"בעל מכשיר"
נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 6:11 pm
מיר אלע קענן גוט דער דין פון עד אחד נאמן באיסורין. מיר קויפן פרודאקטן פון יידישע קאמפאניס, אבער דאך וועל מיר פארלאנגן א "הכשר".
פארוואס?
ווייל די הלכה איז נישט בלינד, און מיר דארפין אויך קיין בלינדע נישט זיין.
ווען איינער האט א ביזנעס, איז דא א גרויסע רייץ צו 'קוטן קורנערס', ממילא מוזן מיר צוקומן צו אן אוטסאייד כשרות ארגנעזאציע אדער רב וואס זאל פעסטשטעלן די כשרות.
מיינן מיר אז לולא די השגחה וואלט א ייד פארקויפט חזיר במקום כשר-פלייש?
אוודאי נישט. אבער קולות און פארזעענישן יא.
אצינד, רבותי, לאמיר זיך מתבונן זיין איבער רבנים און דיינים. איך מיין קיינעם פארזענליך נישט ח"ו.
דו האסט א הארבע הלכות ריבית שאלה, און דו שטייסט צו פארלירן אסאך געלט. רופסט א רב, ער זאגט אז עס איז אסור - אין חכמה ואין תבונה נגד ה'.
דערמאנסט זיך אז דו האסט א חבר א גרויסער ת"ח, א למדן און א בעל הוראה. גייסט אריבער צו אים, פארציילסט אים דיין פרובלעם.
ער לייגט זיך אריין אין די שאלה און "טרעפט" תשובות ספרים, "ארבייט" אויס א היתר. און דו פארלירסט נישט אזויפיל.
כידוע דאס איז דער פאקט, הן לגבי ריבית, חושן משפט (פרוביר רעדן צו א דיין בנוגע א "טעות עכו"ם" שאלה), חמץ, הלכות שבת.
איצט, לאמיר צוריקקומען צו הכשרים.
דער רב באקומט א גרויסע סכום געלט פון מר. פלוני אלמוני.
מר פלוני אלמוני איז אויך א שטיצער פון דעם רב'ס שול אדער ישיבה.
עס מאכט זיך א גרויסע שאלה. מען קען מחמיר זיין אדער מקיל זיין. מחמיר זיין מיינט נישט אז דער פרודאקט וועט פשוט נישט זיין צו באקומן, אדער אז עס וועט דערפן גטוישט ווערן אן אינגרידיענט. מחמיר זיין איז פשט אז דער בעל הקאמפאני מר. פלוני אלמוני וועט פארלירן א סכום גדול. אז זיין קונקארענט וועט קענן צושטעלן א סאך א ביליגירע און בעסרע פרודאקט.
דער נסיון פון דער רב איז גרויס, כמובן.
וואס איז אונזער גאראנטי אז דער רב גייט נישט אוועקנויגן פון די הלכה?
עד אחד נאמן באיסורין?
דאס האב איך אן דעם רב אויך!