אנטי סעמיטיזם

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

אנטי סעמיטיזם

שליחה דורך פליקער »

אנטי סעמיטיזם

און ליכט פון די לעצטע אויפשטייג פון שנאת ישראל, וואס מיר זעיען לעצטענס געריכטעט צי אינזער ריכטינג, מיזן מיר כאפן א שטיקל טיפערע בליק וואס דאס איז אנטי סעמיטיזם, וואס איז דער גורם, אביסל היסטאריע, ווען איז עס הויך אויפן וואגשאל, ווען איז עס נידעריג, קענען מיר עפעס טיען דערצי, זענען מיר די גורם דערפאר, קענען מיר פארמינערן די שנאה מיט מעשים, ווער רייצט אויפ דעים אנטיסעמיט, איז טאקע יעדע פערזאן אויפן כדיר אן אנטי סעמיט, האט מיך יעדער פיינט.

אויב איז עס אינזער מלביש, דאן פארוואס האט מען נישט פיינט קיין גלחים אדער היפסטערס, עמיש לייט, אויב איז עס ווייל מיר זענען א עליטע פאלק, מיר זענען מרום מעם, דאן פארוואס האבן מיר נישט פיינט דעים פרעזידענט, ביל געיץ מיט די רייכע אדעל לייט מיט די זעלבע שנאה.

אויב איז די שנאה ווייל מיר האלטן זיך ווי דער עם הנבחר בשבילי נברא העולם, דאן איז נישט צי פארשטיין פאר וואס ווערן נישט די מיסלאמעינער מער פארפיינטעט ווי אידן, זיי האלטן דאך אז נאר זיי האבן די רעכט צי לעיבן חוץ זיי מיז יעדער פארלאזן די וועלט, יעדער איינער איז א אינפעדעל, נאר אימעצער וואס גלייבט און זייער נביא, אבער מיר זעיען נישט די זעלבע שנאה וואס איז געווידמעט קעיגן אינז זאל זיין קעיגן זיי.

פארוואס ווען א איד טיט א עבירה וועט מען נישט זאגן אז למשל ראוובן פון וויליאמסבורג האט מען ארעסטירט, נאר מען וועט זאגן ראוובן א חסידישער אינגערמאן פון וויליאמסבורג האט מען ארעסטירט, ווי קימט אריין זיין רעליגיע צי די עובדה, האט איר שוין אמאל געהערט אז מען האט ארעסטירט מחמד אבו דזיבאל דער אראבער פאר מארד קלאגעס, אפילו די בארימטע פעלער, א שטייגער ווי אסאמא בין לאדין האט מען נישט געהערט, דער מוזלעם בין לאדן איז טויט מען וועט נאר אפשר הערן דער מייסטער טעראריסט פון סעפטעמבער עלעווען, קיין מאל זיין רעליגיע.

פאר וואס ווען א איד מאכט א עקסידענט מיט א גוי, אפילו ווען דער גוי האט קיין מאל פאר די עקסעדענט נישט געטשעפעט קיין איד, דאך וועט זיין ערשטע פליטת פה זיין די פאר שאלטענע איד אדער עינדלעך, ווען דעיס פאסירט מיט א גוי פון סיי וועלכע רעליגיע, פאלט אים נישט איין צי זיך דאן אויסצידריקן די פארשטינקענע קריסט אדער מארמאן.

פארוואס האט א גוי פיינט א איד?.

מיר ווייסן די הלכה בידועה שעשיו שונא ליעקב, א גוי האט פיינט א איד פונקט, עס מיז זיין א סיבה וואס דעי איד'ס אייגענשאפטן, זיינע נאטירן רעיגן אויפ דעים גוי, עפעס א געוויסע די ענד עי וואס א איד האט וואס דעיס נעמען ארויס גויים פון די כלים.

אלזא ווען מיר קיקן ציריק און היסטאריע זעיען מיר עטליכע באשילדינגען וואס גויים פלעיגן באשילדיגן אידן, מיר זעיען דעיס און אלע קאמעדי שויס ווען אימער איינער וויל חוזק מאכן פון א איד, מאכט ער נאך א זכר איד ווי א אויפגערעיגטע בייזער מאן, אלעס מיז גיין זיין וועיג, אלע מאל פעילט אים עפעס, קומט פון דאקטאר און גייט צים דאקטאר, אויפ יעדען האט ער טענות, און די נקבה ברויך אלע מאל אלעס, אויך אימציפרידענע וואס שנאבעלט זיך כסדר אפ, אזוי ווי א יענטע, אויך זענען דא אזעלכע וואס האלטן אז אידן האבן פארשידענע עינליכקייטן וואס אגב איז שווער צי זאגן צי עס איז אמת, למשל די לעיגענדע אז אידן האבן אזא ביין וואס מאכט דעים נאז האבן א הויקער, אדער אביסל לעינגער פראפארצינעל צים געזיכט, קען מען דען זאגן אז דאס קימט ווייל מיר זענען מזרע ישראל, לכאורה נישט, ווייל איך קען אן א שיעור אידן וואס האבן פיצעלע נעיזער, אדער גויים מיט שרעקליכע נעיזער.

