בלאט 1 פון 1

לכבוד שב"ק - *קאווע בלעטער* גליון ז' אייר (א) תשע"ד

נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 12:52 pm
דורך פישלע העררינג
אי"ה לכבוד שבת קודש וועט זיין צו באקומען די פרישע "קאווע בלעטער" פאר חצי אייר א'.

א שלל פון הערליכע ארטיקלען, פון אלע סארטן, שיין אויסגעשטעלט צום לייענען און הנאה האבן.

    איינדריקן פון פסח... [tag]יאיר[/tag]

    אנטיסעמיטסזם... [tag]פליקער[/tag]

    גדולי החסידות בשבח אמונה על ידי ידיעה... [tag]שיטה מקובצת[/tag]

    בילדער פון ניו יארק 1896... [tag]ישמעאל הכהן[/tag]

    מה נשתנה - לב טהור... [tag]בעל בעמיו[/tag]

    תשובה בענין שריפת הלולב... [tag]יאיר[/tag]

    קשה כקריעת ים סוף... [tag]מצטמק ויפה[/tag]

    ווער איז א נאצי... [tag]פרישער[/tag]

    אמרתי אחכמה והיא רחוקה ממני... [tag]ונבנתה העיר[/tag]

    ליגענט זאגן... [tag]טאמבל סאס[/tag]

    ואת לחצינו זה הדחק... [tag]פליקער[/tag]

    און נאך... [tag]אבטולמוס[/tag]; [tag]פארוואס?[/tag]; [tag]פארוואס?[/tag]

די מערכת פוון"קאווע בלעטער" ארבעט אוממידלעך אז עס זאל זיין גרייט פאר שבת קודש.

נ.ב. די מערכת בעהט זייער פון די דיעות זאגער און איינטיילער למיניהם, אז זיי זאלן שיקן זיערע באפעלן בלויז אין אישי, כדי צו פארזיכערן אז זיי ווערן אויפגענומען מיט'ן פולסטע כובד הראש...

נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 12:54 pm
דורך שמעקעדיג
יישר כח!!!

מיר ווילן בעטן די מערכת א פעיפעל אקאונט.....

נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 12:56 pm
דורך מ גפני
[tag]פישל'ע העררינג[/tag] א גרויסן ישר כח פאר דיין געוואלדיגע ארבעט

נשלח: פרייטאג מאי 02, 2014 3:37 pm
דורך מצטמק ויפה
פישל'ע, איך האף אז ווען איך שטיי אויף פון מיין שינה (בערב) שבת תענוג, וועל איך שוין קענען האבן די תענוג פון ליינען "קאווע בלעטער" .....

גליון ז' חלק א'

נשלח: פרייטאג מאי 02, 2014 3:39 pm
דורך פישלע העררינג
אט איז חלק א'.

אזוי ווי איך האב שוין ערקלערט אין אן אנדערע אשכול, האב איך געטראפן א נייע דזאב וואס פארלאנגט אסאך פון מיין צייט, טוה איך וייטער בעזרת השם נאר ווען איך האב א מינוט דא און א מינוט דארט.

https://dl.dropboxusercontent.com/u/130 ... %D7%90.pdf

לייענטס און האטס הנאה!

געדענקטס צו לייקען די מחברים!

[tag]באריסטא[/tag], קענסט אפשר ארויסשיקן א טוויט.

נשלח: פרייטאג מאי 02, 2014 5:28 pm
דורך פישלע העררינג
אידעלעך, לכבוד שבת קודש! זייטס ענק מחיה. די לינק איז אין די ערשטע הודעה פון דעם אשכול און אין די פריערדיגע תגובה.

גוט שבת!

נשלח: מוצ"ש מאי 03, 2014 11:20 pm
דורך פישלע העררינג
גוט וואך, אידען!

דער ערשטע חלק פון גליון ז' איז ארויס ערב שבת, כלול בהדרו. דער לינק איז אינעם ערשטן הודעה פון דעם אשכול.

ליינט און האטס הנאה!

נשלח: מוצ"ש מאי 03, 2014 11:25 pm
דורך שטילע אינגערמאן
שבת נאכמיטאג האב איך געליינט דער מאמענט, משפחה, דער בלאט, קאווע בלעטער.
וואס זאל איך זאגן? נישט אזוי ווי געווענדליך. אבער דא איז די ביליגסטע די בעסטע.

