אשכול פאר גייסטיש-אומסטאבילע ניקס

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2921 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3230 מאל

אשכול פאר גייסטיש-אומסטאבילע ניקס

שליחה דורך אפטעמיסט »

[justify]ווי באקאנט האט זיך 'קאווע שטיבל' אויסגעברייטערט אויף א ריזן פארנעם, און ווערט היינט פאררעכענט אלס די סאמע שטערקסטע, און מערסט-אויפגעכאפטע היימישע נייעס קוואל.
אויסער די נייעס און טיפזינגע, פילדייטיגע שמועסן, איז 'קאווע שטיבל' דער גאזעט און שופר פון דאס יהדות החרדית, וואס פארמאגט נישט קיין איין איינציג אויפריכטיגע ליטעראטורישע ווערק, סיי געדריקט און סיי אויפן געוועב.

עס איז א נחת צוצוזעהן ווי מיט יעדער פארבייגייענדער טאג וואקסט אונזער שטיבל לאורכה ולרוחבה. עס מערן זיך אונזערע מעמבערס כחול הים, וכאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ. פארשטייט זיך, אז כשם שאין פרצופיהן שווין כך אין נקיהם שווין, און יעדער ניק האט זיך זיין אייגנארטיקייט און אריגינעלקייט. אבער הצד השווה, אז יעדער גיבט עפעס צו צו דאס מקום.

אונזער קהילה איז מער-ווייניגער צעטיילט אין אפאר קאטעגאריעס: די מער פרומערע פראקציע, די מער מאדערענע (רח"ל), אויבער-חכמים, אונטער-חכמים, סארקאסטישע, ערענסטע, אויפגעקלערטע, יושבי חושך — און טייל וואס זענען גאר אזא כמו טשאקלעד-ווענילע בלענד, ד"ה א געמישאכטס פון עטליכע סארט לאגערן.

נעמט א ביישפיל אזא איינער ווי [tag]יאיר[/tag]. פון איין זייט נעמט זיין דאווענען מער ווי צען מינוט (פרום), מאידך גיסא גייט ער גלעזער מיט דיקע הענטלעך (מאדערן), ער שפאט אפ פון שריפת הלולבים (אויבער-חכם), פארשטייט זיין חבר וואס יאגט זיך ערב פסח (אונטער-חכם), הערט נישט אויף טרייבן ליצנות (סארקאזם), מקפיד אויף די ערשטע מצוה אין דער תורה (ערענסט), בקיצור, ממש א בלענד.

איך וועל מיר באגנוגענען מיט איין משל, אבער דער עולם כאפט וואס איך מיין.

אלנפאלס, יעדער גע'מל'טער אייניקעל פון אברהם געפינט זיך דא דאס פלאץ. איז אבער דא איין סעקטע —צי גרופע — פארשוינען, וואס זענען לעת עתה נישט קיין חלק פון 'קאווע שטיבל' — און דאס איז דער כת המטורפים. אקעי, כ'ווייס ס'וועלן זיין איצט מאנכע וואס וועלן טייטלן מיט'ן פינגער על דא ועל הא, אבער נאך אלע מעשיות זענען נישטא דא קיין ערענסטע נערווען קראנקע. און ס'איז באמת נישט יושר; משוגעים קענען זיין זיס. און לאמיר זיך נישט נער'ן: איר קענט זיין זיכער אז טייל רעגיסטרירטע ניקס זענען נישט מיט אלעמען, אלא מאי? אדער האבן זיי נישט די נויטיגע קוואליפיקאציעס צו שרייבן, אדער זענען זיי ביישנים בטבע און האבן מורא וואס די א.ג. 'נארמאלע" וועלן טראכטן וועגן זיי.

דערפאר האב איך מחליט געוועהן צו עפענען א ספעציעלער אשכול לכבודם וואו זיי וועלן זיך קענען שפירן פריי צו רעדן אפילו נארישקייטן און דברים של מה בכך. דא וועט הערשן טאלעראנץ און רעספעקט אויפן העכסטן פארנעם. ציניזם און סארקאזם איז שטרענג פארבאטן, און וועט אין קיין שום פאל נישט טאלערירט ווערן.

דער אשכול וועט פונקציאנירן ווי א משוגעים-הויז. דהיינו, דא וועט מען ארום וואקן לאכענדיג על לא דבר, און ארויסלאזן מאדנע מאיומ'דיגע קולות. עס איז רעקאמענדירט פאר 'געזונטע' צו שטיין ווייט און ניטאמאל עפענען דעם אשכול.

אקעי, כ'ווער שוין אליין משוגע.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר