בלאט 1 פון 3

הגדה של פסח * קאווע בלעטער * חלק א' - ב' - ג'

נשלח: פרייטאג אפריל 18, 2014 3:49 pm
דורך פישלע העררינג
אט האט עטס די ערשטע חלק פון די "קאווע בלעטער" הגדה של פסח!

לייענטס און האטס הנאה!

https://dl.dropboxusercontent.com/u/130 ... %D7%90.pdf

נשלח: פרייטאג אפריל 18, 2014 3:52 pm
דורך אפטעמיסט
עעעענדליך!!! ווען וועלט וואלט געוועהן וועלט, וואלט מען פריש קובע געוועהן די יום טוב פסח. גייט מיר נישט אן וואס עטס זאגטס, איך מאך נאכאמאל דער סדר היינט נאכט! נו, קומטס קינדער. קדש...

נשלח: פרייטאג אפריל 18, 2014 4:17 pm
דורך קאווע טרינקער
Wow
וואו קען מען לייקן [tag]אבטולמוס[/tag]

נשלח: פרייטאג אפריל 18, 2014 4:55 pm
דורך [NAMELESS]
א הערליך שטיק ארבעט. איך קען זיך נישט פארשטעלן די שווערע ארבעט, צייט, מוה און פלאג וואס עס איז אריין דארט. כה לחי.

נשלח: פרייטאג אפריל 18, 2014 5:35 pm
דורך יאיר
א מייסטערהאפטיגע ארבעט! א גרויסן דאנק פישעלע און פאר אלע כותבים, בפרט פאר ראובן פאר די פרישע אינטערעסאנטע סחורה.

נשלח: פרייטאג אפריל 18, 2014 5:48 pm
דורך מאראנצןזאפט
פלאי פלאים וואס פישל האט דא אהערגעשטעלט, נאך א דעקל און מקען עס פארקויפן אין די געשעפטן פאר גוט געלט.
כהאף אז ראובן און נעגאשיעיטער רעכענען ארויסצושטעלן זייערע פרישע סחורה להאיר ולהעיר כיד ה' הטובה עלינו.

נשלח: פרייטאג אפריל 18, 2014 6:03 pm
דורך נולד מאוחר
איך שלאג פאר יעדע אקטיווער ניק וואס לייקט נישט פישעלע דא פאר זיין ארבעט זאל די הנהלה אויסשפארן פאר א וואך.

נשלח: פרייטאג אפריל 18, 2014 6:22 pm
דורך [NAMELESS]
WOW
WOW
WOW
WOW


שענער פון עני אויסגאבע אדער מעגעזין וואס איז ארויסגעקימען פאר יו''ט

נשלח: מוצ"ש אפריל 19, 2014 9:38 pm
דורך פליקער
איין פראבלעים די האסט געלייגט א אמתע הגדה, דאס צווינגט מיר צי ליינען שלא בשעת הכנה, דאס איז א פראבלעים,

נשלח: מוצ"ש אפריל 19, 2014 10:48 pm
דורך הוגה
עס איז א געוואלדיגע ארבייט פישעלע.

איך האב געטראפן די חשוב'ע [tag]ראש הישיבה[/tag] היינט און איך האב אים פארציילט איבער די קאווע בלעטער חלק א' וואס איז ארויסגעקומען. ער האט מיר געזאגט אז ער קען נישט ווארטן ביז די צווייטע חלק קומט ארויס, ער האפט צו טרעפן זיינע ארטיקלן ביי ובני ישראל פרו וישרצו וירבו, און ביי וירא את עניינו זו פרישות דרך ארץ. פישעלע, אויב האסטו נאך נישט אריינגעלייגט קענסטו נאך מתקן זיין. :P



.

נשלח: מוצ"ש אפריל 19, 2014 11:51 pm
דורך פישלע העררינג
.

נשלח: זונטאג אפריל 20, 2014 2:06 am
דורך ידען
הוגה האט געשריבן:עס איז א געוואלדיגע ארבייט פישעלע.

איך האב געטראפן די חשוב'ע [tag]ראש הישיבה[/tag] היינט און איך האב אים פארציילט איבער די קאווע בלעטער חלק א' וואס איז ארויסגעקומען. ער האט מיר געזאגט אז ער קען נישט ווארטן ביז די צווייטע חלק קומט ארויס, ער האפט צו טרעפן זיינע ארטיקלן ביי ובני ישראל פרו וישרצו וירבו, און ביי וירא את עניינו זו פרישות דרך ארץ. פישעלע, אויב האסטו נאך נישט אריינגעלייגט קענסטו נאך מתקן זיין. :P



.

