בלאט 1 פון 6

ליפא זינגט מיט פרוי

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 2:19 pm
דורך ידען
כאב מיך געווינדערט אז כאב נישט געזעהן קיינעם שרייבען דא וועגען ליפא שמעלצער האט געשפיעלט און געזינגען צוזאמען מיט א פרוי.

ליפא האט געשפיעלט די fidler on the roof און ער איז טויביה און א פרוי זינגט דארט צוזאמען מיט איהם אלץ זיין ווייב און זיי פרעגען זיך אויב זיי האבען זיך ליעב און נאך זאכן.

וואס זאגט מען דא צו עס?

מעג מען זינגען מיט א פרוי?

מעג א חסידישע זינגער זינגען מיט א פרוי?

ווער איז יענע פרוי וואס זינגט העכער און שטארקער ווי איהם?

ווער גייט איהם יעצט נעמען פאר א שמחה?

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 2:20 pm
דורך סאשי פיש
קודם א בילד.

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 2:21 pm
דורך יין שרף
ידען האט געשריבן:ווער גייט איהם יעצט נעמען פאר א שמחה?


די זעלבע וואס האבן אים גענומען ביז איצטערט...

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 2:23 pm
דורך אפטעמיסט
וואו איז דאס געוועהן?

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 2:28 pm
דורך [NAMELESS]
ס'דא א ווידיא?

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 2:32 pm
דורך עפל סיידער
מעגליך ער טוט דאס מקרב צו זיין נדחי ישראל לעצטענס הערט מען פילע היתירים בנוגע צו מקרב זיין שוואכערע...

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 2:47 pm
דורך פלעין יודיש
איך מיין אז ס'איז באמת נישט קיין פרוי
נאר א זכר, בבחינת איד איד ווי איז דיין בארד

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 2:55 pm
דורך ארבעס
עס איז זיין ווייב

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 5:57 pm
דורך ידען
ראשעקאל האט געשריבן:ס'דא א ווידיא?

יא. כאב עס אויף whatsapp

סיז נישט זיין פפרוי.

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 6:04 pm
דורך סמיילי
עס איז געווען און אר סי סי, קען זיין עס איז געווען א האוםווארק...

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 6:54 pm
דורך יואליש
ליפא האט געשפילט "טוביה דער מיליכיגער" אין א "פידלער אויף די ראף" פערפארמענס ביי RCC קאמיוניטי קאלעדזש ארט פערפארמענס סטודענטען, ווי ליפא איז אויך א סטודענט. די מוזיקעל האט אסך ניגונים געזינגן מיט פרויען. אנדערש פון די אריגינעלע שפיל, איז אונזער היימישע טוביה זייער נזהר געווען נישט אנצורירן קיין פרוי, און ס'איז געווען זייער מערקבאר. ס'האט אויך צוגעגעבן צו די אוטענטישקייט.

ס'איז פילייכעט איראניש ווי ליפא האט געשפילט טוביה די קערעקטער וואס זעהט זיינע דריי טעכטער "גליטשן" פון טראדיציע וואס ער האלט אזוי טייער און אינטעגראל צו זיין עקזיסטענץ. ווי באקאנט, קודם האט איין טאכטער חתונה מיט א דארפסמאן א שניידער אן א שדכן, טוביה אז בדיעבד מסכים. א צווייטע טאכטער האט חתונה מיט א רוסישע מאדערענע רעוועלוציענער, אבער פארט א איד, און טוביה איז ווייטער קוים אין צרות מסכים. די דריטע טאכטער האט חתונה מיט א גוי און א קאנפליקטע טוביה איז נישט מסכים אפי' בדיעבד און באטראכט איר אלס א געשטארבענע אין די משפחה, הגם די מוטער, פאר וועם טוביה האט דאס קדחת, איז פיל ווארימער און איר באנעמונג מיט די לעצטע טאכטער.

