בלאט 1 פון 1

אמעריקאנער

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 5:46 am
דורך סקאטש טעיפ
איך זעה אז מען האט געהעריג אוועגענומען מיין נעכטיגע אשכול קען זיין אז עס איז נישט געווען געשריבן כראוי וועל איך עס יעצט שרייבן מיט א שענערע לשון
מיין שאלה איז ס'איז א פאקט אז אמעריקאנער האבן א שענערע אויסקיק און א שענערע הדרת פנים, איז מיין שאלה צו איז דאס א טבע אין די בריאה אז ווען מען ווערט געבוירן אין א פלאץ קיקט מען אויס אזוי אין א אמעריקאנער אינגעל באקימט זיין חן פשוט ווייל ער איז געבארן דארט אדער האט עס צוטון וועגן אנדערע סובות צו ווייל א אמעריקאנער ווייסט זיך בעסער צו באפיצען אויסציקוקען שענער אדער אולי וועגן עפס אנדערש
לאמור הערן וואס עטס האטס צוזאגן ווייל איך האב שוין לאנג אריינגעטראכט און דעם און איך האב נאכאלס נישט קיין נאמאלע תשובה

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 10:08 am
דורך איש עברי
איך פערזענליך האלט אז כינעזער זענען שענער, איך האב א חבר וואס גייט פאר אינדיאנער, איטס ע מעטטער אפ טעיסט

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 10:18 am
דורך שמעקעדיג
סקאטש טעיפ האט געשריבן:ס'איז א פאקט אז אמעריקאנער האבן א שענערע אויסקיק און א שענערע הדרת פנים

חוץ מזה וואס דו האסט מיט איין וויש מיטן האנט אפגע'פסל'ט די הדרת פנים פון א דריי-פערטל וועלט, איז דיין פאקט בכלל נישט קיין פאקט. אבי גערעדט. וכמ"ש איש עברי.
עס פעלט עפעס שיינע צורות אין ארץ ישראל? אין אייראפע? איך קען הערן אז דו ביסט נישט געוואוינט צו די שיפע כינעזער/יאפאנעזער אויגן; אבער אמעריקאנער האבן ביידע, שיינע און עקלדיגע צורות.

לענ"ד איז דער אשכול נישט פאסיג. אפשר קענסטו פרעגן ווי אזוי עס ארבעט אין יעדע מדינה האט מען אנדערע סארט פרצופים, אבער פסק'ען נישט אפ ווער איז שענער......

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 1:33 pm
דורך סקאטש טעיפ
ענק וויסען גאנץ גוט וואס איך מיין איך רעד נישט פון די גויים איך רעד פון די היימישע יונגלעך מיט בחורים מיט די געקראזעלטע בלאנדע פיאות די באחנטע אמעריקאנער שטעלט און שאטן א יעדעם אנדערשט

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 1:57 pm
דורך שמעקעדיג
די ירושלימ'ער יונגלאך מיט זייער אייגנארטיגן חן זענען עניטיים אזוי שיין אויב נישט שענער.

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 1:57 pm
דורך ישמעאל הכהן
סקאטש טעיפ האט געשריבן:ענק וויסען גאנץ גוט וואס איך מיין איך רעד נישט פון די גויים איך רעד פון די היימישע יונגלעך מיט בחורים מיט די געקראזעלטע בלאנדע פיאות די באחנטע אמעריקאנער שטעלט און שאטן א יעדעם אנדערשט

דאס איז ווייל דו ביזט אויפגעוואקסן דא איז עס געווארן דיין טעיסט. מיינסטו אז יעדער האלט אזוי ווי דיר?

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 2:01 pm
דורך רויטע וואנצעס
די אמריקאנע אינגלעך זענען שיין אנגעגעסן, ממילא זענען די בעקעלעך אפשר אביסל גרעסער און מער שמן פון בשר גלאט. איך האף אז די סקאטש טעיפ וועט שוין אנהייבן קלעבן מיט די הסבר.

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 4:43 pm
דורך סקאטש טעיפ
איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט אז מ'זאל זאגן אויף א ירושלימער יונגעל אז ער איז שיין. אויף אמעריקאנער בחורים הערט מען עס כסדר

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 4:46 pm
דורך סלינקי
איך האב שוין יא געהערט

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 4:56 pm
דורך קאווע טרינקער
נחום? ס'פליען דא פייגלעך

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 5:11 pm
דורך ביבער
מידיע רעספאנד.

