קשה......... כקריעת ים סוף??
נשלח: זונטאג אפריל 20, 2014 3:11 pm
די גמרא זאגט אין פסחים דף קי"ח: "קשה מזונותיו של אדם כקריעת ים סוף", און אזוי אויך געפונען מיר אין חז"ל קשה זיוויגו של אדם וכו' און אזוי אויך נאך אנדערע זאכ'ן וואס חז"ל זענען דאס מדמה צו די גרויסע ניסים פון קריעת ים סוף.
אריינטראכטנדיג אין די מאמרי חז"ל קומט אופ'ן געדאנק א שווערע קשיא; מה כל הרעש? וואס איז שוין די גרויסע נס פון קריעת ים סוף, אזוי אז ווען מען וויל ארויסברענגען ווי שווער עס איז פאר'ן בורא צו טון כך וכך, איז מען עס מדמה צו קריעת ים סוף?!
אין הכא נמי בו בזמן ווען די נס האט פאסירט איז דאס געווען א געוואלדיגע חידוש אין די טבע הבריאה מיט'ן איינזעהן אז יש מנהיג לבירה, און איינער דרייט דא ארום, איינער פירט אלעס, וואס ביז דאן איז נישט געווען אזא דערהער. אבער מיר מאמינים בני מאמינים וואס גלייבן אז יעדע ריר פון אונזער קליינע לעבן פונעם אויפשטיין ביז'ן זיך לייגן, איז מלא ניסים ונפלאות פון אונזער גרויסע טאטע אין הימל, איז ביי אונז דער קריעת ים סוף עפעס א גרויסע חידוש? עפעס א גרויסע תורה?!
מען פארציילט א מעשה אז דער חפץ חיים איז בשעת די ערשטע קריג געווען אמאל ביי א דאקטער, און דער דאקטער האט זיך געלאזט וואויל גיין אויפן חשבון פונם בורא עולם, אז קוק אן וויפיל יודען פאלן ווי פליגן, וואו איז גאט? פארוואס קוקט ער זיך נישט אום אויף זיינע קינדערליך אויף זיין עם סגולה?
האט דער חפץ חיים איהם ג'געבן א פרעג; זאג נאר? די ביסט א דאקטער?
ענטפערט ער מיט א צינישע שמייכל, נו אוודאי בין איך א דאקטער זעסט דאך אליין.
רופט זיך אן דער חפץ חיים איך זע נישט גארנישט ווער זאגט אז די ביסט א דאקטער? ווער זאגט אז די טויגסט צו דעם פאך?
גייט דער דאקטער אריין און אנדער'ען שטוב און ברענגט ארויס זיין דיפּלאמ"ע, און גיט דאס אהין פאר'ן ח"ח.
הייבט דער חפץ חיים אן לאכן, די נער, קוק אויף דעם דאטום, דאס איז דאך פון צען יאר צירוק , נו ווער זאגט אז די ביסט נאך אלס א דאקטער? ווייל די ביסט געווען פאר צען יאר צירוק ווייזט דאס גארנישט.
זאגט דער דאקטער מיט שפאס; וואס האסטו געוואלט? איך זאל יעדען טאג האב'ן א נייע דיפּלאמ"ע? עס גייט נישט אזוי, איך האב איינמאל באקומען א דיפּלאמ"ע און דאס איז באווייז פאר אייביג אז איך בין א דאקטער.
זאגט דער חפץ חיים אוי ביסטו גערעכט, טראכט אבער אליין וואס די זאגסט, דער בורא עולם דארף נישט יעדען ווייזן, און פאר יעד'ן טאָטער מודיע זיין אז יא! ער פירט די וועלט און גארנישט פאסירט נישט אן זיין ווילן! ער האט דאס געוויזן איינמאל ביי קריעת ים סוף, און דאס דארף זיין גענוג צו שטארקען דיין אמונה און גלייבן אין איהם.
דאס איז אבער אלעס פיין און וואויל מסביר צו זיין פאר א פרייע דאקטער אז אלעס ווערט געפירט פון אויבן והא ראיה עס איז געווען א קריעת ים סוף. אבער ביי אונז תורה טרייע יודן איז קריעת ים סוף עפעס א חידוש? מיר גלייבן אז יעדע אטעם איז ניסים פונם אייבירשטן על כל נשימה ונשימה תהלל קה, וואס די גרויסע גדולה פון קריעת ים סוף? ווער הייסט איהם דען גיין און זיין רוישיג אויב נישט גאט? נו, פונקט ווי ער מאכט איהם גיין, האט ער איהם געהייסען זיך אפשטעלן. וואס איז די גרויסע קשה ... כקריעת ים סוף??
