וואו גיי איך אויף וואקאציע?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
לעב און לאך
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

וואו גיי איך אויף וואקאציע?

שליחה דורך לעב און לאך »

איך האב קיינמאל נישט געטראכט אז איך וועל דאס אמאל דארפן פרעגן. וואס הייסט, וואו גייט א איד אויף וואקאציע? קיין מיאמי! אויב שוין אביסל אויפגעקלערט, אוט אוו די באקס, כאפט ער זיך אריבער קיין קאילפארניע באזוכן יוניווערסאל סטודיאס זען וואו די אלע "עקשאן" מואוויס וואס ער וואטשט אונטערן דאכענע ווערן פרודוצירט. אבער דארט האב איך שוין באזוכט מער ווי איינמאל, יעצט וויל איך א טויש.

פונקט ווי אסאך מענטשן וואס די משפחה פארמערט זיך איז מיר נישט אויסגעקומען צו פארן אויף וואקאציע מיטן עזר שוין עטליכע יאר. דאכט זיך שוין דריי יאר נישט ארויסגעטרעטן פון די ניו יארקער זיפ-קאוד. אבער יעצט שפיר איך ווי עס אנטלויפט זיך שוין, איך דארף גיין אויף וואקאציע, אפילו בלויז אויף צוויי דריי טעג. אבי אוועק פון דא.

איך וועל אייך נישט סתם באלעסטיגן און געבן אן אויפגאבע פון מיך צושטעלן אן "אינטינערערי" אנע וויסן וואו בערך מיינע אויגן צילן. שוין געטראכט אסאך דערפון, שוין אפילו באשלאסן זיך צושטעלן מיט עמך בית ישראל און זיך נאכאמאל ארויפזעצן אויף א פליגער קיין מיאמי, אבער עס שמעקט מיר עפעס נישט, איך דארף א טשעינזש.

די מעשה איז אזוי, איך וויל נישט ספענדן 10 אדער אפילו 5 טויזנט דאלער אויף וואקאציע. 3 אלפים איז אקעי. איך האב געטראכט פון עטליכע ערטער:

- קאנקאן (מעקסיקא) - - - ס'דא גאר גוטע דיעלס אויף "אל אינקלאסיוו" וואקאציעס איבערן ברייטן נעץ, רוב פרייזן רעכענען אויך אריין די טיקעטס. די פראבלעם: נישטא קיין כשר כסן מען דארף אלעס מיטשלעפן. אז איינער איז שוין דארט געווען ביטע טיילט מיט וועלכע האטעלס זענען גוט, וויאזוי מען באגייט זיך מיט עסן א.א.וו.

- קאריביענס, באהאמאס - - - די גוטע דיעלס אויף "אל אינקלאסיוו וואקאציעס" אינאיינעם מיט עירפעיר קען מען אויך טרעפן צו די קאריביענס און באהאמעס. אז איינער האט ערפארונג מיט האטעלס און עסן ביטע מיטטיילן.

- ניעגרא פאלס - - - ס'איז מער "פלעין", אפשר פאר די אשת חיל וועל עס נישט געפעלן ווייל עס איז נישט אזוי "שטיקי" צו איבערדערציילן פאר די חברטעס אין קאנטרי, אבער לויט א חבר וואס איז דארט געווען קען עס זיין א גאר שיינע וואקאציע פאר צוויי-דריי טעג. איך הער אז עס איז דא א כשרע רעסטעראן אין די געגנט, אז איינער קען זאגן אויב עס איז גוט און ווען ער מאכט אויף פארן סעזאן וועל איך אים דאנקבאר זיין. אויך איז עס בלויז 1.5 שעה אוועק פון טאראנטא וואו מען קען זיך אריבער כאפן איין נאכט אויף א פיינע סאפער און אביסל מיטהאלטן די נייט-לייף ע"פ מנהג קאנאדע.

- קרוז - - - איך האב שוין עטליכע מאל געטראכט צו גיין אויף א קרוז, אבער יעצט ווען איך האב מיר אביסל אומגעקיקט זע איך אז עס קאסט א קנאפע 5 אלפים, דאס איז א חוץ די קאסט פארן פליגער צו און פון די שטאט וואו די שיפל אנקערט. אז איינער האט עקספיריענס מיט ביליגערע קרוזעס, און אויך אז איינער ווייסט וויאזוי מען באגייט זיך מיט כשר עסן, זאל ער זיך ביטע נישט שעמען און ארויפקומען דא אויפן באלעמער איבערגעבן די דעטאלן.
לייק מיין הודעה -- אבער ערשט לאמיר מאכן א סעלפי

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר