בלאט 1 פון 1

הרה״ק רבי ישעיה קערעסטיר זצוק״ל

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 2:39 pm
דורך ארבעס
ווייסט עמיצער מער פרטים,
ווי ליגט ער?
איך הער עס רוישט וועגן דעם. מ׳פארט.....
דעם קימענדיגע שבת איז דער יארצייט.
כ׳האב חשק צי דעם.

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 2:30 am
דורך איך אויך
ווער לאזט דיך נישט?

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 5:14 am
דורך לאליפאפ
ער ליגט אין קערעסטיר, אונגארן.

געב א זוך אויף ווי ס'איז נישט דא קיין מייז אין אונגארן, דארט...

נשלח: דאנערשטאג מאי 08, 2014 8:43 pm
דורך לאליפאפ
פארמעקט.

יעצט באמערקט אז די אשכול איז אין אחיעזר האב איך גערוקט מיין ארטיקל צו א נייעם אשכול אין אנשי שם.

viewtopic.php?f=42&t=6393

נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2019 12:06 am
דורך שמעון וואלף
לעצטענס איז די הייליגע ר' ישעי'לע זי"ע געווארן פון די הויפט קערעקטערס אויף וואטסעפפ ווי יעדע צווייטע שמויגער דערציילט אפענע מופתים וואס ער האט אליינס בייגעוואינט בזכות ר' ישעי' ב"ר משה - אדער וועסטיך בייגן אנישט וועט מען דיר איבערלייגן.
ס'ווינדערט מיר נאר פארוואס האט קיינער עס נישט געזאגט פאר היטלער'ן און אזוי וואלט מען פטור געווארן פון די גאנצע אוישוויץ?

נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2019 12:29 am
דורך איסר האטלקי
מ'האט מורא געהאט עס צו פארשפרייטן כדי היטלער זאל נישט פוקד זיין ציונו הק' און ארויסקוועטשן א זיכערע פארניכטיגונג אויף כלל ישראל רח"ל.

נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2019 2:46 pm
דורך יעקב מענטש
שמעון וואלף האט געשריבן:לעצטענס איז די הייליגע ר' ישעי'לע זי"ע געווארן פון די הויפט קערעקטערס אויף וואטסעפפ ווי יעדע צווייטע שמויגער דערציילט אפענע מופתים וואס ער האט אליינס בייגעוואינט בזכות ר' ישעי' ב"ר משה - אדער וועסטיך בייגן אנישט וועט מען דיר איבערלייגן.
ס'ווינדערט מיר נאר פארוואס האט קיינער עס נישט געזאגט פאר היטלער'ן און אזוי וואלט מען פטור געווארן פון די גאנצע אוישוויץ?

ליצנות אהער ליצנות אהין, דער אינגערמאן מיט די אמאזאן מופת האט אויך אזוי אמאל גערעדט.

נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2019 2:49 pm
דורך אישתישבי
שמעון וואלף האט געשריבן:לעצטענס איז די הייליגע ר' ישעי'לע זי"ע געווארן פון די הויפט קערעקטערס אויף וואטסעפפ ווי יעדע צווייטע שמויגער דערציילט אפענע מופתים וואס ער האט אליינס בייגעוואינט בזכות ר' ישעי' ב"ר משה - אדער וועסטיך בייגן אנישט וועט מען דיר איבערלייגן.
ס'ווינדערט מיר נאר פארוואס האט קיינער עס נישט געזאגט פאר היטלער'ן און אזוי וואלט מען פטור געווארן פון די גאנצע אוישוויץ?



ווייל די רשעים האבן געוויסט אז טאמער א איד זאגט עס איז עס אווער, האבן זיי געשאסן פאר מען האט געקענט זאגען.

נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2019 7:57 pm
דורך רביה''ק זי''ע
יעקב מענטש האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:לעצטענס איז די הייליגע ר' ישעי'לע זי"ע געווארן פון די הויפט קערעקטערס אויף וואטסעפפ ווי יעדע צווייטע שמויגער דערציילט אפענע מופתים וואס ער האט אליינס בייגעוואינט בזכות ר' ישעי' ב"ר משה - אדער וועסטיך בייגן אנישט וועט מען דיר איבערלייגן.
ס'ווינדערט מיר נאר פארוואס האט קיינער עס נישט געזאגט פאר היטלער'ן און אזוי וואלט מען פטור געווארן פון די גאנצע אוישוויץ?

ליצנות אהער ליצנות אהין, דער אינגערמאן מיט די אמאזאן מופת האט אויך אזוי אמאל גערעדט.

עיין כאן ותמצא נחת.

נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2019 12:13 am
דורך חתן בחור
איך אליינס האב שוין בייגעוואוינט אפענע מופתים פון ר׳ ישעי׳לע קערעסטירער.

כ׳געדענק עס נאך ווי היינט. כ׳האב אמאל געוואלט האבן א בילד פון ר׳ ישעי׳לע אויף מיין קאמפיוטער בעקגראונד, בין איך געגאנגען און כ׳האב עס אריין געסקענט מיט מיין סקענער (ס׳איז געוועהן נאך פאר׳ן אינטערנעץ). גייט נישט דורך קיין צוויי מינוט און מיין קאמפיוטער׳ס מייז איז געשטארבען.

כן יאבדו כל אויביך ה׳.

נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2019 3:32 pm
דורך יעקב מענטש
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:לעצטענס איז די הייליגע ר' ישעי'לע זי"ע געווארן פון די הויפט קערעקטערס אויף וואטסעפפ ווי יעדע צווייטע שמויגער דערציילט אפענע מופתים וואס ער האט אליינס בייגעוואינט בזכות ר' ישעי' ב"ר משה - אדער וועסטיך בייגן אנישט וועט מען דיר איבערלייגן.
ס'ווינדערט מיר נאר פארוואס האט קיינער עס נישט געזאגט פאר היטלער'ן און אזוי וואלט מען פטור געווארן פון די גאנצע אוישוויץ?

ליצנות אהער ליצנות אהין, דער אינגערמאן מיט די אמאזאן מופת האט אויך אזוי אמאל גערעדט.

עיין כאן ותמצא נחת.

עיינתי שם ואין זה נוגע לכאן כלל.

איך רעד נישט פון קיין מעשיות געדרוקט אין א גליון ווי מ'שאפט געלט פאר א מוסד, איך רעד פון זאכן וואס איך האב געהערט פערזענליך פון די נושעים.

רבותי! ס'איז זייער שווער צו גלייבן מופתים ובפרט ווען מ'האלט זיך 'קלוג' אבער איינמאל מ'שפירט דאס אויף די אייגענע הויט טראכט מען גאר אנדערש, און יא! איך פערזענליך האב שוין בייגעוואוינט עפעס וואונדערליך.

נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2019 7:35 pm
דורך רביה''ק זי''ע
כ'האב נישט געלייקנט אינעם עקזיסטענץ פון נסים, איך אליינס האב שוין אויך בייגעוואוינט מופתים, כ'האב נאר געזאגט אז מ'קען קיינעם נישט גלייבן. ס'דא מענטשן וואס פילן זיך פאר גאט'ס פארזארגער צו פארשפרייטן אמונה, און איינס פון די וועגן איז דורך באקן מעשיות, והדברים עתיקין.

נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2019 11:16 pm
דורך חתן בחור
יעקב מענטש האט געשריבן:רבותי! ס'איז זייער שווער צו גלייבן מופתים ובפרט ווען מ'האלט זיך 'קלוג' אבער איינמאל מ'שפירט דאס אויף די אייגענע הויט טראכט מען גאר אנדערש, און יא! איך פערזענליך האב שוין בייגעוואוינט עפעס וואונדערליך.

נו איז וואס? גוט פאר דיר! גלייבן דארף מען אינעם אייבירשטען און אין זיין תורה. ס׳איבעריגע איז up for debate.

אז די האלטסט מ׳דארף גלייבן אלעס וואס מ׳הערט אנעם נוצן די שכל, מאכסטו א חוכא ואיטלולא פון גאנץ יודישקייט.