אזוי צי אזוי איז דורך פארשידענע ציפאלן אז אידן זענען די וואס קאנטראלירן אלעס דינג, די לעיגענדע האט זיך מן הסתם גענימען ווייל אידן זענען לכאורה גענעטיש קליגער ווי אנדערע פעלקער, דעי חלק הערט מען נישט פון גויים כמעט, אבער איך בין זיך מודה דערין, מיר זענען יא עטוואס ניכשל און זיין עם קשה עורף, מיר זענען געוועין רייכער ווי די ארימיגע פעלקער, ווי מען זאגט אז א איד געט זיך א נייצע ווען דער גוי ברעכט זיך די פלייצע, מיר געבען זיך טאקע די עצה, אבער למעשה האט דאס א פרייז וואס מיר באצאלן, מיר זענען אלע מאל די וואס בארגען געלט פאר די ארימע גויים.

ווען מיר הייבן זיך אן איינרעדן אז מיר האבן רעכטן מיר זענען בארעכטיגטע בירגער דאן געוועינטלעך קימט די שנאה ארויף אויפן אויבער פלאך, ווייל קליג זענען מיר דאך, מיר קוועטשן פאר אינזערע רעכטן, מיר ווערן פאליטיקאנטן, מיר מערן זיך דאך פראצענטאל מער ווי אנדערע פעלקער, האבן מיר דאך בלאק וואטס, מיר זעיען זיך אריין און הויעכע פאזיציעס, די סך הכל איז אז די קליגערע עלעמענט צווישן די פעלקער, ווערן אנגעזאפט פון שנאה, עס וועלט קיל די באשמיצן אידן, ציביסלעך רייבט זיך אריין די ווערעמל אין די חריין,

לאמיר אנהויבן ביי מצרים, פרעה דער ערשטער באוויסטער אנטיסעמיט, יעקב אבינו איז אראפ געקימען מיט זיבעציג זעילן קיין מצרים, ער האט געמיזט אפציען קיין פון כנען וועיגן די הינגער, דאן און גושן האבן זיי גענימען זיך מערן, און די סוב טאטאל איז געוועין ויקצו מפני בני ישראל, מען האט געמיזט מאכן די באוויסטע מיטינג צווישן פרעה, יתרו, איוב, בלעם, הבה נתחכמה לו, ווי אזוי קען מען לעיזן דעים אידן פראגע, דעי פראבלעים האלט זיך און איין איבערחזרן משך די דורות ליידער, ביז משיח'ת טאג בקרוב

מיר זענען אהער געקימען קיין וויליאמסבורג, אפגעשליסן קוים מיט הויזן, נאך א ביטערע מלחמה, מיר האבן זיך גענימען ווידמען, שישים בדורה אחת, שטארק קאנצעטרירט, אבער מיר זענען געווארן מציונים שם, מיר טיילן איין וועלכע פאליטישן זאל געווינען, מיר פארפירן קעיגן יעדען וואס שטייט אינז און וועיג, ווי און ארץ ישרל בזמן שיד ישראל על העליונה, מיר געניסן פון שפע, אבער זייט וויסן, אז טאקע מיר געווינען, אלע פאליטיקאנטען קימען זיך קניען פאר אינז, מיר האבן אלע בילדינגס און באשוויק און אינדע נארטס, מיר פארמאגן אפענע קלאמקע'ס ביי אלע הויכע פענסטער, יעדער שמייכעלט צי דיר, מיר זענען טייט מיט יעדע אפיציר נישט קיין חילוק וועלכע אפטיילינג אינעם דאט גאוו ער איז, אבער ווער עס איז נישט פארקילט און פארמאגט א ניכטערע נאז, דער שמעקט אז עס איז שוין גארנישט אזוי פויגעלדיג דא, מען האט אינז ביטער פיינט, יעדער באזינדער מיט א סיבה אדער אן א סיבה, וועט ער אלס געפינען א סיבה פיינט צי האבן ליידער.

טאמער מיינט איר אז איך מיין דווקא חסידים און וויליאמסבורג, אבער דער מאדערענער איד האט נישט דעים פראבלעים, ער איז אלס יושר, ער האט דאך נישט קיין פיי סמך, ער האט דאך א שניפציל, ער לייגט ניטאמאל תפילין, ער היט דאך נישט שבת, ער האט דאך קוים א קאפל, אבער וויסן זיין, אז מיין לעצטע פערעגרעף וועיגן וויליאמסבורג איז נאר כצל עובר קעיגן די גרויסע חורבן וואס דייקי דער גויאישער איד מאכט אן, ליידער האבן זיי יא גרויס געלט, זיי זענען זייער מאכטפול, די גרעסטע לאביאיסט גרופע וואס אלע פרעזידענטען קנעכן איז די אידישע עיפעק לאביאיסט, קיין שום פרעזידענט קען נישט ווערן פרעזידענט נאר אויב ער קימט זיך ציילעמען ביי די הויפט קוואטירן פון עיפעק, זיי לאזן זיך קאסטן מיליאנען, דער פרעזידענט, סענעטאר, אדער קאנגעס מאן וואנעבי, מיז ציזאגן פאזיציעס פאר זייערע סטיל אידען, אבער די לאנגע נעיזער שטארט ארויס אז ער איז א איד, דאס ברעינגט נאר נאך שנאה, אפילו ביי דער פרעזידענט וואס שמייכעלט אזוי שיין, און צינדעט די מנורה מיט א יארמילקע.