לייק פאר די לינקס.

א סאך מאל זעה איך א גוטע אשכול וואס כאב פארגעסען אבער א גוטע מעמבער ברענגט עס און איך לייען עס

נשלח: זונטאג אפריל 20, 2014 2:11 am
דורך נולד מאוחר
וואו א בחור מיט אזוי פיל טאלאנט.
וואספארא סיבה קען זיין איינער זאל נישט וועלען האבן צוטריט צו מאחורי?

נשלח: זונטאג אפריל 20, 2014 10:39 am
דורך פישלע העררינג
במופלא ממך אל תדרוש..

נשלח: זונטאג אפריל 20, 2014 10:45 am
דורך נעגאשיעיטאר
שכויח @פישל'ע העררינג פאר'ן אריינשטעלן מיין מאמר. איך בין דא זייער ווייניג, אבער אייער פריערדיגע בלעטער זענען אנגעקומען צו מיך, ומצאתי בהם כמה דברים של טעם, ותשואות חן חן לכם. היות דו ענטפערסט נישט דיין אימעיל די לעצטע פאר טעג (מחמת קדושת המועד?) וויל איך אייך בעטן פון דא אז איר זאלסט עס נישט ארויפפאסטן אין אן אשכול, רצונו של אדם איז אז עס זאל פארבלייבן בלויז א קאווע בלעטער עקסקלוסיוו. שכויח נאכאמאהל פאר אייער הערליכע ארבעט.

נשלח: זונטאג אפריל 20, 2014 10:56 am
דורך פישלע העררינג
יישר כח @נעגאשיעיטאר פאר דיך! און א גרויסע יישר כח פאר מאכן די נייע פי די עף. איך זעה אז טייל פראבלעמען זענען טאקע פאראכטן געווארן אבער טייל זענען ערגער געווארן. אין מיין פי די עף איז דער קעפל פאר @מאראנצןזאפט'ס "העולם הזה" ארטיקל אויסגעקומען גוט, אבער אין דיינס איז עס נישט גוט אויסגעקומען. איעדן פאל, יישר כח.

נשלח: זונטאג אפריל 20, 2014 11:34 am
דורך ברסלבער
הערליך שיין פישעלע! א גרויסן דאנק פאר די פילע ארבעט וואס דו לייגסט אריין פאר אונזער הנאה.

נשלח: זונטאג אפריל 20, 2014 11:46 am
דורך פישלע העררינג
יישר כח פאר דיך! [tag]ברסלבער[/tag]. האסט אונז מהנה געוועהן מיט אזויפיהל שיינע תוכן'דיגע ווערק לכבוד יום טוב.

חלק ב'

נשלח: זונטאג אפריל 20, 2014 1:29 pm
דורך פישלע העררינג
דא איז חלק ב' פאר ווער עס האט שוין אראפגעלאדענט חלק א'.

דער וואס האט נאכנישט אראפגעלאדענט חלק א' דארף בלויז ארפלאדענען דער ערשטע לינק, וואס אנטהאלט שוין אין זיך ביידע חלקים אלץ איין פי די עף.

נשלח: זונטאג אפריל 20, 2014 1:40 pm
דורך [NAMELESS]
הערליכע ארבעט. מאכסט מיר חשק צו שרייבן נאר אפאר היסטארישע אפהאנדלונגען און באשרייבונגען

נשלח: זונטאג אפריל 20, 2014 1:49 pm
דורך פישלע העררינג
א יישר כח פאר דיך! [tag]ממי_שאמרו[/tag]. דו שרייבסט מיט אזא זאפט, אז עס ליינט זיך פון זיך אליינס.

חלק ג'

נשלח: זונטאג אפריל 20, 2014 3:13 pm
דורך פישלע העררינג
דא האטס עטס חלק ג'.

https://dl.dropboxusercontent.com/u/130 ... %D7%92.pdf

לכאורה וועל איך שוין נישט אניאגן ווייטער בעפאר יום טוב קומט אן.

נשלח: זונטאג אפריל 20, 2014 3:20 pm
דורך נולד מאוחר
ראשעקאל האט געשריבן:WOW
WOW
WOW
WOW


שענער פון עני אויסגאבע אדער מעגעזין וואס איז ארויסגעקימען פאר יו''ט