בלאט 1 פון 2

שבועות ביינאכט

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 4:13 pm
דורך שמיטה
וויאזוי פארברענגט איר ליל א דשבועות?

איר זענט אויף א גאנצע נאכט? אין ביהמ"ד צו אינדערהיים?

איר לערנט א גאנצע נאכט, אדער א געמשאקע זמן אויסצולופטערן אקטועלע טעמעס מיט חברים? (אדער רעדט איר גארניט אויס ביז כתר)

וואס איז די אטמאפערע ביי אייך אין ביהמ"ד? שטילע ברומערייען פון אידן וואס זאגן תיקון ליל שבועות? א שטילקייט צוליב א גרויסע ציבור וואס האלט אינמיטן איינהאנדלן א כולל פלעק אויפן שטערן? אדער גאר לעבעדיג, מ'טיילט סעלצער, קאווע....וכו'

איך האב געעפענט דעם אשכול אין "פארברענגן אפטיילונג", ווייל איך וויל נישט ווידמען די אשכול איבער די גרויסקייט און הייליגקייט פונעם נאכט כמבואר בספרי קודש.

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 4:16 pm
דורך זר זהב
ווען איז שבועות בד"וו ?

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 4:19 pm
דורך שמואל הלוי
זר זהב האט געשריבן:ווען איז שבועות בד"וו ?

נעקסטע וואך שבת איז ערב שבועות, זונטאג און מאנטאג איז שבועות (דריי טעג יו"ט).

וועט זיין גענוג צייט צו שלאפן שבת נאכמיטאג אויפצוזיין ביינאכט, מ'טאר אבער נישט אינזין האבן אז ס'איז פאר שבועות, נאר אז ס'איז לכבוד שבת.

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 4:22 pm
דורך זר זהב
WOW איך געדענק נישט אזאנס. ווען איז דאס לעצטע מאל געווען שבת ערב שבועות ?

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 4:28 pm
דורך שמואל הלוי
שמיטה האט געשריבן:וויאזוי פארברענגט איר ליל א דשבועות?

מ'פארברענגט נישט... ס'איז א הייליגע נאכט, מ'רעדט נישט קיין דברים בטלים, און מ'עסט נישט צופיל, כדי נישט מיד צו ווערן. ווי אויך גייט מען צום רבינ'ס טיש וואס איז אויך א ענין פון תיקון ליל שבועות ווי צדיקים האבן געזאגט אז ת'ערוך ל'פני ש'לחן מאכט אויך ת'יקון ל'יל ש'בועות.

איר זענט אויף א גאנצע נאכט?

אוודאי א גאנצע נאכט, ביז משיכיר צו ליינען קרי"ש בעפארן זיך לייגן

אין ביהמ"ד צו אינדערהיים?

וואס איז די שאלה? אוודאי אין ביהמ"ד ברוב עם הדרת מלך

איר לערנט א גאנצע נאכט

צו ממש לערנען א גאנצע נאכט? המממ.. מ'זאגט תיקון ליל שבועות, און מ'גייט צום רבינ'ס טיש, און מ'לערנט אויך אין די צייט וואס בלייבט.

אדער א געשמאקע זמן אויסצולופטערן אקטועלע טעמעס מיט חברים? (אדער רעדט איר גארניט אויס ביז כתר)

חלילה וחלילה, די וואס שמועסן זאלן ענדערש גיין שלאפן וועלן זיי מער אויפטוהן ווי איידער פארברענגען מיט חברים און רעדן דברים בטלים א גאנצע נאכט

וואס איז די אטמאפערע ביי אייך אין ביהמ"ד? שטילע ברומערייען פון אידן וואס זאגן תיקון ליל שבועות? א שטילקייט צוליב א גרויסע ציבור וואס האלט אינמיטן איינהאנדלן א כולל פלעק אויפן שטערן? אדער גאר לעבעדיג, מ'טיילט סעלצער, קאווע....וכו'

נישט שטיל און נישט לעבעדיג, די קול הערט זיך בערך ווי ביי א מנין אמירת תהלים.

ס'איז צוגעשטעלט קאווע און טיי, און אביסל מזונות, ווער ס'וויל נעמט פון צייט צו צייט, אבער ס'איז נישט קיין געכאפעכטס אדער לעבעדיגע שטיפעניש.

איך האב געעפענט דעם אשכול אין "פארברענגן אפטיילונג", ווייל איך וויל נישט ווידמען די אשכול איבער די גרויסקייט און הייליגקייט פונעם נאכט כמבואר בספרי קודש.

נאר איבער וואס יא?

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 4:28 pm
דורך שמואל הלוי
זר זהב האט געשריבן:WOW איך געדענק נישט אזאנס. ווען איז דאס לעצטע מאל געווען שבת ערב שבועות ?

תשנ"ח

זעלבע יאר ווען ס'איז לעצטע מאל געפאלן ערשטע טאג פסח שבת.

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 5:29 pm
דורך לעמיל
וואוו א לאנגע צייט צירוק

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 5:49 pm
דורך שמואל הלוי
מ'קען שוין זיין א חתן בחור און נישט געדענקן (שוין דורך 14 יאר זינט דעמאלס, + עטליכע יאר פון ווען מ'הייבט אן געדענקן זאכן)

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 6:06 pm
דורך לעמיל
שמואל הלוי האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:WOW איך געדענק נישט אזאנס. ווען איז דאס לעצטע מאל געווען שבת ערב שבועות ?

