סטעטן איילענד- נייע ישוב?
סטעטן איילענד- נייע ישוב?
עס ווערט לעצטענס מער און מער די רעדט פון שטאט וועגן נאך און נאך אידן וועלכע האבן געקויפט דארטן דירות. די עמי מאגאזין (טפו) גייט מארגן האבן א לענגערע אפהאנלונג איבער די נייע געדאנק.
למעשה האבן שוין ארום 15 גורע משפחות און 10 סקעווערע משפחות געקויפט דארט דירות און מופן אריין שוין דארט.
יונג איזראעל שוהל האט שוין צוגעשטעלט א מנין פאר זיי שבת שפעטער אינדערפרי.
למעשה איז די פחד אזוי:
צו גייט עס נישט ווערן א נייע סיגעיט אדער בעיסוואטער?
אויב גייען זיך אהינרוקן די מער קולע אינגעלייט גייען די ערענסטע מער נישט דארט זיין, און יעדע שטאט דארף פון אלע סארט.
די וועג פאר די קינדער קיין בארא פארק גייט נעמען א קנאפע האלבע שעה אן טרעפיק, וואס דאס איז יענץ געשעפט פאר קליינע קינדער וועלכע דארפן א בית הכסא די מינוט וואס מ׳פארט ארויף אויפן הייוועי. און מיט אלע סטאפס גייט עס נעמען א שיינע 45-50 מינוט און א גוטע טאג. און א טאג וועלכע איז דא טרעפיק קען די וועג נעמען א פיינע שעה. אבער דאס איז נאר ביז ווען עס איז שוין דא ארום 100 משפחות פון א קרייז וועלכע וועט עפענען א מוסד.
די אלע ברוקלינע אידן וועלכע זענען צוגעוואוינט צו זיין אין ארבעט 10 מינוט פון דערהיים, זיין א שעה יעדן טאג ביז די ארבעט און אהיים איז נישט די געשמאקסטע זאך.
וואס האלט דער עולם דא?

- שטילע אינגערמאן
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1009
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
- האט שוין געלייקט: 603 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל
- בן בג בג
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 38
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 21, 2014 1:20 am
- האט שוין געלייקט: 45 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל
Wow כ'האב זייער הנאה דערפון, ווען איך פלעג דארטן אהין פארן פלעג איך אייביג טראכטן אז הלוואי ווען איך קען דארט וואוינען, איך האף אז ס'וועט זיך אויסארבעטן
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בן בג בג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
כ'רעד צום זאך? דיין לייק טוט עס באשטעטיגען
- Chuchem
- ידיד השטיבל
- הודעות: 180
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 11:30 am
- האט שוין געלייקט: 178 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל
ככל שאני יודע, חסידי גור קנו בתים ליד בית הכנסת של הרב פולק
https://maps.google.com/maps?q=93+ruper ... CAgQ_AUoAQ
https://maps.google.com/maps?q=93+ruper ... CAgQ_AUoAQ
- Chuchem
- ידיד השטיבל
- הודעות: 180
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 11:30 am
- האט שוין געלייקט: 178 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל
בית הכנסת שלו ממוקם ב
98 Rupert Ave.
https://maps.google.com/maps?q=98+Ruper ... CAgQ_AUoAQ
היא קרובה לרחוב ראשי, שדרת ברדלי

באקימען אין אימעיל
א גרויסע היימישע עולם גרייט זיך צו מופען אין די נעקסטע פאר חדשים אין א הערליכע געגענט אין ניו יארק סיטי. 20 מינוט פון וויליאמסבורג אין 10 מינוט פון בארא פארק. פאראינטערעסירטע- ביטע שיקט א email מיט אייער נאמען אין טעל # צו: StatenIslandGroup@Gmail.com רענטען אדער קויפען אוועלעבעל.

- נאך א פשט
- ידיד השטיבל
- הודעות: 218
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:12 am
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל
איך בין זייער צופרידען דאס צו הערען, פיינעלי טוט מען צום זאך. איך האף אז עס וועט זיין א סאקסעס און דאס וועט געבען די קוראש פאר אנדערע נאכצוטוהן
איבער יו"ט האט מיר א חבר פארציילט אז אין וויליאמסבורג איז דא 10 חתונהגעהאטע קאפלס וואס וואינען ביי די עלטערן ווייל זיי האבן נישט געקענט טרעפן קיין דירות
ווייסט איינער צו דאס איז אמת?