ליפא האט נארוואס געענדיגט זיין דריטע און לעצטע פערפארמענס, אין וואס ער האט אין א פארפלייצונג פון טרערן דערקלערט אז מ'קען נאר אזויפיל בייגן די טראדיציע איידער מ'ווערט גענצליך צובראכן, און ער האט געצויגן א שטרייך אין דער ערד ביי אסימילאציע (דאס איז די סקריפט פון די שפיל, נישט זיינע ווערטער).

אנדערש פון זיין בראדוועי שאוי, איז ליפא דא נישט געווען די דירעקטאר און האט נאכגעפאלגט א טראדציאנאלע שפיל מיט א טראדיציאנאלע סקריפט און מסתם אסך קאוטישינג און פראקטיצירונג. די חילוק איז געווען הימעל און ערד. ליפא האט אראפגעברענגט די דאך פונעם געפאקטע זאל. ער האט באקומען די געלעכטער און די געוויינעריי פון די ביישאויער.

פאר א חסיד ווי מיר איז נישט געווען שווער צו אידענטיפיצירן די חסיד אויפן סטעידזש, פון זיין זיך שאקלן ביים דאווענען און צינדן שבת לעכט, ביז זיין קלאטשן ביים מזרז זיין די טעכטער לקראת שבת. ווי אויך איז אריינגעפאלן די חסידיש-ענגליש גראמאטיק געציילטע מאל. פארענט פון מיר איז געזיצן א סאטמאר'ע מאמע מיט איר טאכטער און האבן זיך געשאנקן בליקען יעדעס מאל וואס דער חסיד האט זיך אריינגע'גנב'ט אין זיין שפראך.

די טאטעל פערפארמענס איז געווען א היט.

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 7:47 pm
דורך ונבנתה העיר
זיך אונטערזינגענ'דיג 'sunrise sunset' זאגט מיר א בחור מיט ds אז ער קען דאס פון ליפא, זינגט ער דאס אויף איינע פון זיינע רעקארדס אדער האט ער געזעהן א וידיאו פון די פערפארמענס?

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 7:49 pm
דורך איחוד פעלד
ווער איז געוועהן דער רב וואס טאנצט מצוה טאנץ?

בדרך אגב, עס איז כדאי צו זעהן דער אריגינאלער טעביע אויף אידיש.

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 7:54 pm
דורך יואליש
ונבנתה העיר האט געשריבן:זיך אונטערזינגענ'דיג 'sunrise sunset' זאגט מיר א בחור מיט ds אז ער קען דאס פון ליפא, זינגט ער דאס אויף איינע פון זיינע רעקארדס אדער האט ער געזעהן א וידיאו פון די פערפארמענס?


די אורה אודיאו פסח שנת קידוש החמה האט געהאט דעם ניגון פון ליפא, sunrise sunset, צוגעפאסט צו נייע ענגלישע ווערטער. זייער שיין.

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 8:00 pm
דורך טיטאניק
קען איינער פילייכט ארויף לייגען א ווידאו?

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 8:01 pm
דורך יואליש
נאדיר, [tag]ונבנתה[/tag], די Oorah ניגון פון קידוש החמה.

http://www.oorah.org/vsk2/audio/626/sunrise-sunset.aspx

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 8:11 pm
דורך ביבער
איך האב אמאל געזינגען די sunrise, sunset ניגון אויף ממקומך סגעווען א היט, די אינגעלייט האבן מיטגעזינגען בהתלהבות און די עלטערע האבן זיך געווישט די טרערן פאר נחת.

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 8:16 pm
דורך יואליש
ביבער האט געשריבן:איך האב אמאל געזינגען די sunrise, sunset ניגון אויף ממקומך סגעווען א היט, די אינגעלייט האבן מיטגעזינגען בהתלהבות און די עלטערע האבן זיך געווישט די טרערן פאר נחת.