פארשטייט זיך דער פאקט אז אלע די אידישע ערוויילטע הייסן אזעלכע היימישע נעמען ווי גאלדסטין, וואלפאוויטש, אפילו לעפקאוויטש, ליווי, פליישער, ועוד העלפט נישט צי אז דער חשד אז אידען באקימען מער פראצענטאל העכערע פאזיציעס ווי אנדערע פעלקער, אידן. אבן ליעזאן'ס ביים פרעזידענט, בשעת קיין שום אדעדרע רעליגיע. אט נישט קיין ליעיזאן'ס.

דער פאקט אז אלע פאליטישן'ס בדרך כלל ציטערען פון די מידיע, יעדער ציטערט פון זיי ווי פינעם טייוול, זיי זענען דאך שונאים פון יעדע זאך מענטשהייט, יעדער וויל זיך ארויס זעין פון די נעיגל פון די מידיע פיסקעס, ני וויפיל שנאה קען עס מוסף זיין ווי אויל צים פייער ווען איינער פארטשעפעט זיך מיט זיי, וואס וועט אבער זיין ווען אלע בלי יוצא מן הכלל זענען די אייגינטים פון אידן, וואס זענען נישט מוחל ווען איינער דבר'ט קעיגן זייערע פאראייניגטע אינטערעסן, ווי איזריעל, איז דאך ביטער, ווייל פון איין זייט וויל מען האבן א מיינינג איבער די נושא, אבער פון די אנדערע זייט מיז די מיינינג קודם אויסגעשמיעסט מיט די פאראייניגטע גרופעס, דאס איז א גורם צי אינטערנאצינאלע שנאת ישראל.

עס הייבט זיך אן א קייט וואס עס איז שווער צו ברעכן, ווען די אראבער וואס האבן איין אגענדע צו פארשמיצן אידן און די אויגן פון די וועלט, וואס טיט מען, מען הייבט אן ווייטער מאכן קארטאנען ווי לאנגע נעיזער אויף שלעינג בליט זויגערס, און אויף אנדערע חיות טרף, מען מאכט חוזק פון די צווייטע וועלט מלחמה, אלעס זענען גזמאות, עס וועקט אויף שנאה ליידער וואס טיט מען אויף ציריק, מען פארשעימט די אראבער, גורם נאך שנאה, מען נעמט וויינען פאר די וועלט אז מיר זענען ג'רודף'ט פאלק, אה איר זענט טאקע קוועטשעס סך הכל נאך ויקצו מפני בנ"י, בערך אוי לי אהער אדער אהין.

אם השם לא ישמור עיר, שוא שקד שומר, ווער רעדט נאך אז עס איז בכלל נישט דא קיין שומר, אינזער בליט איז דאך הפקר ליידער, קיק ווי יעדער שמויגר ריכטער געט פאר יעדע קליינע עבירה וואס א איד טיט שרעקליכע טערמינען מיט די אפענע שנעת ישראל לאזינג צי שיקן א מעסעדש פאר די קאמיוניטי, אדער ווי יעדער פארסמאקעט זיך ווען א איד איז און א צרה, עס איז ממש א מצב פון ואתא שינרא, וכלבא, וחיטרא, ונירא, ותורא, ומיא, ושוחט ומלאך המות אלע צינעזאם זענען מקיים ואכלא לגדיא דזבין אבא, מיר וועלן אבער בלייבן האפן אויף ואתא הקדוש ברוך הוא און וועט אינז אויסלייזן ווי שנעלער איידער עס פלאצט אויס נאך א אינטעפאדא פון שנאת ישראל.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פון די מוסולמענער ציטערט מען פשוט פארן לעבן, מען האט זיי נישט פיינט צוליב רעליגיע, משא"כ אידן.

