בלאט 1 פון 1

היסטארישע בילדער און איר באדייט

נשלח: זונטאג אפריל 20, 2014 2:34 am
דורך [NAMELESS]
אפשר וואלט כדאי געווען דער עולם זאל אויך לייגן היסטארישע בילדער מיט די באדייטונג און פארוואס עס באנעמט אים.

די בילד איז געכאפט געווארן אין בוכענוואלד תיכף נאכן באפרייאונג, א אידישע העפטלינג נעמט נקמה אין זיין געוועזענעם שלעגער, א נאצי אויפזעהר.

וואס באנעמט מיר אינעם בילד איז די אנגעווייטאגטע אויגן פונעם איד, יעדע קלאפ וואס ער גיבט אים איז פאר א ברודער, חבר, קינד, משפחה מיטגלידער וועם ער מיט זיינע חברים האבן גע׳הרג׳ט. יעדע קלאפ קומט מיט אזא ווייטאג.

מאראל פונעם בילד: איינער וואס זעהט נאר די בילד און קען נישט די מעשה אינטערדעם קען טראכטן אזא אכזריות פונעם איד, שלאגט אן אומבאוואפענטע באשיצלאזע סאלדאט, און קיינער העלפט נישט.

השערה: אז מ׳קוקט גוט זעהט מען ווי דער דייטש האלט א צובראכענעם שטעקן, גאנץ מעגליך אז דער איד האט פשוט צובראכן דעם שטעקן אויף אים און גיבט ווייטער מיט די האנט.

נשלח: זונטאג אפריל 20, 2014 2:38 am
דורך פישלע העררינג
הערה א': 5 יאר צו שפעט.

הערה ב': דער מוכה האט א שטעקן אין האנט. זעהט אויס עס איז געגאנגען פעטש ביידע וועגן.

נשלח: זונטאג אפריל 20, 2014 2:44 am
דורך [NAMELESS]
דער אמעריקאנע סאלדאט דארט אין די זייט, נאכן צוזעהן די רציחות פונעם דייטש פלעגן ווערן אזוי צושוידערט אז זיי וואלטן נישט געלאזט דעם דייטש שלאגן א איד. קוק אינעם ווידיאו בענד אויף בראדערס ווי אזוי די אמעריקאנע האבן זיך אויפגעפירט צום דייטש נאכן זעהן די לאגערן בפרט.

נשלח: זונטאג אפריל 20, 2014 1:17 pm
דורך [NAMELESS]
דאס איז אפשר נישט אן היסטארישע בילד, אבער א בילד וואס שרייט פון זיך אסאך.

א מיידל שטייט ביי די פענסטער און מ׳קען זעהן א בעסקעט באול שפיל פלאץ אונטער דעם פאטאגראפירער, און עס איז א שיינעם טאג.

זי שטייט אזוי צובראכן און איינזאם, נישט ווייל זי איז א יתומה אדער ווייל איז האט נישט קיין שכל, נאר פשוט ווייל אלס נאטור אויס איז זי זייער איבערוואגיג. פארמאכט אייער אויגן פאר איין מינוט, און לייגט אייך אריין אין אירע שיך.

נשלח: זונטאג אפריל 20, 2014 1:22 pm
דורך [NAMELESS]
פרעזידענט קענעדי זיצט מיט זיין טאכטער און פארברענגט מיט איר נאך סקול. דאס תמימות אין אירע אויגן, דאס ליבשאפט אין זיינע אויגן איז זייער אסאך. די וועג ווי אזוי זי קוקט אים אן, און די שמייכל פון אים אויף צוריק אפילו ער איז פרעזידענט פון אמעריקא מיט דעם אלעם איז ער אויך א פשוטע טאטע פאר זיין טאכטער.

מאראל פון די בילד: לייג אוועק דיין טעלעפאן פאר א האלבע שעה יעדן טאג און רעדט מיט דיין טאכטער אדער אינגל פאר אפאר מינוט, צו איז זי אדער ער דאס נישט ווערט?

נאטיץ, אז דו זעהסט גוט האלט זי א שפילצייג און איר האנט און זי טרינקט נישט איר גלעזל מילעך, זי איז צו שטארק פארטיעפט אינעם שמועס מיטן טאטע.