The pessimist complains about the wind. The optimist expects it to change. The leader adjusts the sails. - John Maxwell
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
- מנשה לוסטיג
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1566
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
- האט שוין געלייקט: 192 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 7
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 06, 2014 1:36 pm
- האט שוין געלייקט: 3 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל
שלום עליכם טייערע אידן,
די אינטערעסע אין זיך אריבערציען קיין סטעטען איילענד וואקסט ב"ה יעדן טאג, און ס'איז כדאי צו אפדעיטן דעם עולם וואס ס'גייט פאר.
צום ערשטן דארף מען קלאר מאכן אז דא רעדט מען נישט פון קיין דעוועלאפמענט וואס מ'גייט יעצט בויען, נאר מ'רעדט פון זיך אריינציען אין דעם עקזיסטירנדן שטאט, און זיך באזעצן דארטן. סטעטען איילענד איז בערך 25 מינוט אוועק פון בארא פארק, אבער די פרייזן פון הייזער זענען בערך 40% ביליגער.
די וועג פון וויליאמסבורג, ביז בארא פארק, ביז סטעטען איילענד
רוב הייזער זענען איין-פאמיליע הייזער, און שטייען אויף א לאט פון 40X100. עס זענען דא פארשידענע סארט הייזער פון אלע מיני פרייזן – פונקט ווי אין יעדע אנדערע באוואוינטע שטאט. א קלענערע הייזקע קען מען קויפן פאר אזוי ביליג ווי $350,000, און גרעסערע הייזער קענען גיין ביז $700,000. א נארמאלע הויז פון 2,100 סקווער פיס + א בעיסמענט קען לויפן פון $475,000 און ארויף. דאס איז אלעס איין פאמיליע הייזער, מיט א גרויסע לאט, פארשטייט זיך מיט א דרייוו-וועי.
פארשטייט זיך אז די פרייזן ווענדן זיך אויך אויף די קוואליטי פון די הייזער, ווי אלט די הויז איז, און צי עס איז געבויט פון ציגעל אדער נישט.
די הויפט מעלה פון סטעטען איילענד – חוץ דאס אז עס איז אזוי נאנט צו בארא פארק – איז אז עס איז שוין דא א שטארקע אידישע אינפראסטראקטשור, מיט בתי מדרשים, מקוה, הצלה, וכו'. פאלגענד איז א מאפע פון די אידישע געגענט.
די בלויע ליניע ארום איז דער עירוב. די געגענט איז איינגעטיילט אין דריי חלקים. אין חלק A וואוינען די היימישע ליטווישע, א חרדישע תורה'דיגע עולם. עס וואוינען אויך אסאך יאנג איזראעל טייפ אידן. עס איז מסתמא בערך 75% אידיש. אין חלק B וואוינען בעיקר יאנג איזראעל אידן. אין חלק C וואוינען אויך בעיקר יאנג איזראעל אידן, אבער ס'איז דא אסאך מער גוים. די רויטע סימן אין חלק A איז וואו עס געפינט זיך דער ביהמ"ד פון הרב פאלאק שליט"א, חתן הגה"צ ר' יונתן בנימין גאלדבערגער שליט"א.
עס זענען שוין יעצט דא צוויי חסידישע גרופעס וואס ארבעטן פעסט אויף זיך אריבערציען קיין סטעטען איילענד. א גרופע פון איבער 10 סקווערע יונגעלייט, און 15 גערער יונגעלייט. כ"ק האדמו"רים מסקווער און גער שליט"א האבן שוין געגעבן ברכת קדשם אויף דעם פראיעקט, און טייל פון די יונגעלייט שליסן שוין אדער האלטן שוין ביים שליסן דעם מקח. אויך איז דא א גרופע פון וויזניצע יונגעלייט וואס טוען שטארק אין דעם ענין. די אלע קוקן בעיקר דירות אין די געגענטער פון A און B.
פארשטייט זיך אז דער פראיעקט איז נישט געבינדן דווקא צו גרופעס פון חסידים. יעדער מענטש קען זיך אויפהייבן און אריבערציען קיין סטעטען איילענד, און מ'דארף נישט קיינעמ'ס הסכמה. יעדער קען צאמנעמען דריי פיר חברים און מחליט זיין צוזאמען זיך אריבערצוציען, און עס זענען טאקע דא אסאך וואס טוען שטארק אין די נושא.
דער עולם איז מכובד צו פרעגן שאלות, און כ'וועל פראבירן צו ענטפערן עד מקום שידי מגעת.

- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
א דאנק!
דאס הארץ וואקסט פון פרייד און גליק ווען מען זעהט עפעס פירות נאך יארן ליידיגע קאמפלעינטס און וויינערייען וואס האט געפירט אין ערגעץ נישט, און ענדליך זעהט מען עפעס זאכליך, די ישועה הייבט אן שפראצן, עס איז דא ווי די ברכה זאל חל זיין.
מיר וואונטשן פאר די דעוועלאפער, עסקנים, און די משפחות וואס ציען זיך אריבער, רוב ברכות והצלחה בכל מעשי ידיהם בכל אשר יפנו.

וירח ה' את ריח הניחוח
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 53
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 03, 2013 11:12 pm
- האט שוין געלייקט: 3 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל