בלאט 1 פון 3
וואס זאג איך פאר מיין זון?
נשלח: זונטאג מאי 04, 2014 9:17 pm
דורך דער_טאטע
אין די לעצטע צייט האב איך אנגעהויבן צו באמערקן אז מיין 15 יעריגע בחור האט אנגעהויבן זיך אויפירן אביסל אנדערס מיט קלייניקיטן, אבער איך האב דאס באמערקט, מיין שאלה איז אז וויבאלד עס זעהט אויס צו האבן צוטין מיט ענינים שבין אדם למקום (ער ואונן) און איך ווייס אז ער האט קיינמאל נישט געלערנט די הלכות און אפשר ווייסט ער נישט די הארבקייט פון די זאכן, איז וואס זאג איך אים אז עס זאל אויפטון און נישט חס ושלום פארקערט?
נשלח: זונטאג מאי 04, 2014 9:57 pm
דורך ברוך שאמר
הער צי נחום רויזבערג ווי אזוי ער איז מסביר בטוב טעם דעם רש"י "להזהיר גדולים על הקטנים ",
נשלח: זונטאג מאי 04, 2014 10:05 pm
דורך שטילע אינגערמאן
זאג עיהם נישט קיין ווארט. איגנאריר ווי גרויס די ביסט. ער וועט אויסוואקסען.
טאמער טוט ער וואס רוב בחורים טוען, לאז עיהם געמאכט.
ס'איז הארקעל א טאטע זאל רעדן מיט א קינד די זאכען.
טאמער איז עס אויף עקסטרעימער פארנעם זאלסטו אפשר נעמען שריטען.
וואס איז די גדר??? א גוטע שאלה
נשלח: זונטאג מאי 04, 2014 10:15 pm
דורך BAL TSHIVA
Talk to somebody with experience a expert that is involved in chinuch
נשלח: זונטאג מאי 04, 2014 10:18 pm
דורך BAL TSHIVA
Not his magid shiur or mashgiach that just started his job and is still training
נשלח: זונטאג מאי 04, 2014 11:16 pm
דורך קאווע טרינקער
פארוואס דו האסט געמעגט אלץ בחור און דיין זוהן נישט?
נשלח: זונטאג מאי 04, 2014 11:45 pm
דורך רויטע וואנצעס
ביסט טאקע א גרויסע טאטע, אבער זיינע הארמאנס זענען פיל שטערקער ווי דיר.
נשלח: זונטאג מאי 04, 2014 11:55 pm
דורך נולד מאוחר
בין איך סטאפיד?
וויאזוי כאפט דער דער עולם וואסמיינט '' פיערט זיך אויף אנדערש מיט קלייניקייטן''?
ער זאגט תיקן כללי? ווען ער איז אויף ?ווען ער שלאפט ?
נשלח: מאנטאג מאי 05, 2014 12:04 am
דורך George
ביסט בכלל נישט סטאפיד.
דער עולם דא ענטפערט דא נאר וועגן תיקון כללי וכדומה...
נשלח: מאנטאג מאי 05, 2014 12:19 am
דורך נולד מאוחר
עט ליעסט זאג דיין זין אז כל הכועס כל המתגאה המפסיק ממשנתו האומר מה נאה אילן זה איז געשריבען אינעם זעלבן תלמוד בבלי ווי יד האחוז וכו' ......מביא מבול לעולם ..... כאול' שופך דם.
כפארשטיי נישט צי חינוך כהאק סתם און די וועלט אריין.
נשלח: מאנטאג מאי 05, 2014 12:23 am
דורך George
איין מינוט! מ'האלט אינמיטען רעדן פון תיקון הכללי. ווי קומטס עס דא אריין.
נשלח: מאנטאג מאי 05, 2014 12:31 am
דורך [NAMELESS]
הער אויס! דיין בחור באדערט עס זיכער אפי' בגשמיות, און דיין פליכט איז עם צו העלפן, אבער ווי אזוי?? איז איך וואלט געראטן זאלסט רעדן צו עטליכע מחנכים און דו זאלסט זיי פרעגן וואס זייער מהלך איז און זעה ווער עס רעדט די מערסטע צום זאך, לאז קיינעם נישט רעדן צו עם נאר אויב איר פיהלט אז ער האט א זאכליכע מהלך,
איך וואלט געראטן די גער'ר מהלך פרעגט אייך אביסל נאך, אפי' אין סאטמער איז דא געוויסע (שטילע) מחנכים וואס ארבייטן אויף די גער'ר מהלך,
ביז דערווייל קענט איר טוען די עצה פון חז''ל שטאפ עם אן מיט חכמה, זעה אז ער זאל האבען וואס ווייניגער צייט צו קלאצען...
@קאווע טרינקער דאס זאג מען אפשר ביי די 18,
נשלח: מאנטאג מאי 05, 2014 1:46 am
דורך George
איין זאך זייער וויכטיג אזוי ווי בעלתשובה האט שוין געשריבן, מיט וועם די רעדסט עס דורך זאל נישט זיין זיין מגיד שיעור/משגיח/ראש ישיבה, ס'קען אנמאכן ערענסטע חרבנות בנוגע דיין בחורל'ס Growth אין ישיבה.
