בלאט 1 פון 4

מנהג שטות אדער מקור

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 1:23 am
דורך גאלד
איך עפן אשכול איבער סיי וועלכער ענין וואס מ'זעהט געוויסע מענטשן זענען זיך נוהג און איר זענט מסופק צו ס'האט בכלל א מקור,

מיין ערשטע

איז דא עפעס א מקור פארן נישט פארקויפן חמץ גמור פאר פסח? אזוי האט עפעס מיין ווייב אזא מנהג כאנאך דערווייל נישט געטראפן קיין מקור צו דעם,

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 1:35 am
דורך DotCom
דו האסט פארגעסן אז דאס פארקויפן איז וואס דארף דער מקור דא, מבער זיין דעם חמץ איז דער פשוטער וועג.

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 1:35 am
דורך מצטמק ויפה
גאלד האט געשריבן:
מיין ערשטע

איז דא עפעס א מקור פארן נישט פארקויפן חמץ גמור פאר פסח? אזוי האט עפעס מיין ווייב אזא מנהג כאנאך דערווייל נישט געטראפן קיין מקור צו דעם,

עיין ב"ח סימן תמח, וא"ר שם סק' ג.
והטעם, כיון דמעיקר הדין לא תקנו מכירת חמץ אלא לאלו שיש להם הפסד מרובה.

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 1:38 am
דורך ונבנתה העיר
איך האב געקענט א איד וואס פלעגט אינגאנצן נישט פארקויפן, באמרו: ס'איז נישט מחזי כחוכא וטלולא, עס איז טאקע א חוכא וטלולא...

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 1:43 am
דורך גאלד
דער "מחזי כחוכא וטלולא" סברא איז זיכער א מנהג שטות, לפענ"ד, דער חמץ איז פארקויפט הונדערט פארצענדיג ע"פ חוקי דת תורתינו

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 2:06 am
דורך רויטע וואנצעס
איז דא א מקור צום משוגעת פון מאנכע נישט צו קויפן בלומען לכבוד שבת בימי הספירה?

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 2:30 am
דורך אי איתמר
גאלד האט געשריבן:דער "מחזי כחוכא וטלולא" סברא איז זיכער א מנהג שטות, לפענ"ד, דער חמץ איז פארקויפט הונדערט פארצענדיג ע"פ חוקי דת תורתינו

י"א מכירת חמץ ע"פ דת תורתינו איז סך הכל א מנהג ישראל צו ווייזן אז מ'וויל מבטל זיין די חמץ,
אבער צו זאגן אז עס איז א ריכטיגע מכירה ע"פ הלכה איז נישט אזוי פשוט,
עכ"פ נישט צו פארקויפן חמץ גמור איז זיכער נישט קיין שטות..

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 2:38 am
דורך אי איתמר
איז דא א מקור צו די שטארק אויפגעכאפטע מנהג צו קויפען בלומען ער"ש?

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 4:57 am
דורך שטילע אינגערמאן
מיין שוואגער עסט די פיש מיט די הענט, יעצט פסח האב איך כסדר געגעסען אינאיינעם און יעדעס מאל האב איך מיך געעקעלט פון פריש.
איז דא א מקור צו דעם?

און זיך אפווישען די פישעדיגע הענט אינעם כאלאטעל נאכן עסען איז יא דא א מקור?
(די היינטיגע אדמורי''ם הייסט נישט קיין מקור ביי מיר, סארי)

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 5:08 am
דורך ישמעאל הכהן
יא, ביי חסידים פירט מען זיך צו עסן די פיש מיט די הענט צוליב דעם פסוק, וכל דגי הים בידכ''ם ניתנו.

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 9:49 am
דורך George
ונבנתה העיר האט געשריבן:איך האב געקענט א איד וואס פלעגט אינגאנצן נישט פארקויפן, באמרו: ס'איז נישט מחזי כחוכא וטלולא, עס איז טאקע א חוכא וטלולא...



גאלד האט געשריבן:דער "מחזי כחוכא וטלולא" סברא איז זיכער א מנהג שטות, לפענ"ד, דער חמץ איז פארקויפט הונדערט פארצענדיג ע"פ חוקי דת תורתינו



איבער דעם "מחזי כחוכא וטלולא" טוט זיך שוין אין די ראשונים א ערנסטער וויכוח, למעשה נעמט מען אהן אזוי ווי אונז פיר מיר זיך היינט.

וועגן דעם איד איז אינטערעסאנט צו וויסן צו ער האט עפעס א ערנסטער מקור, אדער סתם א חומרא אויף די אייגענע האנט.

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 10:51 am
דורך הערשי
מקור לאכילת שיירי מצה עם איי-צוויבל עד שבועות.

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 11:09 am
דורך עפל סיידער
אי איתמר האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:דער "מחזי כחוכא וטלולא" סברא איז זיכער א מנהג שטות, לפענ"ד, דער חמץ איז פארקויפט הונדערט פארצענדיג ע"פ חוקי דת תורתינו

י"א מכירת חמץ ע"פ דת תורתינו איז סך הכל א מנהג ישראל צו ווייזן אז מ'וויל מבטל זיין די חמץ,
אבער צו זאגן אז עס איז א ריכטיגע מכירה ע"פ הלכה איז נישט אזוי פשוט,
עכ"פ נישט צו פארקויפן חמץ גמור איז זיכער נישט קיין שטות..