נשלח: מוצ"ש מאי 03, 2014 11:44 pm
דורך שמעקעדיג
פישעלע עס איז זייער שיין. הערליך אויסגעשטעלט. בא'טעמ'ט צו ליינען.
איך האף דו ווערסט נישט bored פון אזויפיל דאנקען....

נשלח: מוצ"ש מאי 03, 2014 11:47 pm
דורך נולד מאוחר
איז דא נייע סחורה וואס איז נאך נישט געווען אויף ק''ש?

נשלח: זונטאג מאי 04, 2014 12:17 am
דורך פישלע העררינג
נולד מאוחר האט געשריבן:איז דא נייע סחורה וואס איז נאך נישט געווען אויף ק''ש?

נישט ממש, אבער פנים חדשות באו לכאן. אדרבא, געב א קוק.

נשלח: זונטאג מאי 04, 2014 1:09 am
דורך נולד מאוחר
געקוקט, הערליך.

נשלח: מאנטאג מאי 05, 2014 6:28 pm
דורך חכם עתיק
פישעלע, אמתדיג א שיינע ארבייט.

פאקט איין אנדערע מאגעזינען.

וואס זאגט די עולם? קען מען עס אהיימנעמען פאר די משפחה?

נשלח: מאנטאג מאי 05, 2014 7:24 pm
דורך מאטי
חלק ב' ?

נשלח: מאנטאג מאי 05, 2014 8:25 pm
דורך פישלע העררינג
מאטי האט געשריבן:חלק ב' ?

מ'קען דיך שוין פארהערן אויף חלק א'?...

עס קומט. מיין נייע דזשאב ערלויבט מיך נישט מער צו פיהל צייט.

נשלח: דינסטאג מאי 06, 2014 11:00 am
דורך חכם עתיק
די העלבראנץ ארטיקל איז משוגע גוט!

און אמת אויך!!

נשלח: דאנערשטאג מאי 29, 2014 5:34 pm
דורך מ גפני
[tag]פישל'ע העררינג[/tag] מארגן איז ר"ח, וועלן מיר זוכה צו נאך א בלעטעל אויף שבת אדער עט ליעסט אויף יו"ט? די לעצטע פאר טאג איז צוגעקומען פיינע סחורה אויף צו קענען מאכן א שיינער ליקוט

נשלח: דינסטאג יוני 03, 2014 7:19 pm
דורך מ גפני
כ'האב געווארט און געווארט אפשר דאך וועט אונזער טייערער [tag]פישל'ע העררינג[/tag] אונז מזכה זיין מיט "בלעטער" אויף שבועות, איי געס כ'וועל זיך מוזן באגענוגען מיט די גרינע בלעטער וואס מ'הענגט אויף... גוט יו"ט

נשלח: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:12 pm
דורך פישלע העררינג
מ גפני האט געשריבן:כ'האב געווארט און געווארט אפשר דאך וועט אונזער טייערער [tag]פישל'ע העררינג[/tag] אונז מזכה זיין מיט "בלעטער" אויף שבועות, איי געס כ'וועל זיך מוזן באגענוגען מיט די גרינע בלעטער וואס מ'הענגט אויף... גוט יו"ט

איך בין זעהט אויס פארנומען מיט שאפען די עכטע גרינע בלעטער.

נשלח: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm
דורך I'm back
איך גלייב אז [tag]פישלע העררינג[/tag] האט נישט ארויסגענומען קיין פאטענט אויף דעם.

נשלח: פרייטאג יוני 06, 2014 9:20 am
דורך פלעין יודיש
פישל'ע העררינג האט געשריבן:
מ גפני האט געשריבן:כ'האב געווארט און געווארט אפשר דאך וועט אונזער טייערער [tag]פישל'ע העררינג[/tag] אונז מזכה זיין מיט "בלעטער" אויף שבועות, איי געס כ'וועל זיך מוזן באגענוגען מיט די גרינע בלעטער וואס מ'הענגט אויף... גוט יו"ט

איך בין זעהט אויס פארנומען מיט שאפען די עכטע גרינע בלעטער.

און דאס מאכסטו דורך ארבעטן מיט די האלץ אויף וואס ס'הענגט די גרינע בלעטער....