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 6:24 pm
דורך איש עברי
פעטיש אלערט

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 7:19 pm
דורך elter-zeide
דע מאנטריאלער יונגלעך מיט זייערע שיינע פיאות'לעך זענען שענער א ווי דע אמעריקנער, אין פון ירושלים נאך שענער

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 7:26 pm
דורך שטילע אינגערמאן
וואס וויל סקאטש טעיפ? א מין צודרייטען אשכול, די צענזור האט געכאפט א נעפ?
שוין אט אט ענדיגט זיך בין הזמנים אין די בחורים וועלען אפטראגען פון דא אין צודרייט מאכן אביסעל די משגיח אין אונז לאזן צורוה ביז נעקסטע בין הזמנים.

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 10:29 pm
דורך לאליפאפ
שטילע, האלטסט ער קומט פרעגן פארוואס ער אליין איז שיין?


נחום. קאל קענסל.

נשלח: מאנטאג מאי 12, 2014 3:51 pm
דורך סקאטש טעיפ
ok. אמתיג גערעדט ווען איך זע א בחור ווייס איך אויב ער איז אמעריקאנער אדער א אייארפיעישע אדער א ישראלדיגע אפילו אנע אים פרעגן, און איך מיין אז איך בין נישט די איינציגסטע
איז הערטס אויף מיט דו ליצנות ענפערסט מיך נארמאל פארוואס איז עס אזוי וואס מאכט אים אויסזען ווי א אמעריקאנער

נשלח: מיטוואך מאי 14, 2014 2:43 am
דורך George
סקאטש,
האסט נאך נישט מסביר געווען אויף וואס די בעיסט די פאקט אז אמעריקאנער זענען שענער.

די רעדסט פון זכרים אדער נקבות?

איך זעה נישט מיט וואס -אויב בכלל- אמעריקאנער זענען שענער, נעם למשל א רוסקי/אוקריינישער, חוץ וואס די נאז איז זיי א משהו גרעסער זענען זיי היבש שיין.

איין זאך קען יא זיין, קען זיין אז די דרייסט דיך אין בעסערע געגנטער וואס דער עולם גייט מער אריסטאקראטישער אהנגעטוהן, קוקן זיי אויס געשמאקער, ווס. א ספאנישע קאר סערוויס דרייווער וואס האט נאר 10.99 צו קויפן א טי-שירט.

נשלח: מיטוואך מאי 14, 2014 5:30 am
דורך Yossy
איך וואלט דיך געראטען צי מרחיב זיין אביסל די קשיא . ביי אמעריקאנער חסידישע בחורים איז דא א חיליק צווישען לדוגמא בארא פארק אדער אנדערע געגענטער? לאמר נעמען בארא פארק פילסטי אז עס איז דא א חיליק צווישען איין חסידות אין א צווייטע ? לדוגמא לאמיר קאמפערען א סאטמארע בחור צי א באבובער ?,איז עס מעגליך אז עס האט ציטון מיט די לבוש וואס כאפט דיך מער ? גראדע איז דא אסאך סאטמארע אידען וואס טיען אן שבת פאר זייערע בחורים א הויכע ביבער היט מיט א בעקיטשע אנשטאט די
סאטמערע פריסבי פלאטשיגע היט וואס איז נישט עפעס מוראדיג שיין אויף יעדען איינעם . סא ס"ה האט עס זיכער אסאך ציטין מיט די לבוש גלעזער היט וכו'. :D

נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 8:31 am
דורך סקאטש טעיפ
סקאטש טעיפ האט געשריבן:ok. אמתיג גערעדט ווען איך זע א בחור ווייס איך אויב ער איז אמעריקאנער אדער א אייארפיעישע אדער א ישראלדיגע אפילו אנע אים פרעגן, און איך מיין אז איך בין נישט די איינציגסטע
איז הערטס אויף מיט דו ליצנות ענפערסט מיך נארמאל פארוואס איז עס אזוי וואס מאכט אים אויסזען ווי א אמעריקאנער