דער שו''ע הרב איז שטארק מאריך דערין פארדעם איז חב''ד מער מחמיר אויפען קנין עד כדי זיך באניצען מיט אן ערב קבלן.

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 1:15 pm
דורך גאלד
ביטול איז אינגאנצן א אנדערע רעיון ווי מכירה,
ביטול איז מטעם הפקר און עס ברויך זיין בלב שלם, (ע"פ הר"ן) דאס מיינט אן קיין חשבונות אז ער גייט עס צוריקנעמען נאך יו"ט
אויב איינער נעמט זיין חמץ אין לייגט עס ערגעץ אין מיטן וואלד ווי ע"פ דרך הטבע גייט קיין שום מענטש עס טרעפן, מיטן חשבון עס צו צוריק אפנעמען נאך פסח, איז עס נישט מבוטל, ס'ווערט נאך פארעכנט ברשותו, און ס'חמץ שעבר עליו הפסח,
ווידער מכירה איז אנדערע רעיון, מכירה הייסט אז ס'לגמרי נישט ברשותי, ס'פארקויפט פארן גוי, ד"ה אפי' ער האט האט א חשבון נאך פסח עס צו צוריק אפקויפן, איז קיין שום פעלער, אזוי לאנג אז אום פסח האט ער דער גוי אפגעקויפט כדת וכדין בכל פרטי' ודיקדוקי'

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 1:19 pm
דורך מצטמק ויפה
הערשי האט געשריבן:מקור לאכילת שיירי מצה עם איי-צוויבל עד שבועות.

דרכי חיים ושלום אות תרל"ג. משום חביבות המצווה.
און פארוואס דווקא ביי די איי-צוויבל, איז מן הסתם ווייל עס איז גוט.

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 1:33 pm
דורך גאלד
איז דא א מקור צו לאזן א שטיקל חלה אויפן טיש שבת נאכן בענטשן?

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 1:38 pm
דורך מצטמק ויפה
גאלד האט געשריבן:איז דא א מקור צו לאזן א שטיקל חלה אויפן טיש שבת נאכן בענטשן?

מחבר הלכות ברכות המזון סימן ק"פ סעיף ב': כל מי שאינו משייר פת על שלחנו אינו רואה סימן ברכה לעולם וכו'
מג"א: דהברכה אינו שורה על דבר ריק וכו '

נאר א גאנצע וואך איז עס שווער צו טוען.

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 2:01 pm
דורך גאלד
ס'קוקט מיר עפעס אויס אז דער מקור איז נאר בשעת בהמ"ז? איך זעה נישט ווי ס'מוכרח אז מ'רעט פון 24 שעה א טאג

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 7:51 pm
דורך איחוד פעלד
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:מיין שוואגער עסט די פיש מיט די הענט, יעצט פסח האב איך כסדר געגעסען אינאיינעם און יעדעס מאל האב איך מיך געעקעלט פון פריש.
איז דא א מקור צו דעם?

און זיך אפווישען די פישעדיגע הענט אינעם כאלאטעל נאכן עסען איז יא דא א מקור?
(די היינטיגע אדמורי''ם הייסט נישט קיין מקור ביי מיר, סארי)


פסח עסט מען נישט פיש מיט די הענט. הענט זענען מצה'דיג, און די פיש איז וואסערדיג. נו, געבראקס.

נשלח: מיטוואך מאי 14, 2014 3:11 pm
דורך smartinof
איז דא א מקור צו זיכען א מקור???
הלכה איז דער איינציגער זאך וואס אונזער גאט איז מחייב, אדער אויב איינער לערנט לאסוקי שמעתתא מעג ער טוהן לויט וויאזוי עס איז אים אויסגעקומען און די סוגיא, כשיטת המשכנעת של הגר"א והחזון איש, אבער די אלע דברים של מה בכך [ואולי של שטות] יא מקור נישט מקור אטו וואס עס קוקט דיר אויס ראציאנאל און שכל'דיג, האסט א געפיל צו טוהן א געוויסע זאך, דארפסטו נישט קיין מקור, אדער בעסער געזאגט ביסטו דער מקור, דער גאנצער געזוכערציע איז א לאכעדיגע זאך, ו

נשלח: מיטוואך מאי 14, 2014 10:19 pm
דורך דריידל
איז דא א מקור צו געבן צוויי קליינע jumps ווען מ'טרעט צוריק נאך שמונה עשרה?

נשלח: מיטוואך מאי 14, 2014 10:46 pm
דורך מצטמק ויפה
והנה בענין במה שנוהגין העולם שלאחר שחזרו מהג' פסיעות בסיום תפילות שמונה עשרה למקומן הראשון, שמגביהים רגליהם כמו שעושין בקדושה באמירת קדוש קדוש כו', לא מצאתי מקור ע"ז. ( מנהג ישראל תורה סימן קכ"ג)

נשלח: מיטוואך מאי 14, 2014 11:08 pm
דורך דריידל
ביי מעריב זענען דא אסאך מענטשן וואס זאגן "ובהם נהגה יומם ולילה", זאגן זיי נעהעגע אנשטאטס נעגע. איך האב נאכנישט געטראפן קיין איין סידור וואס איז אזוי געפינטעלט און רוב מענטשן וועם איך הער דאווענען זאגן גרייזיג.