איך האב נאך נישט טועם געווען א שטיקל חמץ, אבער דער געפיל אז די הארטע מצה און שמאלציגע מאכלים איז שוין א פארגאנגענהייט גיבט מיר די חירות הדעת זיך צו באפרייען פון די פיוטים'דיגע תפילות און פליישיגע סעודות און קענען צוריקקוקן אויף די פארגאנגענע אכט טאג, פרובירן צו זען וואס פארא השפעה דער זמן חירותינו, מיט אירע צאללאזע באגרעניצונגען און ענדלאזע מיספארשטענדענישן, האט געלאזט אויף מיין פסיכא.
לאמיר אייך קודם דערציילן אן עובדא וואס האט פאסירט מיט מיר דעם פסח. ערב פסח האב איך געטראפן א חבר מיינער וועמען איך האב שוין לאנג נישט געזען. איך האב געוואלט רעדן מיט אים אפאר מינוט, אבער ער האט מיר געזאגט אז ער איילט זיך. אויף מיין פראגע וואס ער דארף נאך טון אויף פסח האט ער מיר אנגעהויבן אויסרעכענען א גאנצע ליסטע פון זאכן, ווי פארקלעבן די קעבינעטס, ארויפלייגן זילבער פאפיר, און אזוי ווייטער. איך האב זיך דא געזען פאר א גוטע געלעגנהייט אים איינצושפארן צייט, און מיט מיין גאנצע לומדות האב איך פרובירט צו מסביר זיין אז די גאנצע מכירת חמץ האט סייווי נישט קיין פירוש, און אפילו אויב יא איז די צוגעקלעבטע סקאטש טעיפ, וואס מען איגנארירט סייווי ווען מען דארף האבן עפעס וויכטיגס פון שאפע, נישט מעלה ומוריד, וכהנה וכהנה. וויסנדיג אז מיין חבר איז א גאנץ פשוט'ער יונגערמאן, נישט דער גרויסער מחמיר אין אלגעמיין, בין איך געווען זיכער אז ער וועט אננעמען מיינע ווערטער.
און דאן האט ער מיר געענטפערט עפעס וואס איז מיר אריין אין די ביינער און האט גענצליך געטוישט מיין מיינונג אויף פסח'דיגע מנהגים.
"דו האסט א טיפערן בליק אויף אידישקייט ווי מיר," האט ער מיר ערקלערט. "פאר דיר פעלט אפשר נישט אויס די אלע זאכן. איך, אבער, בין נישט דער גרויסער למדן און פילאזאף, ביי מיר באשטייט די גאנצע פסח פון די חומרות און מנהגים וואס מען פירט זיך. אויב דו נעמסט מיר אוועק די מנהגים וואס איך געדענק פונדערהיים, בלייב איך מיט גארנישט."
די פשוט'ע אבער דורכגרינגליכע ווערטער האבן מיר בארירט ביז די טיפענישן פון מיין נשמה. שוין א שטיק צייט וואס איך פרוביר אויפצוקומען מיט טעאריעס איבער וואס שטיפט מענטשן צו אויפקומען מיט אזעלכע אבסורדאלע חומרות אויף פסח מיט וואס מיר זענען אלע צו באקאנט. און יעצט הער איך אזא פשוט'ער הסבר וואס איז אזוי אדורכנעמענד. עס איז אזוי פשוט אז עס פאלט קיינעם נישט איין.
פסח איז דער צייט וואס מען גיבט איבער א מסורה פון טאטע צו קינד. די מסורה איז נישט דוקא די צען מכות אדער קריעת ים סוף. עס איז א מסורה פון ווירדן. געוויסע אידעאלן וואס גייען אריבער פון טאטע צו זון, פון מאמע צום טאכטער, פון זיידן צום אייניקל, שוין דריי טויזנט יאר. דאס אידישע פאלק גלייבט אין די אידעאלן, און מיר גיבן זיי איבער מיט געטריישאפט. אן אמונה אין א העכערע, אומבאגרייפליכע כח וואס נעמט ארום, און איז בעל הבית אויף, די גאנצע וועלט. א טיפער רעספעקט פאר דער קוואל פון וואו די כוחות הטבע קומען. א הימלישער שעצונג פאר יושר און צדק, דער באקריוודעטער זאל געהאלפן ווערן, דער פייניגער זאל געשטעלט ווערן צום משפט. א האפענונג פאר א וועלט פון יוטאפיע, וואו מיר אלע געפינען זיך אין ירושלים, איש תחת גפנו ואיש תחת זיתו, און געניסן פון די פילע ברכות וואס די וועלט אפפערט. אן עהרע פאר עפעס וואס איז העכער ווי אונזערע ערדישע געברויכן ווי עסן און שלאפן, אן איינצוימונג פון די געלויף נאך גשמיות וואס הילט איין אונזער גאנצער וועזן טאג און נאכט.
