בלאט 1 פון 26

נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 9:31 pm
דורך יידל
אן אשכול מיוחד פאר קורצע נייעסן בעולם הוויסנשאפט, וואס, ווי דער אונטערקעפל פון דעם פארום לויטעט, איז כולל נאטור אין וויסנשאפט.

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 9:36 pm
דורך יידל
א נייע שטודיע ווייזט אז עסן טעיסט אנדערש ווען ס'איז קאלט ווי ווען ס'איז ווארעם. די שטודיע, וועלכע איז פובליצירט געווארן אינעם אקאדעמישן דזשורנאל "קעמאסענסארי פערסעפשאן", האט געגעבן פאר 74 מענטשן צו טרינקן ביטערע, זיסע, זויערע און אסטרינגענט געטראנקען צוויי מאל, איין מאל 5 צעלסיוס און נאך אמאל 35 צעלסיוס. ווי ס'שטעלט זיך ארויס האט די דעגרי פונעם געטראנק געהאט אן אפעקט אויף די ביטערקייט, אסטרינגענקייט און זויערקייט פון די געטראנקען, אבער נישט אויפן זיסען געטראנק.

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 9:44 pm
דורך שמואל הלוי
מ'דארף א שטודיע דערצו? ס'איז דאך א דבר ידוע לכל אז עסן טעיסט אנדערש ווען ס'איז קאלט ווי ווען ס'איז ווארעם.

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 10:14 pm
דורך יידל
שמואל הלוי האט געשריבן:מ'דארף א שטודיע דערצו? ס'איז דאך א דבר ידוע לכל אז עסן טעיסט אנדערש ווען ס'איז קאלט ווי ווען ס'איז ווארעם.

אבער האסטו געוויסט אז נאר ביטער, זויער און אסטרינגעט טוישט זיך אבער נישט זיס?

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 10:24 pm
דורך דבילה
וואס פונקטליך ווייזט די שטודיע, אז די עסן גופא טוישט זיך, אדער אז די מויל נעמט אנדערש אויף די טעם פון די עסן אלץ די סענסיטיווקייט פון די טעם-צעלן אין מויל?

די נפק"מ 'עט כאפן צו אנדערע מענטשן האבן די זעלבע חילוקים ציווישן קאלטס און ווארעמס.

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 10:30 pm
דורך שמואל הלוי
יידל האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:מ'דארף א שטודיע דערצו? ס'איז דאך א דבר ידוע לכל אז עסן טעיסט אנדערש ווען ס'איז קאלט ווי ווען ס'איז ווארעם.

אבער האסטו געוויסט אז נאר ביטער, זויער און אסטרינגעט טוישט זיך אבער נישט זיס?

אה! דאס איז שוין יא א חידוש.

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 10:45 pm
דורך יידל
דבילה האט געשריבן:וואס פונקטליך ווייזט די שטודיע, אז די עסן גופא טוישט זיך, אדער אז די מויל נעמט אנדערש אויף די טעם פון די עסן אלץ די סענסיטיווקייט פון די טעם-צעלן אין מויל?

די נפק"מ 'עט כאפן צו אנדערע מענטשן האבן די זעלבע חילוקים ציווישן קאלטס און ווארעמס.

אט איז א ציטאט פון די שטודיע פאפיר:
For some individuals, temperature alone can elicit taste sensations. These individuals seem to be more sensitive to tastes in general. What our work shows is that, in addition to these sensitive individuals, the temperature of a specific taste can affect how intense it tastes

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 9:25 am
דורך לאדיך אפ
ס'אינטערעסאנט אז מ'בעיזט די גאנצע סטאדי אויף 74 מענטשן.

צוקער מאכט נאריש

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 9:33 am
דורך יידל
א נייע שטודיע אויף ראטן ווייזט אז האבן א דיאטע פון הויך-פרוקטאז פאר אזוי ווייניג ווי 6 וואכן מאכט נאריש. עסן הויך-פרוקטאז אפעקטירט די מוח'ס טראכטן און געדענקען אייגענשאפטן, זאגן פארשער. די שטודיע איז פובליצירט געווארן נעכטן אין די דזשורנאל פון פיזיאלאגיע. די שטודיע איזדורכגעפירט געווארן אויף ראטן, אבער די פארשער טענה'ן אז די מוח כעמיסטריע פון ראטן איז זייער ענליך צו מענטשן.