תשנ"ח

ווען איז געווען איינמאל פאר דעים?

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 11:13 pm
דורך אבי גערעדט
תשס"ו איז אויך אזוי געווען

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 11:24 pm
דורך געפילטע פיש
שמואל הלוי האט געשריבן:
שמיטה האט געשריבן:וויאזוי פארברענגט איר ליל א דשבועות?

מ'פארברענגט נישט... ס'איז א הייליגע נאכט, מ'רעדט נישט קיין דברים בטלים,



דיבוק חבירים אידאך איינער פון די מ"ח דברים שהתורה ניקנית בהם, ווי קען זיין א בעסערע הכנה פאר קבלת התורה?

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 10:16 am
דורך שמואל הלוי
געפילטע פיש האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:
שמיטה האט געשריבן:וויאזוי פארברענגט איר ליל א דשבועות?

מ'פארברענגט נישט... ס'איז א הייליגע נאכט, מ'רעדט נישט קיין דברים בטלים,



דיבוק חבירים אידאך איינער פון די מ"ח דברים שהתורה ניקנית בהם, ווי קען זיין א בעסערע הכנה פאר קבלת התורה?

שתי תשובות בדבר: ערשטנס ס'שטייט נישט "דיבוק חברים, ס'שטייט "בדקדוק חברים", און צווייטנס אין די זעלבע משנה שטייט אויך איינע פון די קניני התורה "במיעוט שיחה".

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 3:34 pm
דורך א איד
איך רעד נישט אויס ביז כתר

איך זאג אין ביהמ"ד תיקון ליל שבועות אויב עס בלייבט איבער צייט לערנט מען
דערנאך גייט מען צום רבינס טיש, נאכן טיש ביים עלות גייט מען אין מקוה, דערנאך ליינט מען קריאת שמע, דערנאך רוהט מען זיך אפ ביז שחרית

א איד

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 3:43 pm
דורך שמואל הלוי
א איד האט געשריבן:דערנאך גייט מען צום רבינס טיש

וועלכע רבי?

א איד האט געשריבן::oops: :oops: :oops: מיט גרויס בושה וחרפה מוז איך מודה זיין אז מ'האט מיר געפאקט ביי די מעשה
אז איך
:oops:
:oops:
:oops:
באלאנג נישט אין ערגעץ :oops: :oops: :oops:

viewtopic.php?p=9195#p9195

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 3:47 pm
דורך א איד
דאס אז איך בין א רבי אליינס טראכסטו נישט?

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 4:07 pm
דורך [NAMELESS]
איך בין נישט אזוי עהרליך ווי די טייערע אידן דא. יא, איך זאג תיקן ליל שבועות. אבער איך גיי אמאל אין פאליש כאפן א שמועס מיט א חבר, מ'טרונקט סעלצער און מ'מאכט א ווערטעל.. וכו'.. אין מקווה גיי איך ווענד זיך ווי מיד איך בין דעמאלץ

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 4:57 pm
דורך א איד
אבי גערעדט האט געשריבן:תשס"ו איז אויך אזוי געווען


קוק איבער די לוח

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 5:04 pm
דורך שמואל הלוי
תשס"ו איז געווען פרייטאג און שבת.

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 10:47 pm
דורך העלא
איך געדענק אז די לעצטע מאל איז געווען נ"ח און נ"ה און נ"ב,

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 1:46 am
דורך געפילטע פיש
העלא האט געשריבן:איך געדענק אז די לעצטע מאל איז געווען נ"ח און נ"ה און נ"ב,

פאר נ"ב געדענקסטו נישט? נא, ווערסט שוין אלט...

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 1:54 am
דורך זר זהב
איין זאך וואס איך האב באמערקט יאר נאך יאר איז אזוי, ווען דו זעהסט א מענטש קומט אריין ווילד הייליג אויפגעהייטערט מיט זיין תיקון און ער נעמט זיך שאקלען מיט א ברען ער זעצט זיך נישט אראפ, ער גייט שטיין! און פאנגט אן מיט א געשריי "בראשית ברא אלוקים את השמים ווייס הארץ, וועהאאאאאארעטס הייתה תוהו... אא"וו , --- קום צוריק א האלבע שעה שפעטער דער זעלבער מענטש שנארכעטסט אין זיבעטען הימל אויף זיין שפייעכטס נאסן דורכגעווייקטען תיקון אויפגעמישט ביי חיי שרה.

דער אנדערער מענטש קומט אריין באשיידן אן קיין גרויסע השגות ער זעצטסעך אראפ און ער ענדיגט זיין תיקון. בדוק ומנוסה.

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 10:05 am
דורך לעמיל
א איד האט געשריבן:דאס אז איך בין א רבי אליינס טראכסטו נישט?

א דיין האב איך געויסט מיר האבען דא אבער א רבי......... וועלכאם טא די כלאב

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 12:08 pm
דורך איך אויך
אלע לייקערס זענען דעם רבין'ס חאסידים?