די ווירדן ווערן נישט איבערגעגעבן קלאר און דירעקט. דער קוים ציוויליזירטער מענטש קען נישט פארנעמען אזא נאקעטע הבנה. דער קינד פון אן עסקן געדענקט נישט פונדערהיים ווי דער טאטע האט מסביר געווען די טיפע באדייט פון שעצן חסד. ער געדענקט אבער יא ווי דער טאטע איז ארומגעלאפן שאפן געלט פאר א נצרך פון ארץ ישראל. דאס קינד פון א הצלה מעמבער וועט נישט געדענקט א טיפע פילאזאפישע תורה פון זיין פאטער אז מענטשליכע באשעפענישן מוזן זיך העלפן איינער דעם צווייטן, עס ליגט אים אבער יא אין די ביינער ווי אינמיטן סדר איז זיין טאטע געלאפן ראטעווען דאס לעבן פון א איד אין א סכנה.
אזוי ווערן אידעאלן אריבערגעפלאנצט. שטיל און באשיידן, אן טיפע חכמה, אן ערהאבענע פילאזאפיעס. א עפיזאד דא, א געשעעניש דארט, און צוביסלעך באקומט א קינד דער איינדרוק וואס איז וויכטיג פאר זיינע עלטערן און וואס איז נישט. די איינצלנע עפיזאדן און געשעענישן ווערן פארוואנדלט אין סימבאלן וואס שטעלן פאר א טיפערע אידעאל.
פסח איז דער יום טוב פון סימבאלן. פונקט ווי דאס בילד ווי דער טאטע טוט זיך אויס דעם קיטל און לויפט ראטעווען דעם איד וואס שטיקט זיך איבער א כזית מצה שיעור חזון איש ווערט א סימבאל פאר חסד, אזוי אויך ווערט דאס זיך איינהאלטן און זיך באגרעניצן פון עסן אלעס וואס מען זעט אויף די פאליצע אין געשעפט א סימבאל פאר זעלבסט קאנטראל, פאר חירות הדעת, פאר מוח איבער חומר.
און סימבאלן האבן אן אייגנארטיגן שפראך. זיי דארפן נישט קיין פירוש, זיי דארפן נישט קיין הסבר. חמץ רעפרעזענטירט דעם יצר הרע, גאוה, אויפגעבלאזענע גשם. מצה רעפרעזענטירט איינגעהאלטנקייט, דעם יצר טוב, שמחה של מצוה. מרור רעפרעזענטירט א ביטערער עבר און הוה פון וואס מיר האבן זיך און מיר דארפן זיך באפרייען. די לשנה הבא בארעא דישראל רעפרעזענטירט א האפענונג אז מיר וועלן זיך אמאל ארויסזען פון אונזערע שווערע מצבים. די סימבאלן האבן נישט קיין באדייט. מען קען זיי נישט ערקלערן פאר איינעם וואס האט דאס נישט דורכגעלעבט, ווייל פאר אים מיינען זיי טאקע גארנישט. חמץ און מצה זענען ביידע נייטראלע זאכן, זיי האבן מיט חירות און שעבוד גאנץ ווייניג איינגעלייגט. עס איז אין די סאביעקטיווע נפש וואו די זאכן האבן אנגענומען גענצליכע נייע באדייטן.
די פסח'דיגע סימבאלן, ווי אומלאגיש און אומפארשטענדליך זיי זענען, דינען פארט א קריטיש וויכטיגן ציל. די עקשנות צו אנהאלטן די סימבאלן טראץ זייער אומפארשטענדליכקייט איז עדות אז אונטער די דיקע שיכטן פון זילבער פאפיר ליגט באהאלטן עפעס אן אידעאל אויף וואס מיר ווילן נישט מוותר זיין, כאטש דער אידעאל איז געווארן נשתנה צורה נאך אזויפיל יארן ליגן באגראבן אין דעם מעטאלענעם צודעק, נישט האבנדיג א געלעגנהייט צו געניסן פון לופט צו אטעמען און זון שטראלן זיך צו ערנערן. אין א געיעג צו ראטעווען אונזער אידענטיטעט האבן מיר זיך אויסגעהיילט דורכ'ן באגיין זעלבסטמארד. אל תראני שאני שחרחורת, בני אמי שמוני נוטרה את הכרמים, כרמי שלי לא נטרתי. מיר האבן באשאפן אזויפיל סימבאלן, אז די סימבאלן אליין זענען געווארן דער איינציגער אידעאל. יעדער סימבאל טראגט מיט זיך אן אידעאל צו היטן אויף נאך סימבאלן.
