בלאט 1 פון 1

רוף צו קומען צו הילף פאר די אפסטעיט געגענטער (קאסינא)

נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 11:29 am
דורך עפל סיידער
קריטיש וויכטיג!
דער גרויסער סכנה פון די געמבלינג קאסינא'ס אין די קעטסקילס און נעבן קרית יואל שוועבט איבער אונזערע קעפ!

ע"פ קריאת הרבנים הגאונים שליט"א ליגט א חיוב אויף יעדן ערוואקסענעם צו אינטערשרייבן פעטיציעס און צו טון וואס מעגליך אז דאס זאל נישט צושטאנד קומען נעבן די היימישע געגענטער. ספעציעל און די קעטסקילס און הארט נעבן קרית יואל.

בייגעלייגט איז:
·         פעטיציע פאר תושבי קרית יואל והגלילות.

·         פעטיציע פאר איינוואוינער און פאר די וואס וויילן זומער אין די קעטסקילס, ווי אויך די וואס האבן  קינדער אין די זומער קעמפס אין די געגנד.

·         פעטיציע מיט מערערע חתימות פאר די וואס ווילן צוהעלפן זאמלען חתימות פון נאנטע און באקאנטע, ווי אויך ווערן די עסקנים געבעטן צו גיין אין די בתי מדרשים זאמלען חתימות.

שרייבט דאס אונטער און פעקסט דאס אריין צו: 732.901.0103

אדער שיקט דאס צו  communitiesagainstcasinos@gmail.com

לייגט דאס נישט אפ! שיקט דאס שוין אריין

זייט מתפלל און רייסט איין ביים בוכ"ע אז עס זאל נישט צושטאנד קומען דער חורבן!

נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 11:30 am
דורך עפל סיידער
ווער עס האט דעם פעטיציע בריוו ביטע עס ארויפלייגען מיר גייט עס עפעס נישט,
עס איז א גאר קריטישע ווענדפונקט פינעם יהדות אמעריקא, בפרט אז פילע חלומען צו בויען פרישע שטעט אין יענע געגנטער.

נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 1:57 pm
דורך היסטאריקער
עפל סיידער האט געשריבן:קריטיש וויכטיג!
דער גרויסער סכנה פון די געמבלינג קאסינא'ס אין די קעטסקילס און נעבן קרית יואל שוועבט איבער אונזערע קעפ!

ע"פ קריאת הרבנים הגאונים שליט"א ליגט א חיוב אויף יעדן ערוואקסענעם צו אינטערשרייבן פעטיציעס און צו טון וואס מעגליך אז דאס זאל נישט צושטאנד קומען נעבן די היימישע געגענטער. ספעציעל און די קעטסקילס און הארט נעבן קרית יואל.

בייגעלייגט איז:
·         פעטיציע פאר תושבי קרית יואל והגלילות.

·         פעטיציע פאר איינוואוינער און פאר די וואס וויילן זומער אין די קעטסקילס, ווי אויך די וואס האבן  קינדער אין די זומער קעמפס אין די געגנד.

·         פעטיציע מיט מערערע חתימות פאר די וואס ווילן צוהעלפן זאמלען חתימות פון נאנטע און באקאנטע, ווי אויך ווערן די עסקנים געבעטן צו גיין אין די בתי מדרשים זאמלען חתימות.

שרייבט דאס אונטער און פעקסט דאס אריין צו: 732.901.0103

אדער שיקט דאס צו  communitiesagainstcasinos@gmail.com

לייגט דאס נישט אפ! שיקט דאס שוין אריין

זייט מתפלל און רייסט איין ביים בוכ"ע אז עס זאל נישט צושטאנד קומען דער חורבן!

forgot? מאכט באלד עטליכע ווערטער

נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 2:08 pm
דורך יין שרף
Petitions

נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 2:13 pm
דורך יין שרף
קול קורא'ס

נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 2:16 pm
דורך יין שרף
להערה בעלמא! איך נעם נישט קיין צד אין די אישו.

זענען טאקע די אפסטעיט געגענטער אין א סכנה פון אונטערגיין??

נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 2:30 pm
דורך מ גפני
איך בין לעצטנס געווען אויף וואקאציע אין ניו דזשערסי איז מיר אויסגעקומען צו דאווענען אין א היימישע שול אין AC, דארט האבן געדאוונט ערענסטע ליטווישע בעלי בתים, ליטווישע כולל אינגעלייט, און נאך ערליכע אידן, גארנישט אנדערש ווי סיי וועלעכע שול אין פלעטבוש, טיענעק, אדער פאסעיק. זעה איך פונדעם אז א אידישע קהילה קען יא עקזיסטירן נעבן קאסינאס, אז מה כל הרעש??

נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 4:10 pm
דורך Ben-Shishim
מ גפני האט געשריבן:איך בין לעצטנס געווען אויף וואקאציע אין ניו דזשערסי איז מיר אויסגעקומען צו דאווענען אין א היימישע שול אין AC, דארט האבן געדאוונט ערענסטע ליטווישע בעלי בתים, ליטווישע כולל אינגעלייט, און נאך ערליכע אידן, גארנישט אנדערש ווי סיי וועלעכע שול אין פלעטבוש, טיענעק, אדער פאסעיק. זעה איך פונדעם אז א אידישע קהילה קען יא עקזיסטירן נעבן קאסינאס, אז מה כל הרעש??


The answer is simple, the 99% Ehrlicha were in shull
What about the 1% non Ehrlicha, where were they?
BTW did you also visit the casino to see how many Jewish men women and children are gambling their lives away?

I will also add that unfortunately i have a close family member that goes to AC so very often, takes all the money he can put his hands on, even what his wife is trying to earn on the side just to have bread for the kids..

Oish please don t make me talk, it really hurts to see how this family is going down the drain... Litterly

נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 5:07 pm
דורך עפל סיידער
היסטאריקער האט געשריבן:forgot? מאכט באלד עטליכע ווערטער

איר האט פארזעהן די קעפל?

נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 6:37 pm
דורך מ גפני
Ben-Shishim האט געשריבן:
מ גפני האט געשריבן:איך בין לעצטנס געווען אויף וואקאציע אין ניו דזשערסי איז מיר אויסגעקומען צו דאווענען אין א היימישע שול אין AC, דארט האבן געדאוונט ערענסטע ליטווישע בעלי בתים, ליטווישע כולל אינגעלייט, און נאך ערליכע אידן, גארנישט אנדערש ווי סיי וועלעכע שול אין פלעטבוש, טיענעק, אדער פאסעיק. זעה איך פונדעם אז א אידישע קהילה קען יא עקזיסטירן נעבן קאסינאס, אז מה כל הרעש??


The answer is simple, the 99% Ehrlicha were in shull
What about the 1% non Ehrlicha, where were they?
BTW did you also visit the casino to see how many Jewish men women and children are gambling their lives away?

I will also add that unfortunately i have a close family member that goes to AC so very often, takes all the money he can put his hands on, even what his wife is trying to earn on the side just to have bread for the kids..

Oish please don t make me talk, it really hurts to see how this family is going down the drain... Litterly

אן ADDICT וואס גייט ספענדן זיין גאנצע געלט אין קאסינא צאלט אויף צו פארן ווייט אויך

נשלח: זונטאג מאי 04, 2014 3:01 pm
דורך גיבור
עס איז א פחד! די זעלבע ניקס וואס זענען ביזי מיט די האלאקוסט זענען ביזי זיך צו שלאגן דא מיט גוי, עולם וועקטס ענק אויף אונז זעמיר אין גלות, יא, אונז גיי מיר נישט איינטיילן פארן גוי צו ער זאל זיך נאכגעבן זיינע תאוות צו נישט, אונז גיי מיר זיך נישט אריינמישן ביי עם ווייל אונז וויל מיר נישט אז ער זאל זיך מישען ביי אונז, וואס ליידער דארפן מיר רחמים, מילה, שחיטה, חינוך, וכו', אונז גיימיר זיי לאזן לעבן אזוי אולי וועלן זיי אונז לאזן לעבן, אונז גיימיר זיי נישט געבן א סיבה אין מויל אריין אונז צו פיינט האבן אונז האב מיר גענוג אזוי אויך, אויב קענען מיר נישט וואוינען לעבן זיי משום איזה סיבה שהיא וועלן מיר מופן אבער חלילה זיי נישט פארטרייבן, געדענקטס שלש שבועות איז שייך אין חוץ לארץ אויך,אונז געדענקן יא די האלאקוסט אונז וויל מיר נישט נאך איינס אפילו נישט א מעין דמעין.
עסקנים ריכטיגע עסקנים וועקטס ענק אויף און מאכטס שטיל די נערישע סכנהדיגע מערכה, געדענקטס עטס זאלטס נישט זאגן אז מען האט נישט געווארנט!

נשלח: זונטאג מאי 04, 2014 3:51 pm
דורך בן תמליון
איך שטים מיט גיבור 100%. עס קומט מיר אויס צו זעהן די סאציאלע סייטס פון די אפסטעיט נישט אידן. זיי קוקן ארויס מיט לעכט אויף א קאסינא עס זאל ברענגען זשאבס און אויפלעבן די פארשלאפענע קעטסקילס. די שנאה וואס דער עמך דארט האט צום חרדי ווען זיי רעדן אפן איז ממש א פחד. מיט וואס א רעכט קומען מיר אידעלעך וואס קומען ניין וואכן קאמאנדעווען ווי ביים טאטן אין גארטן על אפם פון די פארביסענע קעטסקילס איינוואינער, און צונעמען זיין האפענונג פאר א זשאב פאר זיין טאכטער?

