אמרתי אחכמה והיא רחוקה ממני
נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 12:22 am
די וואך [אמור] שטייט די פרשה פון מומין, איינע פון די מומין איז 'גבן', רש"י איז מסביר אז דאס איז ווען די אויגן ברעמען זענען זייער לאנג און ליגן איבער די אויגן, נאך איינע פון די מומין איז ווען די ליפן זענען געשפאלטן.
אין מס' ב"מ (פ"ד ע"א) פארציילט די גמ' די באקאנטע מעשה ווי ר' יוחנן האט מקרב געווען ריש לקיש – דער ראש פון די ליסטים - צו תורה, דערנאך פארציילט די גמ' אז איין טאג האבן ר"י און ר"ל זיך ארומגעקריגט פון ווען א מעסער רעכנט זיך פאר א פארטיגע כלי: רבי יוחנן אמר משיצרפם בכבשן, ריש לקיש אמר משיצחצחן במים, א"ל, האט ר' יוחנן געזאגט צו ר"ל, לסטאה בלסטיותיה ידע, א רויבער קען זיך גוט אויס אין זיין רויבעריי, ממילא ווייסטו פונקטליך ווען א מעסער איז גרייט צום נוצן, אמר ליה, האט ר"ל געזאגט צו ר"י, ומאי אהנת לי, וואס האסטו מיר אויפגעטוהן מיט'ן מקרב זיין צו תורה, התם רבי קרו לי, הכא רבי קרו לי, דארט בין איך געווען א שיינער איד פונקט ווי דא, אמר ליה, האט ר"י גענטפערט, אהנאי לך דאקרבינך תחת כנפי השכינה.
למעשה איז ר"ל נפטר געווארן, והוה קא מצטער ר' יוחנן בתריה טובא, ער האט נישט געהאט מיט וועמען צו לערנען, אמרו רבנן מאן ליזיל ליתביה לדעתיה? ניזיל רבי אלעזר בן פדת דמחדדין שמעתתיה, האט מען געשיקט ר' אלעזר ב"פ וועלכער איז געווען א שארפער אז ער זאל לערנען מיט ר' יוחנן, אזל יתיב קמיה, כל מילתא דהוה אמר רבי יוחנן אמר ליה תניא דמסייעא לך, אויף יעדע מימרא פון ר"י האט ר' אלעזר געברענט א ראי', אמר, את כבר לקישא? דו ביסט דען א ממלא מקום פאר ריש לקיש? בר לקישא כי הוה אמינא מילתא, ווען איך פלעג עפעס זאגן, הוה מקשי לי עשרין וארבע קושייתא, האט ער מיר געפרעגט אויף דעם 24 קושיות, ומפריקנא ליה עשרין וארבעה פרוקי, און איך האב איהם גענטפערט 24 תירוצים, וממילא רווחא שמעתא, און דורכדעם איז די סוגיא קלאר געווארן, ואת אמרת תניא דמסייע לך? און דו קומסט מיר ברענגן ראיות צו וואס איך זאג? אטו לא ידענא דשפיר קאמינא, ווייס איך דען נישט אז איך זאג גוט?
דערנאך איז דא א מעשה מיט ר' יוחנן אין סוף ב"ק (קי"ז ע"א), רב כהנא איז ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל, און וואס ר' יוחנן האט געזאגט ביים שיעור האט רב כהנא איהם אפפגעפרעגט, פארציילט די גמ' אז ר' יוחנן האט געהאט לאנגע אויגן ברעמען האט ער געבעטן מען זאל עס איהם אויפהייבן אז ער זאל קענען זעהן ווער דאס איז דער נייער גאסט: חזא, האט ר"י געזעהן, דפרטיה שפוותיה, אז רב כהנא'ס ליפן זענען צושפאלטן, סבר, האט ר"י געמיינט, אחוך קמחייך ביה, אז ער לאכט פון איהם, חלש דעתיה, פון ר"י, ונח נפשיה, פון רב כהנא, למחר אמר להו רבי יוחנן לרבנן חזיתו לבבלאה היכי עביד, האט עטץ געזעהן ווי דער בבלי לאכט פון מיר? אמרו ליה דרכיה הכי, ער האט נישט געלאכט נאר זיינע ליפן זענען פשוט צושפאלטן, האט ר"י איהם מחי' מתים געווען, עיי"ש.
און אין מועד קטן (י"ז ע"א) זאגט ר' יוחנן: מאי דכתיב: כי שפתי כהן ישמרו דעת ותורה יבקשו מפיהו כי מלאך ה' צבאות הוא, אם דומה הרב למלאך ה', יבקשו תורה מפיו, ואם לאו, אל יבקשו תורה מפיו.