עס איז מיין טיפע האפענונג אז עווענטועל וועלן די אריגינעלע לאנג פארגעסענע אידעאלן זיך ארויסרייסן פון זייער מקום קבורה, און ארויף קומען צום אויבערפלאך. די סימבאלן וועלן צוריק באקומען זייער באדייט, און אין א שיר השירים'דיגע ליבשאפט וועלן מיר זיך פונדאסניי פאראייניגן מיט אונזער לאנג פארגעסענעם דוֹד.
השתא עבדי לשנה הבאה בני חורין.
איינדרוקן פון פסח
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
הערליך יאיר.
לפי דער מעשה והמשכה, קען מען פארשטיין דער מנהג אז אחרון של פסח איז מען זיך מיקל אין פארשידענע חומרות וואס מען האט, וויבאלד נאך זיבן טעג יום טוב קומט מען שוין אן למדרגת יאיר וואס מען פארשטייט די מכוון פון די אלע סימבאלען, און מען דארף שוין נישט די אלע דקדוקי חומרות וואס מען האט געדארפט ווען מען איז געווען אויף א קלענערע דרגא.

I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
יאיר, פארוועם האפסטו אזוי שטרק פאר דיר, אדער פאר די קליינע פראצענט פרעקשנטע אידן וואס ווילן דוקא אז די סימבאל פון פסח זאל זיין, מיר פארשטיין גארנישט סאיז טאקע נישט לאגיש אבער דאס איז דוקא וואס מיר ווילן און טוען, אזוי האבן אונדזערע עלטערן געטאן און פארטיג?
כמיין האסט בעסער טשענסעס ביי די וואס ליידער אויפגעהערט באגראבן די ריכטיגע מעסעדשעס מיט סילווער פאפיר.
דער זילבער פאפיר איד ווייסט וואס פסח איז עם קענסטו נישט לערנען.
כמיין האסט בעסער טשענסעס ביי די וואס ליידער אויפגעהערט באגראבן די ריכטיגע מעסעדשעס מיט סילווער פאפיר.
דער זילבער פאפיר איד ווייסט וואס פסח איז עם קענסטו נישט לערנען.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 121
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 11:08 am
- האט שוין געלייקט: 32 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל
יאיר, די שרייבסט שענער ווי שיין. אזוי מיר נישט דיר נישט, ארויסגעריקט א מייסטער שטיקעל צווישען ווישען דישעס און אראפשלעפן די טעיפ פון פריזער
וואס איך וויל פארשטיין איז:
אויב
די פארגלייכסט עס צו זאכען וואס זענען נאבעלע מעשים בעצם.
אויב די זאכען כשלעצמם זענען נישט מיינונגספול , נאר סתם מ'קען זיך אינספייערען אויב מ'טרייט שטארק, קען מען לויט דעם ווערן פינקט אזוי אינספייערט ווען מ'זאל יעצט באשליסען אז מ'גייט לכבוד פסח רוקען 25 מאל אלע דאכענעס פון די הויז פון איין עק שטוב צו די אנדערע!
דיין חבר האט אויבנאויף דיך געזאגט בדווקא אן איינדרוקסלאזע, אדער אפשר נעגאטיווע ענטפער! דער פסח האט קיין טיפע מיינונג ביי מיר. די גאנצע וואס ס'איז דא איז וואס די זעהסט. סימבאלען אהן מיינונגען!
איז די געים צו טרעפן אינספיירעישאן אין יעדע נער'ישע אקט אדער מימרא?
וואס איך וויל פארשטיין איז:
אויב
. אוןחמץ און מצה זענען ביידע נייטראלע זאכן, זיי האבן מיט חירות און שעבוד גאנץ ווייניג איינגעלייגט
דעמאלט וואס איז די מעלה מיט די זאכען אין איטסעלף.די סימבאלן האבן נישט קיין באדייט. מען קען זיי נישט ערקלערן פאר איינעם וואס האט דאס נישט דורכגעלעבט, ווייל פאר אים מיינען זיי טאקע גארנישט.
די פארגלייכסט עס צו זאכען וואס זענען נאבעלע מעשים בעצם.
אבער די סימבאלען וואס דיין חבר יאגט זיך צו טוהן איז מיינונגסלאז פאר זיך.עס ליגט אים אבער יא אין די ביינער ווי אינמיטן סדר איז זיין טאטע געלאפן ראטעווען דאס לעבן פון א איד אין א סכנה.
אויב די זאכען כשלעצמם זענען נישט מיינונגספול , נאר סתם מ'קען זיך אינספייערען אויב מ'טרייט שטארק, קען מען לויט דעם ווערן פינקט אזוי אינספייערט ווען מ'זאל יעצט באשליסען אז מ'גייט לכבוד פסח רוקען 25 מאל אלע דאכענעס פון די הויז פון איין עק שטוב צו די אנדערע!
דיין חבר האט אויבנאויף דיך געזאגט בדווקא אן איינדרוקסלאזע, אדער אפשר נעגאטיווע ענטפער! דער פסח האט קיין טיפע מיינונג ביי מיר. די גאנצע וואס ס'איז דא איז וואס די זעהסט. סימבאלען אהן מיינונגען!
איז די געים צו טרעפן אינספיירעישאן אין יעדע נער'ישע אקט אדער מימרא?
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
יניק וחכים,
בעצם ביסטו גערעכט, א סימבאל מוז נישט האבן קיין אינערליכע באדייט. למשל, א סימבאל פון הארץ מיינט ליבשאפט, כאטש די פיס האט די זעלבע חלק אין די ליבשאפט ווי די הארץ. ממילא טעארעטיש וואלט מען געקענט רוקן דאכענעס און דאס זאל ווערן א סימבאל.
אבער למעשה זוכן מענטשן יא אז עס זאל האבן עפעס א באדייט, אויב א סימבאל איז ממש ליידיג האבן מענטשן עס נישט ליב און מען וועט פרובירן צוצושטעלן עפעס א באבע מעשה אלס א הסבר (וזהו סוד כל הלעגענדעס), און אזוי אויך מיט אלע פסח'דיגע חומרות האט מען צוגעשטעלט עפעס מאדנע ראציאנליסטישע סיבות. למעשה פארשטיי איך אז עס האט זיך נישט אנגעהויבן מיט די ראציאנאליסטישע סיבות, נאר פארקערט, אזוי ווי מ'האט געהאט אזא תשוקה צו איבערגעבן ווייטער די מסורה האט מען זיך געזוכט תירוצים פארוואס מ'מוז אלעס נאכטון פון די עלטערן, און ווי אזוי מען קען אויפקומען מיט פרישע סימבאלן.
אויסער דעם האלט איך אז עס ליגט עפעס טיפער דערין. בקיצור נמרץ, היות פסח האט באקומען א באדייט פון זיך באגרעניצן דאס עסן וכדו', האבן מענטשן געשפירט אז זיי מוזן כסדר מוסיף זיין גדרים, ווייל דאס וואס איז שוין אסור איז דאך שוין נישט אינטערעסאנט צו אסר'ן, האט מען געהאלטן אין איין אויפקומען מיט פרישע זאכן וואס מען טאר נישט טון.
עס איז מעגליך טאקע אז כדי עס זאל געשען א טויש וועט מוזן קודם פאסירן א דראסטישע רעוואלוציע וואו אידן וועלן חלילה אוועקווארפן אלעם הייליגן און נאר שפעטער צוריקקומען, אזוי ווי מ'האט געזען ביי די תשובה באוועגונג פון די זעכציגער יארן. איך האף אבער אז די גאולה זאל פאסירן מיט וואס ווייניגער חבלי משיח.

נולד מאוחר האט געשריבן:יאיר, פארוועם האפסטו אזוי שטרק פאר דיר, אדער פאר די קליינע פראצענט פרעקשנטע אידן וואס ווילן דוקא אז די סימבאל פון פסח זאל זיין, מיר פארשטיין גארנישט סאיז טאקע נישט לאגיש אבער דאס איז דוקא וואס מיר ווילן און טוען, אזוי האבן אונדזערע עלטערן געטאן און פארטיג?
כמיין האסט בעסער טשענסעס ביי די וואס ליידער אויפגעהערט באגראבן די ריכטיגע מעסעדשעס מיט סילווער פאפיר.
דער זילבער פאפיר איד ווייסט וואס פסח איז עם קענסטו נישט לערנען.
עס איז מעגליך טאקע אז כדי עס זאל געשען א טויש וועט מוזן קודם פאסירן א דראסטישע רעוואלוציע וואו אידן וועלן חלילה אוועקווארפן אלעם הייליגן און נאר שפעטער צוריקקומען, אזוי ווי מ'האט געזען ביי די תשובה באוועגונג פון די זעכציגער יארן. איך האף אבער אז די גאולה זאל פאסירן מיט וואס ווייניגער חבלי משיח.