נשלח: מיטוואך אפריל 23, 2014 1:16 am
דורך elter-zeide
איך אבזערוויר כסדר אין ביהמ"ד ווי טאטעס מיט זייערע יונגלעך זענען אין א שמיס, מ'קען זען וועלכס יונגל איז באליבט ביים טאטען אין וועלעכע יונגל איז א עול פארן טאטען,

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 8:09 pm
דורך קאווע טרינקער
היסטארישע מאמענט!
ווער ווייסט וואס /ווער /וואו דאס איז?

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 8:21 pm
דורך ישמעאל הכהן
משה'לע האלצברג מיט זיין רעטער די נעני

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 8:36 pm
דורך לאליפאפ
ישמעאל הכהן האט געשריבן:משה'לע האלצברג מיט זיין רעטער די נעני

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 10:44 pm
דורך אפטעמיסט
ביים באלוינט ווערן מיט מדינת ישראל בירגערשאפט.

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 8:31 pm
דורך [NAMELESS]
דא האט איר א לינק ווי עס איז דא אסאך שיינע בילדער, לוינט זיך דאונלאודן און מעיין זיין אין יעדע בילד.
http://dusiznies.blogspot.com/2012/12/r ... s.html?m=1
לדוגמה, דא איז דא א בילד פון א לויה פון א קליין אידיש קינד אין געטאו, באראכט די פנימער פון די עלטערן:

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 11:59 pm
דורך ונבנתה העיר
בעונותי האב איך אמאל באזוכט אינעם גן הארכאולוגי נעבן דעם מקום המקדש [נישט וויסנדיג אז לויט געוויסע מעג מען נישט], דארט זענען דא גילויים נוראים, א גאנצע אויסגעפלאסטערטע גאס מזמן בית שני און טייל פון איהרע געשעפטן [אנגעקלעבט מיט אש] וואס האבן באדינט די מנחה ברענגערס וכו', און נאך צעהנדליגע ארכאלאגישע טרעפונגען וואס שטורעמט דאס הארץ ביי יעדן וואס עס ברענט נאך ביי איהם די אידישע פונק.

דער שטיין איז א חלק פונעם כותל המערבי, כמעט ביים דרום ווינקל, עס איז אויסגעקריצט אין איהר א טייל פון ישעי' הנביא'ס א נבואה: כְּאִישׁ אֲשֶׁר אִמּוֹ תְּנַחֲמֶנּוּ כֵּן אָנֹכִי אֲנַחֶמְכֶם וּבִירוּשָׁלַ‍ִם תְּנֻחָמוּ, וּרְאִיתֶם וְשָׂשׂ לִבְּכֶם וְעַצְמוֹתֵיכֶם כַּדֶּשֶׁא תִפְרַחְנָה, לויט געוויסע חוקרים איז די איינקריצונג פון בערך 300 יאהר נאכ'ן חורבן, איך וועל ניטאמאל אנהייבן זאגן וואס דאס האט גע'פועל'ט אויף מיר - נאך די אלע יאהרן קען איך עס נאכנישט אריינלייגן אין אותיות.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 2:27 am
דורך מילכיג
ממי_שאמרו האט געשריבן:דער אמעריקאנע סאלדאט דארט אין די זייט, נאכן צוזעהן די רציחות פונעם דייטש פלעגן ווערן אזוי צושוידערט אז זיי וואלטן נישט געלאזט דעם דייטש שלאגן א איד. קוק אינעם ווידיאו בענד אויף בראדערס ווי אזוי די אמעריקאנע האבן זיך אויפגעפירט צום דייטש נאכן זעהן די לאגערן בפרט.

band of brothers איז אמת'דיג אדער פאלש?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 3:16 pm
דורך ונבנתה העיר
.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 4:30 pm
דורך מבקר
george bush finding out about 911

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 9:09 am
דורך טעפל
ונבנתה העיר האט געשריבן:בעונותי האב איך אמאל באזוכט אינעם גן הארכאולוגי נעבן דעם מקום המקדש [נישט וויסנדיג אז לויט געוויסע מעג מען נישט], דארט זענען דא גילויים נוראים, א גאנצע אויסגעפלאסטערטע גאס מזמן בית שני און טייל פון איהרע געשעפטן [אנגעקלעבט מיט אש] וואס האבן באדינט די מנחה ברענגערס וכו', און נאך צעהנדליגע ארכאלאגישע טרעפונגען וואס שטורעמט דאס הארץ ביי יעדן וואס עס ברענט נאך ביי איהם די אידישע פונק.

