בלאט 1 פון 1

דער רוצח איז געטויטעט - אבער דער עקזיקיושן איז "גבאטשט"

נשלח: דינסטאג אפריל 29, 2014 11:30 pm
דורך היימישער ליטוואק
אין אונזער פאליטיקלי קורעקט, ליבעראלע סוסייעטי דארף מען גאונישע דאקטארס און מומחים אויף צו קענן עקסזקיוטן א פארברעכער.
דא ווערט באריכטעט איבער אן אינטערסאנטע גשיכטע וועלכע האט זיך אפשגפילט היינט אין אקלעהומא. דער אדער פון דעם פאר'משפט'ן האט - - - גפלאצט!
מען האט אפגרופן דעם עקזיקיושן, אבער ער איז סייווי גפגר'ט א דריי פערטל שעה דערנאך. כן יאבדו אלע רוצחים און פארברעכער.
עס איז כדאי צו לייענן אלע קאממענטס אויף דעם ארטיקל. זייער באלערנד.

נשלח: מיטוואך אפריל 30, 2014 12:16 am
דורך לעיקוואד
ואהבת לרעך כמוך ברור לו מיתה יפה.

נשלח: מיטוואך אפריל 30, 2014 1:17 am
דורך היימישער ליטוואק
למשל סקילה

נשלח: מיטוואך אפריל 30, 2014 8:22 pm
דורך לעיקוואד
סקילה איז די הלכה פון פסוק, מיתה יפה קומט לערנען אזנדער אופן הסקילה ושאר מיתות זאל מען טוהן אויף שי מערסטע הומאנישער אופן.

נשלח: מיטוואך אפריל 30, 2014 9:22 pm
דורך berlbalaguleh
לעיקוואד האט געשריבן:סקילה איז די הלכה פון פסוק, מיתה יפה קומט לערנען אזנדער אופן הסקילה ושאר מיתות זאל מען טוהן אויף שי מערסטע הומאנישער אופן.

אמאל האט מען געהאלטן אז עלעקטראקיושן איז די מערסטע היומעניטעריען וועיג. היינט ווייסן זיי שוין בעסער... :twisted: :evil: :( :cry: :o

נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 12:39 am
דורך George
CNN ווי אויך די גרויסע נייעס נעטווארקס ווי עי פי, געדרייווט ביי די ליביראלע "אנטי דעט פענעלטי מאוומענט" האבן געטראפן א גלענצעדיגע געלעגנהייט צו מאכן א טומל.

איך בין געווען נייגעריג מיט וואס מען באשולדיגט דעם באשולדיגטן וואס האט נעבעך מיטגעמאכט די לעצטע 45 מינוט פון זיין לעבן, האב איך מיך ארויס געלאזט זוכן די מעשה פון וואס קיינער רעדט נישט, געדארפט זוכן היבש ביז איך האב געטראפן אן אלטן ארטיקל.

To make the long story short
אום Jun 3, 1999 האט Clayton Lockett מיט נאך צוויי חברה געהאלטען אינמיטן א רויבעריי ביי א פריינד פון (Stephanie Neiman (19, זי (Stephanie) מיט נאך א (דריטע) פרוי זענען אריינגעקומען אינדערהיים פאר א וויזיט, Lockett האט צוגעבינדען די צוויי פרויען און זיי גערעיפט עטליכע מאהל, דערנאך האבן זיי גענוצט Stephanie's קאר צו טראגן די צוויי פרויען מיט זייער חבר מיט זיין 9 חדשים'דיג בעבי צו א דערנעבעדיגן ליידיגע פארק, ווען Stephanie האט זיי נישט געוואלט געבן די לאק קאוד פון איר קאר האבן זיי איר געשאסן צוויי מאהל, דערנאך איר באגראבן לעבעדיגערהייט, איר פריינד האט איר נאך געזעהן אטעמען בשעת די מערדער האבן איר צוגעדעקט, דערנאך האבן זיי געווארענט די צוויי פריינד אז זיי גייען זיי הארגענען אויב זיי גייען צו די פאליציי, וואס זיי האבן עניוועיס געטוהן. דריי טעג שפעטער האט מען זיי ארעסטירט.

נאכן אריינטראכטן מיט וואס פארא גרויזאמקייט ער האט ער האט גערעיפט און געהארגעט א שיין 19 יעריג מיידל ווייס איך שוין נישט וויפיל מיטגעפיל מען קען האבן מיט אזא רוצח, זי האט געשריגן פון איר גרוב לעבעדיגערהייט לענגער ווי ער האט זיך געפלאגט נעכטן צו שטארבען.

JUST TO HAVE THINGS IN PERSPECTIVE

נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 12:51 am
דורך היימישער ליטוואק
איז קויל אין קאפ "קרועל ענד אניוזשאעל"? איך מיין אז נישט - עס איז סטאנדארט אין ניו יארק סיטי...

נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:21 am
דורך איחוד פעלד
לעיקוואד האט געשריבן:ואהבת לרעך כמוך ברור לו מיתה יפה.



כ'פארשטיי נישט, ער'ז דאך א גוי. נישט קיין רעך.

נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:29 am
דורך George
היימישער ליטוואק האט געשריבן:איז קויל אין קאפ "קרועל ענד אניוזשאעל"? איך מיין אז נישט - עס איז סטאנדארט אין ניו יארק סיטי...


די מיינסט צו זאגן מ'זאל זיי שיסן אנשטאט אינשעקטען?