בלאט 1 פון 1

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 9:26 pm
דורך [NAMELESS]
א בילד פון דעם נפטר (גענומען פון דא)
בילד

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 9:27 pm
דורך שמואל הלוי
בד"ה

בן כמה היה?

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 2:23 am
דורך הדד בן בדד
האט הרב גרינבערג קינדער אין וויזשניץ אדער נאר אין ליובאוויטש, איך קען צוויי פון זיינע קינדער, און זוהן און א איידעם וועלכע זענען ביידע ליובאוויטשער.

און אז מ'רעדט שוין, ווי אלט איז ער געווען?

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 2:33 am
דורך Starbucks
אויף פראפעסאר גרינבערג, ווי מיר האבן עם גערופן, איז דא אסאך צו שרייבן און צו זאגן אבער אויפן שפיץ גאפל, ער איז געוועהן פון די מענטשן וואס לאזן א רושם אויף אלע ארום זיך. זיין חן, זיין כאריזמא, ער איז געוועהן צום באווונדערן. אויך איז דער פראפעסאר געוועהן אן ערשט קלאסיגקער רעדנער און סיפורים פארציילער. ער האט זיך געהאלטן פאר א חסיד פון די ריזשינע גזע, און אויך, ווי שוין דערמאנט, פונעם אמרי חיים ז"ל. ער האט מיר געזאגט אז דער אמרי חיים האט אים חתונה געמאכט און אויסגעצאלט זיין ערשטע חודש דירה געלט. ער איז געוועהן א ריכטיגע חסיד, נישט קיין געמאכטע זאכן. ער פלעגט רעדן מיט בענקשאפט פון די טישן און תפילות וואס ער האט מיטגעהאלטן אין וויזניץ, ווי אויך ביים הוסיאטינער.

ער האט מיר אמאל דערציילט אז די חברים זיינע, לובאוויטשער חסידים, (ער האט געוואוינט אין קראון הייטס) מיט וועם ער פלעגט פארברענגן פלעגן אים אלץ פריינדליך טשעפן פארוואס ער ווערט נישט א לובאוויטשער חסיד. ער פלעגט זיי ענפערן "פיין, אבער וואס זאל איך טוהן אז איך האב אן אלטן רבי אין בני ברק וואס קומט אריין פרייטאג פאר נאכט אין שול אריין און זאגט (דא האט ר' עקיבא אנגעהויבן זאגן מיטן וויזניצער נוסח פון מנחה ערב שבת) 'הודו לד' כי טוב כי לעולם חסדו'. דאס פלעגט זיי שטיל מאכן פאר א שטיק צייט אבער דערנאך עודך". "ביז איין חול המועד סוכות", דערציילט מיר פראפעסאר גרינבערג, "זעמער געזעצן אין די סוכה און פארברענגט מיט די חברים ווען זיי האבן ווייטער כדרכם געפרעגט פארוואס ער ווערט נישט א לובאוויטשער חסיד. האב איך זיי געזאגט עד כאן, "ווילט עטס טאקע וויסן? וועל איך אייך זאגן. ווייל איך האב אן אלטן רבין אין בני ברק (געזאגט מיט א ברום פון א ניגון) וואס איך האב ליב אהבת נפש, וואס שבת אינדערפרי זאגט..." (דא האט ר' עקיבא ווידער אנגעהויבן זאגן מיטן וויזניצער נוסח) "אוי וויי וויי נשמת כל חי,,, תברך את שמך השם אלוקייאייאייני, אזוי האב איך אויסגעזאגט גאנץ נשמת פונקט ווי דער רבי ז"ל פלעגט זאגן, און נאכן ענדיגן נשמת האב איך געחאלישט. מער האבן זיי מיר שוין נישט געטשעפעט" האט פראפעסאר גרינבערג אויסגעפירט מין זיין סיגניטשער שמייכל.

יהא זכרו ברוך

בילד
פראפעסאר גרינבערג אין זיין קלאס-צימער אין טורא קאלעדזש אין בארא-פארק

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 7:55 am
דורך ידען
Welcome back Starbucks

כאב דיר שוין געוואלט פרעגן ווי דו ביסט.

לויף נישט אוועק. שרייב אביסל מער.

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 11:13 am
דורך קאווע טרינקער
אזא געלערנטע מענטש, קען חלש'ן פון א וויזניצע נוסח?
וואס מיינט דאס?
אז וויזניצע נוסח איז טאקע עפעס נשמה-שפארך, אדער אז יעדע מענטש האט זיך זיינע שוואכקייטען?

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 12:39 pm
דורך John Doe
מ׳וואלט געדארפט טוישן דער פאנט צו טיימס נו רוימען ווי דער נפטר וואלט פארלאנגט (אינסייד דשאוק, ער פלעגט פארלאנגען פונקליכקייט און פראפעסינאליזם פון זיינע סטדענטן אויף גאר א הויכען סטאנדארט).

חבל על דאבדין ולא משתכחין

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 12:54 pm
דורך לעמיל
John Doe האט געשריבן:מ׳וואלט געדארפט טוישן דער פאנט צו טיימס נו רוימען ווי דער נפטר וואלט פארלאנגט (אינסייד דשאוק, ער פלעגט פארלאנגען פונקליכקייט און פראפעסינאליזם פון זיינע סטדענטן אויף גאר א הויכען סטאנדארט).

חבל על דאבדין ולא משתכחין

אז די זאגסט א דשאק דארף עס יעדער פארשטיין נישט נאר די אינסייד חברה :cry:

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 1:45 pm
דורך chasid

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 1:46 pm
דורך chasid
קאווע טרינקער האט געשריבן:אזא געלערנטע מענטש, קען חלש'ן פון א וויזניצע נוסח?

ער איז בכלל נישט די איינציגסטע, פרעג די אלע מורדים צו זיי קענען זיך געזעגענען פונם וויזשניצער נוסח..

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 10:41 am
דורך קאווע טרינקער
chasid האט געשריבן:http://theantitzemach.blogspot.com/2012/05/reb-dr-akiva-greenbergs-seder-niggunim.html

ייש"כ
זייער אינטערסאנט