דער שטיין איז א חלק פונעם כותל המערבי, כמעט ביים דרום ווינקל, עס איז אויסגעקריצט אין איהר א טייל פון ישעי' הנביא'ס א נבואה: כְּאִישׁ אֲשֶׁר אִמּוֹ תְּנַחֲמֶנּוּ כֵּן אָנֹכִי אֲנַחֶמְכֶם וּבִירוּשָׁלַ‍ִם תְּנֻחָמוּ, וּרְאִיתֶם וְשָׂשׂ לִבְּכֶם וְעַצְמוֹתֵיכֶם כַּדֶּשֶׁא תִפְרַחְנָה, לויט געוויסע חוקרים איז די איינקריצונג פון בערך 300 יאהר נאכ'ן חורבן, איך וועל ניטאמאל אנהייבן זאגן וואס דאס האט גע'פועל'ט אויף מיר - נאך די אלע יאהרן קען איך עס נאכנישט אריינלייגן אין אותיות.

איך בין אויך געוועהן דארט הערענדיג שפעטער אז ס'איז דא ערענסטע שאלות פון הר הבית.. (בדרך אגב די בריסקע לייגען נישט די האנט אויפן כותל ווייל אפשר איז עס שוין אין שטח פון הר הבית)

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 5:48 pm
דורך berlbalaguleh
טעפל האט געשריבן:

א שאד זיי זענען נישט קיין סאטמאר'ער חסידים. אזוי וואלטן זיי אינגאנצן נישט געדארפט גיין צום כותל.
אבער איך קלער, אז אלס בריסקער דארפן זיי מסופק זיין צו דער הר הבית איז דער ריכטיגער הר הבית. אפשר איז עס גאר דער בארג סיני. אוי. די בארג סיני טאר מען דאך אויכעט נישט אנרירן...!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 6:39 pm
דורך לאליפאפ
ווען מען רעדט פון כותל און הר הבית איז אוממעגליך אויסצולאזן דעם היסטארישן בילד וואס איז געכאפט געווארן מינוטן נאך וואס סגין מוטה גור האט אריינגעשריגן אין זיין ראדיא "הר הבית בידינו! הר הבית בידינו!" [מלחמת ששת הימים יאר 1967]

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 9:28 pm
דורך נײגעריגער
מ'הערט מוזיק אין א געשעפט, לאנדאן 1956

ס'איז ממחיש װי װייט די טעכנאלאגיע און געזעלשאפט האט זיך געטוישט אין אזא רעלאטיװ קאָרצע תּקופה, דיגיטאַלישע מוזיק זענען היינט מצוי באַ יעהדן אין טאַש

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 2:07 pm
דורך מנחם ציון
ממי_שאמרו האט געשריבן:דאס איז אפשר נישט אן היסטארישע בילד, אבער א בילד וואס שרייט פון זיך אסאך.

א מיידל שטייט ביי די פענסטער און מ׳קען זעהן א בעסקעט באול שפיל פלאץ אונטער דעם פאטאגראפירער, און עס איז א שיינעם טאג.

זי שטייט אזוי צובראכן און איינזאם, נישט ווייל זי איז א יתומה אדער ווייל איז האט נישט קיין שכל, נאר פשוט ווייל אלס נאטור אויס איז זי זייער איבערוואגיג. פארמאכט אייער אויגן פאר איין מינוט, און לייגט אייך אריין אין אירע שיך.

זי האט דאך נישט....

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 3:04 pm
דורך נײגעריגער
כ'מיין אז דאס קען מען אָנרופן אַ היסטאריש בילד... :lol:

(כ'װינדער זיך װאס מ'טוט אויב די באַהערדע פארגלוסט זיך אָפּצושטאַטן א באזוך אינעם טיאַטער...)

נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2021 5:52 pm
דורך מנחם ציון
20210106_174719.jpg