האדם לא נברא אלא להתענג
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 121
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 11:08 am
- האט שוין געלייקט: 32 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל
איך הער. למעשה א דורכשניטליכער מענטש וואס מאלט אדער פרעזענטירט א הארץ סימבאל, פארשטייט ער די באדייט וואס ליגט אינטער איר. ס'איז דא א מוח/הארץ וואס האט געגועים וואס ווערט ארויסגעברענגט דורך עס.
אין אונזער מצב דא קען מען זאגען אז 98% פראצענט מענטשן (עט ליעסט) ווייסען נישט קיין טיפערע באדייט צוצושטעלן צו די אלע מנהגים און געטועכצער, חוץ פון וואס דו רופסט ”מאדנע ראציאנליסטישע סיבות." דאס מאכט מיך טראכטען אז אדער, די ערפינדער פונעם הארץ סימבאל האבען בעסער פארשטאנען ווי אזוי צו פרעזערווירען די טיפקייט און אמת'קייט אירע. אדער אז ס'איז קיינמאל קיין טיפערע באדייט נישט געווען.
די זאך וואס שטופט אונז צו זאגען אז ס'איז זיכער געווען עפעס טיפער'ס, איז לוט ווי איך פארשטיי, פשוט אז ס'איז שווער פאר אונז שלום צו מאכען אז אזויפיל חכמים, אדער מענטשן בכלל, זאלען טון זאכען וואס האבען נישט מער ווי אזעלכע ”מאדנע ראציאנליסטישע סיבות." אבער די אומגלויבליכעס שפילט זיך אפ פארנט פון מיינע אויגען כסדר. איך זעה מענטשן וואס האבן א גוטע הבנה און ביזנעס און אין אנדערע זאכען, און ווען ס'קומט צו די אזויגערופענע 'סימבאלס' קען זיך דאכטען אז מ'רעדט צו א דריי יעריג אינגעל! זיי רעכענען זיך נישט מיט די געווענליכע קאנצעפטן און כללים. סתירות זענען נישט קיין סתירות און פירכות קיין פרכות!

- אפטעמיסט
- חבר ותיק
- הודעות: 2352
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
- געפינט זיך: אין מאחורי
- האט שוין געלייקט: 2515 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל
[tag]יאיר[/tag], דיין ארטיקל איז איינע פון די שטערקסטע ארטיקלען וואס זענען, לדעתי, אמאל געשריבן געווארן אין די היסטאריע פון קאווע שטיבל. צו וועמען איך רעד נאר, מיין טאטע, שווער, ווייב און חברים, זאג איך וועגן דעם מאמר און אלע דערקוויקען זיך ביז טרערן. מיום עמדי על דעתי האב איך בויך-וויי פסח פון די אלע זינלאזע חמרות און מנהגים. מילך טרינק מען, אבער טשאקלעט נישט. מאסט פונעם שמש יא, אבער פאטעטא טשיפס חלילה וחס.
כ'קען ממש זאגן אז כ'האב ביזן לייענען דעם אשכול פשוט נישט הנאה געהאט פונעם יום-טוב. ס'האט מיר געקרענקט ביז טיילאנאל די אלע באבע מעשיות און שטותים, און כ'פלעג אנגעקוקן די אלע איבערגעטריבענע פשטלאזע מנהגים ווי אן אינסאלט פאר מענטשהייט. כ'האב פשוט נישט געהאט א לאגישע תירוץ זיך נישט צו מישן וכדו'.
דאס אלעס האט זיך געטוישט נאכן לייענען דיינע הייליגע, ציפעדיגע, מורא'דיגע שורות , און ווי דו רופסט עס "די פשוט'ע אבער דורכגרינגליכע ווערטער האבן מיר בארירט ביז די טיפענישן פון מיין נשמה". ס'איז ממש לא יאומן! החייתני!

- געוואלדיג
- חבר ותיק
- הודעות: 3930
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
- געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
- האט שוין געלייקט: 6582 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל
יאיר איך ווייס נישט צו איך מעג זאגן אבער האסט מיר געכאפט אין סורפרייז, איך ליין מיר אזוי די ארטיקל און איך קוק איינמאל און נאכאמאל מי ומי הכותב, איך האב ממש נישט געקענט צו זיך קומען פון דיינע ריכטיגע און אפנהארציגע רייד וואס דו האסט געשריבן ווען עס וואלט ווען מעגליך געווען וואלט איך דיר געלייקט כמה וכמה פעמים ועכשיו שלא זכינו יהי רצון כאילו וכו'
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-
-יין שרף-