פליקער, הערליך! כאטש שרעקעדיג. ה' ישמרנו.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

אבטולמוס האט געשריבן:שיינער ארטיקל, נאר געבויעט אויף א סך פאלשע הנחות. צום ביישפיל, לייען דא:
WASHINGTON, D.C. -- More than 4 in 10 Americans (43%) admit to feeling at least "a little" prejudice toward Muslims -- more than twice the number who say the same about Christians (18%), Jews (15%) and Buddhists (14%).
http://www.gallup.com/poll/125312/relig ... slims.aspx

זיי וויסן אז איך גלייב נישט און קיין פאלס, איך קען דיר מאכן פאלס אויף יעדע זאך אפילו ווען עס גראד קעיגן די מציעות, די אלע וועלכע פוילן זענען בייעסט צים פונקט אז זייער איינציגע האפענינג איז אז וועלן טוישן דעים דעת הקהל ווייל יעדע וועט גלייבן דעים פאל, א שטייגער ווער עס גייט געווינען אלעקשאנס, עס זענען דא אזוי פיל פאקטארן און א פאל וואס טוישט די אויסגאנג פינעם פאל, וויפיל פערזאנען זענען דערין, וויפיל אידען - גויים זענען געפרעיגט, וואס האט פינקט פאסירט בשעת מען האט געפרעיגט, די ווערטער פון די קשיות זענען זייער שוואך, שטעל זיך פאר די באקימסט א טעלעפאן קאל אזוי
האלא זאג נאר די האסט פיינט אידען, קריסטען מיסלעמעינער באדיסטן, פארשטיי אליינס וואס און דיין מחשבה לויפט דורך, און דערנאך טראכט צי אזא פאל האט האפט.
אוודאי נישט.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פליקער: ייש"כ פאר ארויסברענגען די פאקטן פונ'ם מצב וואס א יעדער איינער פון אינז פילט. ס'איז נישט אנגענעים אבער דאך א פאקט צו ציען א פאראלעל צווישן דעם מצב אין וועלכן אינז געפינן מיר זיך היינט און דער פאליטישער מצב פון די אידן אין אייראפע בכלל און דייטשלאנד בפרט, אין די 20'ער יארן פון פריערדיגן יארהונדערט, למספ'. די אידן אין דייטשלאנד האבן געהאט געלט און פאליטישע מאכט, און זענען געווען רעפרעזענטירט אין אלע צווייגן פון די עקאנאמיע, ביזנעס,טעאטערס, געריכטן און מעדיצין אויסער יעדן פראפארציע צו זייער צאל. זיי האבן גארנישט געחלומ'ט אז שווארצע וואלקנס רוקן זיך אן אויפ'ן האריזאנט און זייער עצם קיום און עקזיסטענץ וועט זיין אין סכנה. אין די אנהויב דרייסיגער יארן (1933) ווען היטלער און די נאציס ימ"ש זענען געקומען צו דער מאכט און ערנסטע אונטערדריקונגען האבן זיך אנגעהויבן אקעיגן די אידן זענען די אידן נאך אלץ געוועין זיכער אז דער לעגאלער סיסטעם (קאורטס) וועט באשיצן זייערע רעכטן. ערשט נאך די ביטערע געשעענישן פון קריסטאל נאכט אין '38' האבן זיי זיך אנגעהויבן אויפצווועקן און איינזעען דעם ביטערן מצב אין וועלכן זיי געפינען זיך. לאמיר צוריקגיין צום היינטיגן מצב. אזוי ווי דו האסט שוין אויסגערעכנט אז א יעדער אזוי גערופענער נייעס רעפארטער וועט צו בלאזן א יעדע מינדערוויכטיגע "עבירה" ביי וואס א איד ווערט געכאפט, אויסער א יעדן פראפארץ און ארויסהייבן דעם אידישן אפשטאם (במישרין או בעקיפין) פון דעם "עבריין". אויך די שפל'דיגע שחור'טע ביי די "אקיופאי וואל סטריט" דעמאנסטראציעס האט געשריגן אז די אידן זענען שולדיג אין חורבן פון די עקאנאמיע. און די "טרוטהערס" באוועגונג ארום די חורבנות פון9/11 וואס די פארשאלטענע מוסולמעינער רוצחים האבן אנגעמאכט, בלעימען זיי אויך אויף די אידן. (מדינת ישראל). ס'בלייבט נאר איבער איין זאך מתפלל זיין צום באשעפער אז די אלע רשעים און רוצחים זאללן נישט האבן קיין שליטה אויף אידישע קינדער. אזוי ווי ס'שטייט אין "והיא שעמדה לאבותינו ולנו"...שבכל דור ודור עומדים עלינו לכלותינו, והקב"ה מצילנו מידם.... :? 8-) :roll: :twisted: :evil: :oops: :cry: :o
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

האב איך דען נישט גענוג מאל,
מיין שאלה; ווען איז געווען די מאלן וואס דו האסט געהערט אנדערש? ;)
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

אבטולמוס האט געשריבן:שיינער ארטיקל, נאר געבויעט אויף א סך פאלשע הנחות. צום ביישפיל, לייען דא:
WASHINGTON, D.C. -- More than 4 in 10 Americans (43%) admit to feeling at least "a little" prejudice toward Muslims -- more than twice the number who say the same about Christians (18%), Jews (15%) and Buddhists (14%).
http://www.gallup.com/poll/125312/relig ... slims.aspx