האט איר געזען דעם רעקארד נעכטן וואו ער שריייבט איבער די חרדים וואס האבן זיך אנגעריקט קיין אלבאני צום מיטינג פאריגע וואך זאגנדיק זיי ברענגען טויזנטער פעטיציעס קעגן קאסינאס מיט א בילד פון א חסיד דארט מיט א ריזיקן הוט מיט אן ערנסטן בארד און פיאות? וואס א מין וואנזיניקייט איז דאס? ווער האט ענק גערופן? אויב טוהן טוטס עס אינטער די קוליסן נישט פארנט פון מידיא קעמרעס.

אזאלכע אומפאראנטווארטליכע מעשים תעתועים וועט נאר פארשנעלערן דעם קומענדן האלאקאוסט אויף חרידישע אידן אין אמעריקע. (היל"ת).

נשלח: זונטאג מאי 04, 2014 7:12 pm
דורך עפל סיידער
מיר מעגן בעטן זיי זאלען אהין רוקען די ארבעטס פלעצער ווי עס וועט נישט מזיק זיין פאר די אידישע באפעלקערונג, די נידון איז נישט אפצושאפען די קאסינאס נאר ווי מען זאל עס בויען.

נשלח: זונטאג מאי 04, 2014 7:40 pm
דורך איש עברי
אומפארשעמטע מענטשן וואס לעבן אויף סאציאלע פראגראמען וואס ווערט באצאלט דורך די אויסגעהארעוועטע אמעריקאנע טעקס פעיערס שרייבן מיט קידוש לבנה אותיות "אל תיתן נחלתך לחרפה למשול בהם גוים" און טאמער וועלן די צייטונגען דאס צושמירן וועט מען מאכן א ריזן פרעסע קאנפערענץ קעגן זיי, עם ישראל חי!

נשלח: זונטאג מאי 04, 2014 8:55 pm
דורך בן תמליון
עס מוז שנעל ווערן א טויש אינעם מהלך המחשבה פון דעם מיטל אלטער דור דא ביי אונז. מען ברויך זיי צוזאמענעמען און מסביר זיין מיר לעבן מער נישט אין הודאנאנאש. מען דארף זיי מסביר זיין וואס דאס איז אינטערנעט און אז יעדן געשריבענעם ווארט אדער דרשה אין בונקער איז מארגן צושמירט אויפן גאנצן ערד קוגל. פארוואס האבן די חכמי הבלאט נישט קיין שכל? די וואך האט דער עוכר ישראל שמריה רז"ב איבערגעטייטשט א בריוו אין בלאט וואס פארלאנגט מעו זאל נישט אריינלייגן בילדער פון טמא'נע גוים. וויאזוי מיינט איר קוק עס דער גוי אן? פעילד מעסייע איז זייער פאפולער ביי די אפסטעיט חברה, זיי לערנען אפ יעדן שטיקל זיינעם און ווערן זייער פארגעשריטן איבער אלעם וואס טוט זיך ביי אונז.

נשלח: מאנטאג מאי 12, 2014 10:52 pm
דורך יין שרף
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=fAXqibouNmU[/youtube]

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 2:07 pm
דורך בן תמליון
דעסיזשאן איבער ווער באקומט קאסינא ווערט אנאנאנסירט יעצט.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 2:16 pm
דורך בן תמליון
אראנזש קאונטי באקומט נישט קעטסקילס באקומט איינס, אדאלארס.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 2:25 pm
דורך [NAMELESS]
די באשטעטיגטע קאסינא

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 4:31 pm
דורך נתן מנחם
מיינט דאס אז די ריעל עסטעיט ארום די אלטע קאנקארד האטעל וועט יעצט ארויפגיין. למשל די ראלי האטעל אדער באבוב'ער יונגעל קעמפ וועט די ריעל עסטעיט ארויפגיין ווייל עס איז א שפאן אוועק פון די קאסינא?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 9:40 am
דורך I'm back
נאך א געווינס פון קאללער.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 4:08 pm
דורך שעפטל
נעקסטיים זאל מען ערוועלן קאללער... גוט פאר ענק!!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 4:57 pm
דורך Kool man
מיין פעטער שרייט אז אויב ס'איז אמת די קאסינא פארקויפט ער זיין סאמער האום אין סאוט פאללסבורג און לויפט קיין וואודרידזש ווייט לעיק אדער סוואן לעיק