ס'ניגון זיצט זייער אומגעדולדיג אויפן ריטעם. שווער צו האבן א עמך עולם מיטזינגן און ארויסבאקומען די שיינקייט פונעם ניגון. א חלק פון די שיינקייט איז אויך די ווארעמע חופה, די געפיל פון עלטערן פון ובא השמה וזרח השמש וואס ווערט ארויסגעברענגט ביים שפיל, מיט וואס דאס ניגון איז געקניפט און געבינדן.

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 8:20 pm
דורך קאווע טרינקער
פאר אומוויסענדע ווי מיר, נאדיר די היסטוריה פון די מעשה/שפיל

דער פידלער אויפן דאך איז גאר א פאפולערער מוזיקאלישע פארשטעלונג און פילם געשפילט אויף דער ענגלישער שפראך, וואס איז פעסטגעשטעלט אויפן בוך טעוויע דער מילכיקער, געשריבן געווארן דורך שלום עליכם. דער ערשטער באשטראל פון דער פארשטעלונג איז געווען 1964 אין בראדוועי.

דער העלד פון די מעשה איז חיים טאפאל וועלכער שפילט אלס טעוויע (טביה). ער וואוינט אין אנאטעווקע, רוסלאנד, מיט זיין ווייב גאלדא און פינף טעכטער.

טעוויע שפיגלט אפ א תמימות'דיגער טראדיציאנאלער גא-ט'ס פארכטיגער יוד. דער עיקר וואס די מעשה ברענגט ארויס איז די טויש אין דעם לעצטן יארהונדערט, אז אנשטאט גיין צום שדכן (אין דעם פאל יענטע די שדכנ'טע - מאלי פיקאן) און דער טאטע זאל מאכן דער באשלוס וועמען די קינדער זאלן הייראטן, באשלוסן זיי דאס אליינס לויט זייער געפיל און וועם זיי גלייכן.

ביים ערשטן קינד, צייטל, וועלכע פארליבט זיך אין מאטל דער שניידער, גיט איר עס דער טאטע נאך נאכדעם וואס זי בעט זיך ביי אים אז זי וויל נישט הייראטן לייזער וואלף דער קצב ווי ער האט אפגעשמועסט. אזוי אויך ביי דער צווייטער טאכטער האדל וואס וויל הייראטן מיט פידשיק, א רעוואלוציאנער, גיט ער איר אויך נאך. אפילו זי וויל פארן קיין סיביר אים באזוכן און ער ווייסט אז מעגליך וועט ער זי מער נישט זען און זי וועט לכאו' נישט האבן קיין טראדיציאנעלע חתונה.

אבער ביי דער דריטער און זיין געליבטסטע טאכטער, חוה'לע, וואס פארליבט זיך אין פעטריק א גוי, קען ער שוין נישט איינשטימען מיט דעם און ער האקט אפ מיט איר.

די פילם ענדיגט זיך ווי מען פארטרייבט די יודן פון אנאטעווקע, און טעוויע פארט קיין ניו יארק, אמעריקע. לייזער וואלף קיין שיקאגא און יענטע קיין א"י.

דער פילם האט אסאך ווערטער וואס אן ערליכער יוד טאר נישט ארויסזאגן פון מויל, ווייל עס גרעניצט זיך מיט חוזק און חוצפה כלפי מעלה.

דער נאמען "אַ פֿידלער אױפֿן דאַך" איז באשיינט געווארן פון מארק שאגאלס געמעל.

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 8:24 pm
דורך ביבער
אמת סגעווען מער אז איך בין געווען סאלא און דער עולם (היודעים) האבן מיטגעברומט, ממש ווי ביי די חופה.

די אריגינאל.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=nLLEBAQLZ3Q[/youtube]

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 8:28 pm
דורך נאך א פשט
פלעין יודיש האט געשריבן:איך מיין אז ס'איז באמת נישט קיין פרוי
נאר א זכר, בבחינת איד איד ווי איז דיין בארד


ביז יעצט איז נאר געווען ווי די בארד יעצט איז אויך ווי די איד
בבחינת לקינו בכפלים

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 9:16 pm
דורך ונבנתה העיר

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 9:36 pm
דורך מנשה לוסטיג