אז מען לערנט א חכמה מן החכמות ווערט דער לערנער א לבוש און א פענסטער צו די חכמה, פונקט ווי א קאלירטע גלאז אין וועלכע עס ליגט קאליר-לאזע וואסער, וועט די וואסער זיך ארויסזעהן מיט'ן קאליר פון דעם גלאז, דאס זעלביגע ווען ער נעמט אריין אין זיך חכמה בלייבט זי נישט מיט איהר ארגינעלע נייטראלקייט, סיי זי ווייזט זיך ארויס מיט די קאלירן, מעלות און שוואכקייטן פון דעם מיטל-מאן, דער וואס האט איהר אריינגענומען אין זיך, און סיי זי הייבט אהן צוביסלעך אויפבלאזן די כלי אין וועלכע זי ליגט, ביז ער ווערט א 'גדול', דער 'גדול' פון דא און דער 'גדול' פון דארט.
אנדערש איז אבער געטליכע חכמה, דער רצון העליון וואס ער האט אפגעשריבן אין תורתינו – תורת חיים, זי איז ארגינעל ווי זי איז אין דעם מוח פון איהר מחבר, זי ווערט נישט – און קען נישט ווערן – נתפעל פון לבושים און כלים אין וועלכע מען לייגט איהר אריין, פון סיי וועלכע קרן זוית מען וועט איהר אויפהייבן איז זי דאס זעלבע: די געטליכע ווילן, דאס איינציגסטע וואס איז שייך איז אז מען זאל ווערן איינס מיט איהר – עץ חיים למחזיקים בה, אבער נישט פארקערט.
אמרתי אחכמה, אז דו וועסט מיט איהר ווערן א חכם, א שיינער איד, א 'גדול', זאלסטו וויסן אז והיא רחוקה ממני, נישט נאר פעלט דיר די חכמה וואס דו זיכסט, נאר דער גאנצער קאנצעפט איז מרוחק פון דיר, דו ווייסט גארנישט וואס מען מיינט בכלל, לא ידע מאי קאמרי רבנן.
ווען ר' יוחנן האט געזאגט צו ר"ל 'לסטאה בלסטיותיה ידע', האט ר"ל גע'טענה'עט אויב נעמסטו מיין תורה דורך מיין פערזענליכקייט, איך בין דער פענסטער דורך וועמען דו זעהסט די תורה וואס איך לערן, איז מאי אהנית לי? אויב פערזענליכע סוקסעס, אויב זיך זעלבסט בויען, איז התם קרי לי רבי והכא קרי לי רבי, האט מיר ביי די ליסטים גארנישט געפעהלט אויף דעם פראנט, און ר' יוחנן האט איהם אודאי גערעכט געגעבן, אהנית לך אז איך האב דיר אריינגעברעגט תחת כנפי השכינה, אז א איד איז נישט מער ווי א פליגל צו ברענגן די שכינה צו איהר ציהל, נישט איינער וואס מישט אריין זיין אנוכיות אין די פראסעס.
פארדעם ווען ר"א בן פדת האט איהם געברענגט ראיות אויף וואס ער זאגט, האט ר"י געשריגן דאס דארף איך דען? איינער זאל מיר גערעכט געבן - איך זאל וויסן אז שלום עלי נפשי? ריש לקיש פלעגט מיר פרעגן 24 קושיות וממילא רווחא שמעתא, איז דער רצון האלוקי קלאר געווארן, נישט צו איך בין גערעכט אדער נישט.
ממילא איז אין ב"ק ווען מען האט אויפגעהויבן ר' יוחננ'ס לאנגע אויגן ברעמען און ער האט געזעהן ווי רב כהנא לאכט, האט ער געמיינט אז ער מאכט איהם אוועק אלס בעל מום, ווי רש"י איז מסביר אין אונזער פרשה אז א בעל מום איז עפעס א שוואכערע זאך וואס עס פאסט נישט ער זאל טוהן די עבודה, דאס האט געשטערט פאר ר' יוחנן, ווי קומט עס אז מען זאל מעסטן תורה מיט ארומיגע לבושים, דער אמת איז אבער געווען אז נישט נאר האט רב כהנא נישט געלאכט נאר דאס גופא איז טאקע געווען א מום ביי איהם אליין – זיינע ליפן זענען געווען צושפאלטן.
אויף דעם איז ר' יוחנן מזהיר אין מועד קטן, 'כי שפתי כהן ישמרו דעת' באטראכט גוט די ליפן, זעה צו זיי לאכן אדער אדרבה זיי זענען גאר צושפאלטענע, אזוי וועסטו וויסן 'ותורה יבקשו מפיהו כי מלאך ה' צבאות הוא, אם דומה הרב למלאך ה', יבקשו תורה מפיו, ואם לאו, אל יבקשו תורה מפיו', נאר אויב איז דער צינור איבערצוגעבן תורה ווי א מלאך וואס איז נאר דא אויף שליחות איבערצוגעבן דעם דבר ה', קיין אייגענע הגדרות, צימצומים און ישות'ן קומען נישט אריין ווען דער דבר ה' געפינט זיך אין צימער, דאן איז יבקשו תורה מפיו.
אל מסתתר...