בעפאר אנהייבן דעם עקספירימענט, האבן די פארשער אויסגעלערנט פאר די ראטן אדורכצוגיין א לאבירנט דורך נוצן וויזואע לענדמארקס (קאלירטע סימנים אינעם מאזע) דורך וועלכע די ראט האט געוויסט וויאזוי צו טרעפן די ריכטיגע וועג. דערנאך האבן די פארשער צעטיילט די ראטן אין צוויי גרופעס. איין גרופע האט אנשטאט איר וואסער אנגעהויבן באקומען בלויז -הויך-פראוקטאז קארן סירופ, די צווייטע גרופע האט אין צוגאב פון די קארן סירופ אויך באקומען אמעגא-3 פעטנס, וועלכע איז גוט פאר'ן מוח און הייסט אלס א טראכטען און געדענקען בוסטער.

נאך זעקס וואכן זיין אויף דעפ דיאטע האבן די פארשער אויספרובירט די מעגליכקייט פון די ראטן דורכצומאכן די לאבירנט. די רעזולטאטן פונעם שטודיע איז געווען אז די צווייטע גרופע וועלכע האט אויך באקומען אמעגא-3 פעטנס האבן דורכגעמאכט דעם מאזע פיל שנעלער ווי די ערשטע גרופע וועלכע איז געפיטערט געווארן בלויז קארן-סירופ.

ליציטאציע אויף נאטורליכע היסטארישע ארטיפעקטן

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 8:13 pm
דורך יידל
מאי 20 גייט פארקומען א ליציטאציע אויף היסטארישע נאטורליכע ארטיפעקטן, דורך העריטעדזש אוקשאנס. איינס פון די הייסטע חפצים אויף ליציטאציע איז די כמעט פולע סקעלעטאן פון א טיירענאסאורוס באטטאר. די סקעלעטאן איז בערך אכט פיס הויך און 24 פוס לאנג. עס ווערט געשאצט אז עס איז ווערד קרוב צו א מיליאן דאללער. די ליציטאציע גייט פארקומען אין צענטער 548, 548 וועסט 22 סטריט אין מאנהעטן ניו יארק. אלע ארטיפעקטען וועלכע וועלן ליציטירט ווערן, וועלן זיין אויף אויסשטעלונג פון מאי 17 ביז מאי 19.
בילד

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 8:56 pm
דורך יידל
יאנקל האט געשריבן:שיין! וואו איז דער טי-רעקס געליגן ביז היינט?

לויט די גארדיען ארטיקל דא, אין די גאבי מדבר אין מאנגאליע. אגב, לויט די ארטיקל איז דער טי-באטאר נאר א קוזין פאר טי-רעקס.

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 2:57 pm
דורך יידל
יאנקל, צו טוסטו נישט מישן צווישן טיירענאסאורוס און טארבאסאורוס?

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 4:51 pm
דורך יידל
אה, ישר כוח פארן אזוי שיין מסביר'ן.

נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 3:25 am
דורך נקודה
יידל האט געשריבן:א נייע שטודיע אויף ראטן ווייזט אז האבן א דיאטע פון הויך-פרוקטאז פאר אזוי ווייניג ווי 6 וואכן מאכט נאריש. עסן הויך-פרוקטאז אפעקטירט די מוח'ס טראכטן און געדענקען אייגענשאפטן, זאגן פארשער. די שטודיע איז פובליצירט געווארן נעכטן אין די דזשורנאל פון פיזיאלאגיע. די שטודיע איזדורכגעפירט געווארן אויף ראטן, אבער די פארשער טענה'ן אז די מוח כעמיסטריע פון ראטן איז זייער ענליך צו מענטשן.

בעפאר אנהייבן דעם עקספירימענט, האבן די פארשער אויסגעלערנט פאר די ראטן אדורכצוגיין א לאבירנט דורך נוצן וויזואע לענדמארקס (קאלירטע סימנים אינעם מאזע) דורך וועלכע די ראט האט געוויסט וויאזוי צו טרעפן די ריכטיגע וועג. דערנאך האבן די פארשער צעטיילט די ראטן אין צוויי גרופעס. איין גרופע האט אנשטאט איר וואסער אנגעהויבן באקומען בלויז -הויך-פראוקטאז קארן סירופ, די צווייטע גרופע האט אין צוגאב פון די קארן סירופ אויך באקומען אמעגא-3 פעטנס, וועלכע איז גוט פאר'ן מוח און הייסט אלס א טראכטען און געדענקען בוסטער.

נאך זעקס וואכן זיין אויף דעפ דיאטע האבן די פארשער אויספרובירט די מעגליכקייט פון די ראטן דורכצומאכן די לאבירנט. די רעזולטאטן פונעם שטודיע איז געווען אז די צווייטע גרופע וועלכע האט אויך באקומען אמעגא-3 פעטנס האבן דורכגעמאכט דעם מאזע פיל שנעלער ווי די ערשטע גרופע וועלכע איז געפיטערט געווארן בלויז קארן-סירופ.