מאך זיכער אז די רעדסט עס דורך מיט אן ערליכען יוד מיט א ברייטען דעת, נישט מיט א מצומצ'דיגע רעבע זכ"ל יוד, זיי פארשטייען פשוט נישט צו דעם מציאות.
א קאפיטל תהלים קען אוודאי נישט שאטן. (אדער היינט קען מען שוין קאווערן מיט תהלים כולל...)
נשלח: מאנטאג מאי 05, 2014 1:51 am
דורך געפילטע פיש
וואס האסטו זיך צו מישן אין דיין בחור'ס ביזנעס? וואס ער טוט מיט זיין גוף איז אינגאנצן זיינע ביזנעס, און ס'האט גארנישט מיט דיר איינגעלייגט. א שיעור אין פיובערטי האסטו עם כאטש געגעבן? האסט עם געזאגט וואסערע טוישונגען עס קומט פאר אין זיין גוף, פארוואס, און וואס דאס מיינט? צו נאר ווען ס'קומט צו חטא הידוע ווערסטו פלוצלים אין די מאד פון שמועסן?
נשלח: מאנטאג מאי 05, 2014 1:53 am
דורך נולד מאוחר
מצות חינוך גייט נאר ביז 13?
כווייס נישט כ'פרעג.
נשלח: מאנטאג מאי 05, 2014 1:56 am
דורך George
מיין פריינד, מחנך זיין א קינד איז הלכה גע'פסקנט אין שולחן ערוך, האט גארנישט מיט חסידות.
נשלח: מאנטאג מאי 05, 2014 1:59 am
דורך George
געפילטע פיש האט געשריבן:א שיעור אין פיובערטי האסטו עם כאטש געגעבן?
??????????
נשלח: מאנטאג מאי 05, 2014 2:00 am
דורך נולד מאוחר
ביז וועלכע age איז די חיוב, לעולם?
נשלח: מאנטאג מאי 05, 2014 2:02 am
דורך געפילטע פיש
George האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:א שיעור אין פיובערטי האסטו עם כאטש געגעבן?
??????????
en.wikipedia.org/wiki/Puberty
נשלח: מאנטאג מאי 05, 2014 2:13 am
דורך George
געפילטע פיש האט געשריבן:George האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:א שיעור אין פיובערטי האסטו עם כאטש געגעבן?
??????????
en.wikipedia.org/wiki/Puberty
קלינג מיך ווען די געסט דעם שיעור פאר דיין בר מצוה בחורל..
נשלח: מאנטאג מאי 05, 2014 2:26 am
דורך געפילטע פיש
פארוואס נישט? דאס איז א פליכט פון יעדע טאטע\מאמע צו געבן די מינימאלע הכנה פאר א זון\טאכטער צו פארשטיין די ענדערונגען וואס גייען געשעהן מיט זייער גופים. דאס נישט זאגן גרעניצט מיט אחזריות, און האט שוין גורם געווען פיל מער שאדן ווי נישט מסביר זיין פאר א בחור די אנגעבליכע הארבקייט פונעם חטא הידוע.
נשלח: מאנטאג מאי 05, 2014 7:52 am
דורך דריידל
אין אלגעמיין איז וויכטיג פאר א טאטע צו וויסן אז ער איז טאקע מחויב מחנך צו זיין די קינדער אויפ'ן ריכטיגע וועג, אבער ער דארף אויך וויסן אז ער איז נישט אחראי אויף זיין זון'ס מעשים. מ'דארף ארויסברענגן די שלעכטקייט פון עבירות און די גוטע זייט פון גיין על דרך התורה און פונקט ווי די באשעפער, דארף מען געבן א בחירה. ווייל טאמער איז מען צו שטרענג קען נאך די זון בועט זיין אין אלעם.
די עיקר איז אז מ'זאל האבן א ווארימע קשר מיט די קינדער און אן אפענע קאמיוניקעישן אז דאס קינד זאל שפירן אז ער האט אלץ אן אוזן קשבת.
נשלח: מאנטאג מאי 05, 2014 10:24 am
דורך elter-zeide
אויב די ביסט א "טאטע"? דאס מיינט אז דיין זין האט ציטרוי צי דיר? אין ער טראסט דיר? מעגסט עם אויפקלערן וואס אויף עם ווארט, און וואס ער איז, אין וואס ער ווערט, ער ווייסט נישט וואס ער טיט, אין פארוואס ער טיט דאס, מעגלעך אז ער איז מער הינגעריג ווי די ביסט געווען אין זיינע יארן, מענטשען זענען נישט גלייך, זאג עם נישט קיין מוסר, נאר קלער עם אויף, ער זאל וויסען וואס מיט עם גייט פאר, אין אויב ער האט נישט קיין פאלע ציטרוי צי דיר? דאן זאג עם גארנישט, מאך דיך ווי די ווייסט נישט אין זעסט נישט,
בד"וו, איז אויך דאס זעלבע מיט אנדערע זאכען, למשל וועגען האנדלען מיט מענטשען אדער ווי אזוי צי רעדען מיט מענטשען, אין און שטיב זאל ער זען איידעלע מידות,