[tag]אבטולמוס[/tag] איך ווינדער זיך אויף דיר, דו גלייבסט דעי פאול, זעיסטו דען אז עס איז לעכערלעך, למשל איין שיינעם ציפרי אדער אווענט, געלאפ קאלט אריין האלא מיר ווילן מאכן א פאול, דו האלסט מען האט פיינט מוזלעם'ס, אידען שחורים, עה יא פאר שחורים ניין פאר פאטא ריחות, אוודאי איז אזא פאול נישט אקאראט, קיינער גיבט נישט אפ זייער ריכטיגע רעליגע, האלא ווי וואנע עסק קוועסטשן'ס אר יו עי דזשא, עה נא איים א ניגר, די סארט פאולס זענען נישט מאסגעיבענד, מיין אייגענעם פאול איז וואס איז יא מייסגעיבענד, קיק אין די קאמענט'ס סעקשן פון יעדע אידישע נייעס, צי איז עס נ"י טיימס פאוסט אדער סיי וועלכע בלאג, אין זאג מיר וועים מען האט פיינט א איד צי א מוזל,
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

ס׳איז זעלבסטפארשטענדליך און א נאטורליכע פארקומעניש, אז ווער נאר אימער וואס וועט זיך אויפפירן ווי א פריץ בשעתו, א שטייגער ווי דער יעניגער (אן פורט צו זיין בשמו) וואס שפאצירט זיך אריין אין ביהמ״ד מעשה ׳משה מענטש׳ בבחינת ׳אני ואפסי עוד׳, וועט דאס ארויסרופען איבעל און התנגדות ביי די ארומיגע.

ביי אונז פרומע אידן איז דער יסוד היסודות טאקע אט דאס, אונזער באשיידנקייט איז באזירט אויפ׳ן ׳מלמד שהיו ישראל מצויינים שם׳ - אין רוב הינזיכטן ובפרט שם מלבוש לבוש, א צוגאנג פון זיין אפגעזונדערט בכוונה, ״אנדערש״ לשם ״אנדערש״ צו דערהאלטן דאס אידישער פאלק געקניפט און געבינדן לדורותיהם, אזא סארט מיטל וואס ברויך צו דינען ווי א מסך המבדיל כדי ס׳זאל חלילה נישט צוקומען לידי התבוללות, ועל זה גזרו על פתם, על שמנם, על יינם, אלעס בעיקר צוליב בנותיהם, וכו׳.

אונז דערקלער מיר אז מ׳איז אנדערש און מיר ווילן דאס אזוי, נו אוודאי שמעקט עס יענעם נישט.

ובכלל, אונזער צוגאנג צו אנדערע ראסן איז גארנישט בעסער, קודם מכח גשמיות האלטן מיר זיך בעסער ווי אנדערע, ומכל שכן מכח רוחניות, זייענדיג דער עם הנבחר זענען מיר דאך אוטאמאטיש שטאפלען העכער און דער ׳בשבילי נברא העולם׳ שלאגט טיפע ווארצלן אינעם גאנצן מהות, שוין אפגערעדט אז דער חזון ימות המשיח איז גארנישט ווייט פונעם נאצישן ״דייטשע ראסע איבער אלע״.

גראדע, טענה׳ט מארק פען אין זיין בוך Microtrends אז לגבי די פרייע אידן אין אמעריקא איז היינט פונקט קאפויער, זיי ליידן זיך נישט אן פון אנטיסעמיטיזם נאר גאר פארקערט, עס הערשן ״פרא סעמיטיזם״ ווינטן און אידישע קינדער זענען א יקר המציאות וואס גרויסע פראצענטן חפצים ביקרם.
כאן, חבל טבור הארץ.
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

ווען א נישט יודישער ארבעטער האט פארגעהאלטען א זשו-בוי פאר טוען עפעס אומארענטליך, האב'ך געפרעגט דעם גוי, דו ווייסט דאך אז די היספאנישע ארבעטער טוען גענוי די זעלבע, האט'ר געענטפערט, פון ענק ידען עקספעקטען מיר מער!
אזוי איז עס, ווען דער יוד וואס מ'עקספעקט מער טוט נישט מיטען זייער עקספעקטעישענס, שפירען זיי שוין א רעכט צו פיינט האבען, ס'נישט גוט צו טראכטען צופיל אין דעם מסכתא, ס'איז נישט בא'טעמ'ט,
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

איך האב זיך פארשטאלפערט און די ארטיקל וואס איך האב געשריבן מיט איבער צוויי יאר ציריק, איך ברענג עס ציריק ארויף פאר דיבאטע און ליכט פון די אפיציעלע מידיע אטאקע'ס און ליגאלע אטאקעס וואס האבן זיך פארמערט די לעצטע יאר אויף אלעס איבער אידען. צי האב איך דאן איבערגעטריבן אדער אויב וואלט איך געשריבן די ארטיקל היינט וואלט עס געצייגט אויף גלייכגילטיקייט צי צרות ישראל, איך האלט אז דאן האב איך גאר צי ווייניג געשריבן, עס איז לכאורה אסאך ערגער ווי איך האב דאן געמיינט.