ווייס איך נאך נישט צו אסאך צוקער מאכט נאריש אדער אמעגא 3 מאכט קלוג, פארוואס האט מען נישט פשוט איינגעטיילט די צוויי גרופעס צווישען גיווענליכע וואסער און פרוקטוס?

נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 11:18 am
דורך יידל
די טיירענאסעראוס איז פארקויפט געווארן פאר אביסל מער ווי א מיליאן דאללער צו אן אנאנימער קויפער וואס האט עס געקויפט על תנאי אז די פארקויפער באקומען קאורט עפפראוועל דאס צו פארקויפן. דער מאנגאליען פרעזידענט Elbegdorj Tsakhia טענה'ט אז די דיינעסאור באלאנגט צו זיין לאנד, ווייל לויט די געזעצן פון מאנגאליע טאר מען נישט ארויסטראגן פון דארט א פאססיל וועלכע איז דארט געטראפן געווארן. ער האט אריינגעגעבן א קלאגע און געריכט אנטקעגן די ליציטירער פונעם דיינעסאור. מארק נארעל, א בארימטער פעלעאנטאלעגיסט פון די אמעריקאנע מוזעאם אויף נאטורליכע היסטארי האט זיך אנגענומען פאר די מאנגאלישע צד, זאגנדיג אז גנב'נען נאטורליכע אוצרות איז א פראבלעם וועלכע פלאגט אסאך לענדער און מוז ווערן אפגעשטעלט פאר אלע קאסטן.

נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 11:24 am
דורך יידל
א נייע שטודיע פון אפריל 30, פובליצירט אנליין און דעם פרעסטיזשפולען זשורנאל "פאמיליע פסיכאלאגיע" לויטעט אז ווען א מאן און ווייב קריגן זיך מערקן זיי זייער גוט ווען איינער פון זיי ווייזט סימנים פון כעס אבער בו בזמן פארפאסן זיי צו באמערקן די געפילן פון טרויער וואס די מאן אדער ווייב האט צוליב דעם קריג. קייט סענפארד, דער פסיכילאג וואס האט אנטייל גענומען אינעם שטודיע זאגט, אז ווען די מאן אדער ווייב באמערקט אז דער אנדערער איז טרויעריג, קען דאס פירן צו א שנעלערער און שטערקער שלום. די עצה דעריבער איז, צו ווייזן אפענע סימנים פון טרויער בשעת א קריג, אזוי אז די מאן אדער ווייב זאל דאס נישט קענען פארפאסן.

נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 12:54 pm
דורך Espresso
ס'פשוט אזוי, האט איר שוין אמאל פראבירט זיך צו קריגען מיט א וויינעדיגע ווייב? ס'גייט נישט.

מצרישע צירונג פון ב'תרס געפינען געווארן אין ארץ ישראל

נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 2:17 pm
דורך יידל
אין די ארכעאאלאגישע גרעבונגען אין תל מגידו אין עמק יזרעאל, צפון ארץ ישראל איז געפינען געווארן מצרי'שע צירונג פון בערך יאר ב'תרס (אין די צייטן פון דוד'ס מלוכה). ווי פארשער טענה'ן, האט די צירונג באלאנגט פאר א כנענישע משפחה.
GOLD-RING-ISRAEl.jpg

נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 2:48 pm
דורך יידל
נקודה האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:א נייע שטודיע אויף ראטן ווייזט אז האבן א דיאטע פון הויך-פרוקטאז פאר אזוי ווייניג ווי 6 וואכן מאכט נאריש. עסן הויך-פרוקטאז אפעקטירט די מוח'ס טראכטן און געדענקען אייגענשאפטן, זאגן פארשער. די שטודיע איז פובליצירט געווארן נעכטן אין די דזשורנאל פון פיזיאלאגיע. די שטודיע איזדורכגעפירט געווארן אויף ראטן, אבער די פארשער טענה'ן אז די מוח כעמיסטריע פון ראטן איז זייער ענליך צו מענטשן.

בעפאר אנהייבן דעם עקספירימענט, האבן די פארשער אויסגעלערנט פאר די ראטן אדורכצוגיין א לאבירנט דורך נוצן וויזואע לענדמארקס (קאלירטע סימנים אינעם מאזע) דורך וועלכע די ראט האט געוויסט וויאזוי צו טרעפן די ריכטיגע וועג. דערנאך האבן די פארשער צעטיילט די ראטן אין צוויי גרופעס. איין גרופע האט אנשטאט איר וואסער אנגעהויבן באקומען בלויז -הויך-פראוקטאז קארן סירופ, די צווייטע גרופע האט אין צוגאב פון די קארן סירופ אויך באקומען אמעגא-3 פעטנס, וועלכע איז גוט פאר'ן מוח און הייסט אלס א טראכטען און געדענקען בוסטער.

נאך זעקס וואכן זיין אויף דעפ דיאטע האבן די פארשער אויספרובירט די מעגליכקייט פון די ראטן דורכצומאכן די לאבירנט. די רעזולטאטן פונעם שטודיע איז געווען אז די צווייטע גרופע וועלכע האט אויך באקומען אמעגא-3 פעטנס האבן דורכגעמאכט דעם מאזע פיל שנעלער ווי די ערשטע גרופע וועלכע איז געפיטערט געווארן בלויז קארן-סירופ.


ווייס איך נאך נישט צו אסאך צוקער מאכט נאריש אדער אמעגא 3 מאכט קלוג, פארוואס האט מען נישט פשוט איינגעטיילט די צוויי גרופעס צווישען גיווענליכע וואסער און פרוקטוס?

מען ווייסט ביידע. ווייל מען זעט אז די ראטן וועלכע האבן געטרונקען נאר פרוקטאז האבן געמאכט דעם וועג שטייטער נאך 6 וואכן טרונקען פרוקטאז. און די צווייטע גרופע וועלכע האט געטרונקען פרוקטאז מיט אמעגא-3 איז נישט אפעקטירט געווארן. די סיבה פארוואס מען האט געמאכט דעם שטודיע אזוי איז ווייל ס'הייסט אז אמעגא-3 פארשטארקערט די חלק המוח וועלכע ווערט אנגעבליך געשעדיגט דורך פרוקטאז.

נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 2:50 pm
דורך שמואל הלוי
יידל האט געשריבן:אין די ארכעאאלאגישע גרעבונגען אין תל מגידו אין עמק יזרעאל, צפון ארץ ישראל איז געפינען געווארן מצרי'שע צירונג פון בערך יאר ב'תרס (אין די צייטן פון דוד'ס מלוכה). ווי פארשער טענה'ן, האט די צירונג באלאנגט פאר א כנענישע משפחה.
GOLD-RING-ISRAEl.jpg

האב איך שוין א שטיקל השגה וויאזוי די רכוש מצרים און ביזת הים האבן אויסגעקוקט...

נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 2:56 pm
דורך יידל
שמואל הלוי האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:אין די ארכעאאלאגישע גרעבונגען אין תל מגידו אין עמק יזרעאל, צפון ארץ ישראל איז געפינען געווארן מצרי'שע צירונג פון בערך יאר ב'תרס (אין די צייטן פון דוד'ס מלוכה). ווי פארשער טענה'ן, האט די צירונג באלאנגט פאר א כנענישע משפחה.
GOLD-RING-ISRAEl.jpg

האב איך שוין א שטיקל השגה וויאזוי די רכוש מצרים און ביזת הים האבן אויסגעקוקט...

נאך בילדער פון די מצרי'שע צירונג:
[center]
GOLD RING.jpg
[/center]
[center]
GOLD.jpg
[/center]

עסן אין באשטימטע צייט העלפט פארלירן וואג

נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 3:09 pm
דורך יידל
א נייע שטודיע אויף מייז (פובליצירט געווארן מאי 17 אינעם אנליין זשורנאל "צעל מעטעבאליזם") ווייזט אז ווען מ'עסט אין א באשטימטע צייט העלפט עס פארלירן וואג. די שטודיע האט צעטיילט א גרופע פון מייז און צוויי. איין גרופע האט מען ערלויבט צו עסן ווען אימער, די צווייטע גרופע האט מער נאר געלאזט עסן 8 שעה אין טאג. כאטשיג די ביידע גרופעס האבן געגעסן די זעלבע הויך-פעטיגע עסן, מיט די זעלבע מאס קאלעריעס, האט די צווייטע גרופע געהאט אן 28 פראצענט ווייניגער וואג צונעמען ראטע. ווי די שטודירער ערקלערן, ארבעט די גוף פון א מייז (און אויך א מענטש, וועלכער האט זייער אן ענליכער סיסטעם צו א מייז), אז עס איז דא שעות וואס די מאגן און די געדערים ארבעטן גאר גוט, און אנדערע שעות ארבעט עס שוואכער. ווען א מענטש עסט אין א באשימטע צייט, ווייסט די ביאלאגישע זייגער פונעם מענטש זיך צוצושטעלן צו דעם סקעדזול. אנדערש איז אבער ווען דער מענטש האט נישט קיין באשטימטע צייט ווען ער עסט, וועט די גוף נישט וויסן וויאזוי אויסצושטעלן איר סיסטעם ווען עס זאל זיין "אויף" און ווען עס זאל "שלאפן".

נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 5:34 pm
דורך יידל
נעכטען, מאי 20, איז אין פולע לאקאציעס ארום די וועלט פארגעקומען א זון עקליפס אין וועלכער די זון איז פארדעקט געווארן דורך די לבנה.
eclipse.jpg