חידון התנ"ך
נשלח: זונטאג מאי 04, 2014 3:01 pm
ווי יאהר יעהליך די לעצטע 52 יאהר קומט פאהר מארגן די יעהרליכע חידון התנ"ך, אדער bible quiz אין ענגליש, ווי עס פארמעסטן זיך צענדליגע יוגנטליכע, פון פארשידענע לענדער ארום די וועלט, טייל יאהרן באטייליגן זיך יונגן פון ארום 25 לענדער, אריינגערעכנט אזעלכע לענדער ווי קאנאדא, אוסטראליע, פאנאמע, מעקסיקא, קאלאמביע, ענגלאנד, און פארשטייט זיך אמעריקע, די קאנדידאטן ווערן אויסגעוועהלט פון טויזנטער וואס גייען אריבער בעפארברייטונג פארהערן און מען נעמט די בעסטע צו רעפרעזענטירן ביים גרויסן מעמד.
די חידון איז איינגעפירט געווארן דורך די ערשטע פרעמעיער דוד בן גוריון, און אין די ערשטע יאהרן איז עס געווען די צענטראלע אטראקציע פון די יום העצמאות און איז מיטגעהאלטן געווארן דורך כמעט די גאנצע מדינה אויף טעלעוויזיע, און נאך היינט איז עס זייער א וויכטיגע געשעעניש און ווערט מיטגעהאלטן דורך די העכסטע אפיציעלן.
איך פערזענליך ווער זייער איבערגענומען צו מיטהאלטן די חידון, עס ווארימט די הארץ צו זעהן ווי יונגע קינדער זענען אויסגעקאכט בכל קוץ ותג פון תנ"ך מיט די פונקטליכע לשונות און דאטומען, און עס סימבאליזירט די תקומה וואס אידן האבן געהאט די לעצטע זעכציג יאהר.
די מעמד ווערט אנגעפירט דורך די בארימטע פראפעסאר אבשלום קור, וואס פאר דעם אליין לוינט זיך מיטצוהאלטן די מעמד, ער האט זייער א רייכע שפראך און פירט אן די מעמד זייער עלעגאנט און אינטרעסאנט.
ביי די חידון פון תשע"א איז געווען א אינטרעסאנט געשעעניש ווען אבנר נתניהו די זוהן פון די ראש ממשלה האט כמעט געווינען די פארמעסט, און איז דורכגעפאלן פון א שאלה וואס זיין טאטע האט אים געפרעגט, [מען געט די כבוד פאר די ראש ממשלה צו שטעלן א פראגע]