די פאקט אז צייטונג שרייבער'ס האבן אינטערגעצינדען די אנטי סעמיטיזם איידער די צווייטע וועלט קריג איז דאך לכאורה לית מאן דפליג, און היינט ציטאג נישט געניג אז צייטונגען הערן נישט אויף שיטן פעך מיט שוועהבל און נישט געניג אז די FBI האט געמאכט זייער אפיציעלע מיסיע אינז צי דערשטיקן, איז דא נאך א ערגערע פראבלעם, אז יעדער שמויגער איז א צייטונג שרייבער, און יעדער איינער מיט א סעלפאון וואס פארמאגט א קאמערע איז א מאן דהוא און פארשפרייט זיינע מיינונגען אויף סאציאלע מידיע, דאס ברענגט די שנאת ישראל צי שטאפלען וואס מיר באגרייפן דערווייל נישט, און עס ציטערט מיר די גלידער ווען איך טראכט די נאכפאלגן, עד כדי כך אז איך גלייב נישט ווי לאנג מען וועט נאך אזוי קענען אנציען איידער עס וועט קראכן רח"ל. אונדערהיים זענען אידען געווען דרייסיג פראצענט איידער עס האט געקראכט, היינט זענען נאך אידען דא לויזיגע צוויי ביז דריי פראצענט, איך קען נישט זען אז מיר זאלען עס מאכן ביז דרייסג פראצענט ליידער.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פליקער: ייש"כ. דיינע ווערטער אין די ארטיקל פון 2 יאהר צוריק, און אויך די היינטיגע ארטיקל זענען כמים קרים על נפש עייפה.
איך האב אמאל געהערט אויף א ראדיא פראגראם אויף א שווארצע סטעישן דעם באקסינג פראמאוטער דאן קינג. ער האט מסביר געווען עטליכע פרטים פון האלאקאוסט וויאזוי ס'איז צושטאנד געקומען. פארשטייצעך אז ער האט געצויגן דערפון זיינע אייגענע מסקנות. וואס ס'איז נוגע פאר די נעבעכדיגע, אונטערדריקטע שווארצע באפעלקערונג אין אמעריקע. אבער, לפי האמת איז ער מער ווי טיילווייז גערעכט.
והנה: ער האט געפרעגט רעטאריש וויאזוי ס'איז מעגליך אז אידן אין אייראפע ביי די 2'טע וועלט מלחמה זענען אוועקגענומען געווארן פון זייערע היימען דורך די נאציס ימ"ש. און זייערע שכנים וועלכע האבן געוואוינט מיט זיי בשכינות פאר 40 יאר און מער. און האבן גענאסן פון גוטע, פריינטליכע באציאונגען האבן דאס צוגעלאזט, און זענען געווען גלייכגילטיג, אין בעסטן פאל. און זיי האבן זיך נישט אקעיגנגעשטעלט די נאציס.
ער האט דאס פארענטפערט אז אלעס האט צו טון מיט די מידיא. ווייל אין יוראפ האט די מידיא געהאלטן אין איין באשמוצן און דערנידעריגן די אידן און אויסגעטראכט אויף זיי אלע סארט נידריגע בילבולים. אזוי אז ווען די נאציס זענען געקומען זענען די אידן שוין געווען אזוי שטארק פארהאסט ביי זייערע שכנים אז זיי זענען געווען אינגאנצן גלייכגילטיג צום גורל פון די אידן.
ער (דאן קינג, וועלכער איז א וואוילע פרי אין זיינע אייגענע רעכטן, איבער וועם מ'קען שרייבן א גאנצן בוך.) האט געצויגן א פאראלעל צווישן די מצב פון די אידן און להב' דער היינטיגער מצב פון די שחורים אין אמעריקע, וועם די מידיא טוט באשמוצן נאן-סטאפ...!
ער האט נאר פארזעהן איין קליינעם סטאטיסטישן דעטאל פון זיין דרשה. וויפיהל ראיאטן, האלד-אפס, רציחות און אנדערע געוואלדטאטן האבן די אידן אין אייראפע אדורכגעפיהרט. לעומת זיינע ברודער דא אין אמעריקע.

נ.ב.: ס'זענען פארהאן עטליכע יחידים וועלכע זענען נספחים אדער בי.טי.'ס, וועלכע האבן אנדערע סענסיטיוויטעטן. צו זיי האביך (און מסתמא פליקער אויך) נישט גערעדט.
יא. דיך מייניך טאקע... :lol: :roll:
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

