברית.
זעט מיר אויס ווי רב בערלאנד...
נשלח: פרייטאג אפריל 18, 2014 5:10 pm
דורך [NAMELESS]
דער גרעסטע לץ און בדרן אין ארץ ישראל היינט איז זיכער ישראל קטרוזה. איינס אין די וועלט. עס איז דא פון אים קליפס וועלכע מ׳קען קטנ׳ן פאר געלעכטער. איינס פון די (מ׳דארף קענען א גוטע עברית פארדעם) איז ביי א טיווי שאו מיטן נאמען מועדון לילה. איינע פון די זאכן אז די פאנעל זאגט זאכן וואס רעגט זיי אויף. דא איז א ליקוט פון ישראל ביי יענע תוכנית.
http://youtu.be/D1lNwJe50vwאון דא איז נאך איינס ביי יצפאן (דארף עטליכע לינקס פאר זיך) ווי ער לייגט אראפ ווי אזוי א מאן גייט אין גראסערי.
http://youtu.be/Ngi0_ydl3m8
החיים זה לא הכל - גדי נוימן
נשלח: מוצ"ש אפריל 19, 2014 9:46 pm
דורך לאליפאפ
איך האף אז ס'איז נישט קיין פראבלעם אין די בלוט, אבער מיין פערזענליכע מיינונג איז אז אבי קושניר (גדי נוימן) וועלכע שפילט דער הויפט אקטיאר אין די ישראלי'שע טיווי שוי
החיים זה לא הכל, פאקט איין יעדן וואס מ'טרעפט אין די אויבנדערמאנטע לינקס!
איך לייג צו דא איין עפיזאד פון די איבער 150 וואס זענען דא..
ווארענונג: פרויען, חילונים, עברית, ליצנות וכו'
http://youtu.be/zS3VdXH-AeYפאלגנד לייג איך צו א לינק ווי מ'קען זען דאזענס איזרעילי סדרות אינעם סדר, פארשטייט זיך אויך אלע החיים'ס.
http://mobile.sdarot.ws/#seriesList(גראדע, אין איינע פון די ערשטע עפיזאדן זעט מען א שטיקל פון משה רבינו ווי ער צומישט זיך (חלילה) ביים שרייבן "לא טוב האדם להיות לבדו" וואס איז הונדערט מאל מער פאני ווי דאס אויבנדערמאנטע פון טופז.)
נשלח: מוצ"ש אפריל 19, 2014 10:22 pm
דורך [NAMELESS]
שמים וארץ, אבי איז א אייזענע שפילער, אבער ער שרייבט נישט די סחורה.
עס איז דא א גרויסע חילוק צווישן א סטנדאפיסט (ישראל קטורזה, דודו טופז וכו׳) ביז א גוטע שפילער. בדרך אגב, קוק רמזור, עס איז זייער זיס אויך, אפשר נישט אזוי גוט ווי החיים זה הכול.
אז מ׳רעדט שוין יא פון די בעסטע, איך האף אז דו ביסט מודה צו מיר אז גשש החיור איז די בעסטע פון אלע זמנים. איך וועל שפעטער לייגן אפאר לינקס.
נשלח: מיטוואך אפריל 23, 2014 2:14 pm
דורך גיבור
יא די סעריע "החיים זה לא הכול" איז די בעסטע וואס איך האב געזעהן אין מיין לעבן, ניין סיזענס איינס בעסער פונעם צווייטן, די בעסטע שטיקלעך דארטן איז די אלטע קאפל, מאיר און בתיה, ממש לעצטנס האט יוטוב אראפגענומן רוב פרקים בעיקר פון די ערשטע פאר סיזענס, וחבל על דאבדין ולא משתכחין.
נשלח: מיטוואך אפריל 23, 2014 3:01 pm
דורך מ גפני
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אשר בן חיים, אוי איז ער גוט!
נישט אשר בן חורין?
נשלח: מיטוואך אפריל 23, 2014 3:08 pm
דורך [NAMELESS]
מעגליך, מיין זכרון ארבעט שוין נישט אין מיינע יארן אזוי גוט.
נשלח: מיטוואך אפריל 23, 2014 3:21 pm
דורך קורץ און שארף
החיים זה לא הכל איז ממש געוואלדיג. קען איינער רעקאמענדירן עפעס ענליכס אין ענגליש?
נשלח: מיטוואך אפריל 23, 2014 4:44 pm
דורך berlbalaguleh