נאר דא ליגט סאך מער ווי דעם. א בחור זיצט נעבעך אין ישיבה שוין לאנג נאך דעם טיפח עצמותיו, אנגעזעצט אויף הייוון, ביי א בעשאוי איז ער שוין געווען צענדליגע מאל אבער ... והילד איננו, גארנישט רירט זיך נישט קיין שדכן האט מען שוין לאנג נישט געהערט אויפ'ן אנדערע זייט טרייבל. און אזוי גייט דורך שעה נאך שעה וואך נאך וואך ואין קול ואין עונה.
אדער, דער יונגערמאן וואס מוטשעט זיך נעבעך על המחיה ועל הכלכלה פון די גאר פריע פארטאגס שעה'ן ביז שפעט ביינאכט, האט נישט קיין מינוט צייט צו זיין ווייב און קינדער, און ער קומט דארט אהיים סוף וואך קוים צו דעקן דעם חודש, ער וויינט זיך אויס ביים תהילמ'על, גרויסע טאטע אין הימל שיק מיך פרנסה בשפע, איך בעט דיך קוק דיך אים אויף מיר, געב מיר ברווח וואס איך דארף.
אויף דעם קומט חז"ל און זאגט אונז: בחור'ל זיסע, יונגערמאנטשיק טייערע, זייט'ס נישט צובראכן ווייל "קשה זיוויגו, קשה מזונותיו של אדם... כקריעת ים סוף", עס איז ביי איהם א קינדער שפיל עס איז איהם נישט קיין שום חילוק פון דיר אויפוועקן יעדע אינדערפרי און מאכן די זאלסט זיין געזונט און שטארק אין אלע אברים, ווי דיר צושטעלן א שידוך אדער פרנסה, עס איז ביי איהם נישט קיין שום אונטערשייד.
עס איז דא א מוראדיגע ווארט פון הייליגע חתם סופר, אויף דעם וואס דוד המלך זאגט אין תהילים: "והעביר ישראל בתוכו כי לעולם חסדו" טייטשט ער והעביר ישראל בתוכו, די בורא האט אונז דאן געוויזן ניסים פארוואס? כי לעולם חסדו נאר כדי צו ווייזן אז לעולם חסדו אז בעצם איז יעדע זאך און שטענדיג איז דא ניסים ונפלאות פונם בורא.
מען דארף זיך נאר אפשטעלן און טראכטן אין דעם. דער וואס איז א גרויסע בעל בטחון און א מאמין, זעט אין יעדע ריר זיינע ניסים ונפלאות. דאס אז די דאַך פאַלט נישט איין, איז דאך א נס גלוי. ווער האט געזאגט אז שיטראַ"ק דארף זיך האלטן צוזאמען?? און אפילו פאר די שוואכערע, שיקט דער בורא אויך פון צייט צו צייט סימנים, אז יא איך בין דא איך האב נישט פארגעסן פון ענק. אזוי ווי מען האט לעצטענס געזען די השגחה פרטיות אז אין זכות פון שמירת שבת איז א יודיש קינד אפגעהיטן געווארן פון די טראגעדיע פונעם מאלאזיע פליגער השם ירחם. און ווער האט דען נישט מיטגעהאלטן די גרויסע יד השם ביי די טראגעדיע פון די ציווילינג געביידעס, וויפיל יודן זענען ניצול געווארן בנסי ניסים. און וואו די מידיע האט באוואונדערט אז קיין איין הצלה מעמבר איז נישט אומגעקומען, אין די צייט וואס פון די גוי'שע וואלאנטירן זענען געפאלן ווי פליגן. יא דער בורא באוויזט זיך צו אונז, מען דארף נאר זעהן און וועלן הערן דעם דבר השם.
איד'עלע אלעס האט א חשבון, עס האלט זיך נישט אפ קיין רגע ווייל עס איז איהם שווער אדער וואס, ניין. עס איז פשוט נאך נישט דיין צייט עס איז נאך נישט דיין טובה. דו אבער געב נישט אויף, זיי מתפלל צו איהם, בעהט איהם, און ער וועט דיך העלפן בקרוב מיט פולע זעק פון השפעות.