די פראבלעם איז אסאך מיינען אז די מאדערנע אידן וועלן שיצן אויף אונז. ס'איז א מיאוסער טעות. מיר זענען אזוי ווייט פון זיי סאציאליש, באלד א צווייטע רעליגיע. דו מיינסט זיי געבן א דעמם אויף אונז? זיי האסן אונז נאך די מערסטע. אוודאי, זיי זענען דא צו נעמען אונזער געלט, זיין אונזערע אקאונטענטס און לויערס אבער אונטערן רוקן בארעדן אונז און די מינוט די ערד וועט ברענען אונטער אונזערע פיס וועלן זיי זיך אפשאקלען אזוי שנעל ווי מ'שאקלט זיך אפ פון א משוגענעם. ווייל זיי האלטן אז מיר פאר'הרג'ענען זייער אנזעה. הגע קל וחומר בעצמך. מה-דאך א יוצא לשאלה געט אזוי ווייניג א ש*ט איבער אונז אז ער איז גרייט אונז צו פאר'מסר'ן, איינזעצן אין תפיסה און כל מיני שטיקלעך אנטאהן, כל שכן א מאדערנער אדער פרייער וואס איז אפילו נישט עצמינו ובשרינו, און איז בכלל נישט אויפגעוואקסען מיט דער אידעלאגיע. יא, מען דארף זיך אויפוועקן!
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

טאמבל סאס: במחכת"ה אז דער מצב איז אביסל אנדערש. דאס אנטי-סעמיטיזם (דאס עכטע, ביי די גויים) איז אזוי טיעף און פונדאמענטאל, אז ביום עברה, ח"ו וועללן זיי נישט מבחין זיין צווישן דעם גרעסטן, שטינקענדיגן חניאק, וועלכער ווייסט נישט וואו דער שאוער אדער ציין בערשטל איז, און דער גרעסטן שארף-געקליידעטן, קליען שעיווען פיינשמעקער וועלכער נוצט די בעסטע און פיינשמעקיגע דעאדארענטס און עפטער שעיוו. ווייל אזוי איז געווען ביי די 2'טע וועלט מלחמה. די נאציס ימ"ש האבן אריינגעלייגט אין דעם זעלבן געטא און גאז טשעימבער דעם גרעסטן חניאק'ישן חסיד'ישן איד און דעם הייסטן קנאי צוזאמען מיט דעם גרעסטן ציוני. און אפילו משומדים האבן געטיילט דעם זעלבן גורל...!
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

וואו זעסטו אנדערש אין מיין תגובה?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ווען דו זאגסט אדער שרייבסט אז מיר האבן (בטעות) א הוה אמינא אז די מאדערנע, פרייע אידן וועלכע קלאפן אן אין די הויכע פענצטערס וועלן אונז באשיצן. איז מיין ענטפער. אז ביום עברה, ח"ו וועלן זיי זיין אין דעם זעלבן פעקל וואס אונז. אונז טיילן דעם זעלבן גורל.

דרך אגב, ס'איז שוין די העכסטע צייט אז די נאאיווע, אבער גוט-מיינענדע מענטשן צווישן אונז, ווי למשל די ..."הייליגע" ארגאניזאציע נטרונא זאלן שוין איינזעהן אז זייער צרה איז נישט מדינת ישראל און ציונים. ווייל מדינת ישראל און די אזוי-גערופענע ציונים זענען אין זעלבן פעקל וואס אונז אזוי-גערופענע חניאק'עס. און זיי זאללן נישט ארויסווארפן יודיש געלט כדי צו איבערצייגן די גויים אז אונז זענען די פיינע דזשוס. אונז זענען נישט קיין ציונים. דאס איז אלעס פיין און וואויל פאר אונז אין ביהמ"ד. אבער די גויים וועלן מיר קיינמאל נישט איבערצייגן אונז נישט פיינט צו האבן. אויסער, אז די גאנצע נטרונא איז א רעקעט. און ס'געמאכט צו שלעפן געלט פון עטליכע גבירים וועלכע האבן שוין נישט וואס צו טון מיט זייער געלט...!
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

בערל! ווי שוין עטליכע מאהל דיר ערווענט דיין וויסטע שנאה צי אנטי ציונים מאכט דיך בלינד צי דברים פשוטים מאוד, נטרונה וואס זייער מיסיע איז קלאר נישט צי פארמיידן אנטי סעמיטיזם, זייער מיסיע איז קלאר נאר צי פארמיידן די ציונים פון רעדן און מיין און אין דיין נאמען, פשוט אוועק צי נעמען דעם טיטל פון ביבי אלס מנהיג ישראל, ער איז א פריים מיניסטער פון ארץ ישראל און זיי לייקענען עס נישט נאר ער איז נישט מיין מנהיג איך האב נישט געשטימט פאר אים און איך וואוין נישט אין איזריעל, און איך האלט שטארק פון זייער מיסיע און זיי פירן אויס זייער מיסיע עד הסוף, און בערעלע פארקריך נישט די אשכול צי נטרונה אדער ציוניזם...
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פליקער: דו מאכסט מיך זייער שטארק שמייכלען. איך און נאך נאך צענדליגער טויזנטער אידן האבן קיינמאל נישט געהאט א הוה אמינא אז ביבי אדער סיי וועלכער פרעמיער פון מדינת ישראל רעדט אין מיין נאמען. ער פרעטענדירט אפילו נישט צו רעדן אין מיין נאמען. ער האט געניג לאקאלע היימישע און וועלטליכע פראבלעמען מיט וואס ער איז פארנימען איבער'ן קאפ. איך ווייס אויך אז ער געט נישט קיין ש--ט איבער מיר. און איך אויך נישט איבער איהם. און אפילו די גויים ווייסן דאס אויך. מ'דארף נישט קיין נטרונא (איך האב זיי זייער שטארק ליעב). פאר דעם. וואס מיינסטו אז די גויים זענען ריטארדעד...? זיי ווייסן גאנץ גוט אז די אידן אין אמעריקע פיהרן נישט און ווערן נישט געפיהרט דורך די פיהרערס אין מדינת ישראל. און ווען די גויים נוצן דאס אלס תירוץ פאר זייער אנטי-סעמיטיזם וועט נישט העלפן קיין שום הסברים פון נטרונא אדער סיי וועמען...!
אדרבא. ברענג מיר איין אמת'דיגן רעפארט וואו א איד איז געראטעוועט געווארן פון קלעפ אדער טויט, ר"ל דורך די הסברים פון נטרונא אדער נטורי קרתא...!
א גוטן. איך מוז גיין דרייוון דעם באס. סאו עלל'עך מוזן סטאפן מיט די שטותים...!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ר' בערל איז שוין געווארען פרא-נטרונא, מיט'ן אנרופען אזעלכע פיינע נעמען. עפעס א תשובה איז ער אריבער.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א מעשה'לע:

ס'האט מיר פארציילט איינער אז ער האט זיך אנגעשטויסן אין א פרייער איד. דער פרייער איד האט אים אטאקירט און געצימבלט איבער די אנטיסעמיטיזם וואס די חסיד'ישע אידן זייען אן, די שנאה וואס די גוים האבן אויף די פרומע אידן איז לאין שיעור, אלטץ זענען די פרומע שילדיג וכו וכו.

זאגט ער אים צוריק: "יא יא, אכטציג יאר צוריק האבן זיי אנגעהויבן מיט ענק כאטש עטס זענטץ געווען פולשטענדיג אסומילירטע אידן, פרייע דזשענטלמענער, און זענען געקומען ענדיגן ביי אונז פרומע אידן אין פולין אונגארען. יעצט איז פארקערט גראדע, הייבן הייבן זיי טאקע אן מיט אונז, ווארט נאר ווארט און זיי ענדיגן ביי אייך..."

והלך המודרני לדרכו בנזיפה.
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: אנטי סעמיטיזם

שליחה דורך גראף »

גוגעל האט אפגעשטעלט א פלאג-אין וואס אנטיסעמיטען האבן געניצט אלס א מיטל פאר אנדערע אנטיסעמיטען צו באפאלען און באשמוצען אידן. דער פלאג-אין האט געלייגט דריי ((( ))) ביי די זייט פון א נאמען וואס זיי האבן עס געניצט פאר אידישע נעמען און אזוי האבן זיי בייקומען דער מעסעזש אז דער איז א איד.

http://www.engadget.com/2016/06/03/goog ... extension/
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל

שליחה דורך קאמענטירער »

גראף האט געשריבן:גוגעל האט אפגעשטעלט א פלאג-אין וואס אנטיסעמיטען האבן געניצט אלס א מיטל פאר אנדערע אנטיסעמיטען צו באפאלען און באשמוצען אידן. דער פלאג-אין האט געלייגט דריי ((( ))) ביי די זייט פון א נאמען וואס זיי האבן עס געניצט פאר אידישע נעמען און אזוי האבן זיי בייקומען דער מעסעזש אז דער איז א איד.

http://www.engadget.com/2016/06/03/goog ... extension/

אפשר קען מען מסביר זיין אויפן שפיץ גאפעל וואס עס מיינט א ''פלאג-אין''?
...
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: אנטי סעמיטיזם

שליחה דורך קל וחומר »

אן עקסטענדעד סאפטוועיר צו א פראגרעם
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: אנטי סעמיטיזם

שליחה דורך גראף »

קאמענטירער האט געשריבן:אפשר קען מען מסביר זיין אויפן שפיץ גאפעל וואס עס מיינט א ''פלאג-אין''?


א פלאג-אין איז עפעס וואס מען ניצט פאר א וועב בראוזער למשל גוגל קראום. לאמיר זאגן דו ניצט קראום און א געוויסע וועב זייטעל האט ווידיאוס וואס ווען דו קליקסט פלעי ארבייט עס נישט א מעסעזש קומט ארויף, כדי צו זעהן די ווידיאו פארלאנגט זיך אדאבי פלעש פלעיער.

איז גייט מען און מען דאון לאודט אין קראום ביי פלאג-אינס אדאבי פלעש פלעיער וזהו יעצט האט שוין דיין בראוזער נאך א שטיקל סאפטווער.
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל

שליחה דורך קאמענטירער »

הייסט יעצט פאנג איך אן צו כאפען פארוואס אלע ווידאוס דא אין שטיבעל ארבעטן נישט
שוין וועל איך זוכען צו דאונלאדען די אדאבי
שכח
...
פארשפארט