קאווע שטיבעל און דעם אלף השישי

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

קאווע שטיבעל און דעם אלף השישי

שליחה דורך פלעין יודיש »

בשיר וקול תודה ובברקים וקולות
זינגט און טאנצט בתופים ובמחולות
לברך ולשבח ולהודות
די וועלט רידערט די נייעס אין יעדעמ'ס מויל איז
קאווע שטיבעל האט דערגרייכט דעם אסטראנאמישע ציפער פון 6000 אשכולות
6000 אשכולות מלא תוכן משמנה ומסולת
יא יא ס'איז שוין היינט נישט קיין סודות
אז אינזער שטיבל על כולם עולות
א פלאץ ווי יעדער שפירט זיך welcomed יעדער האט די יכולות
אשרי מי ווער ס'האט נאר א ניק דא פאר אים וואויל איז

ס'גלייבט זיך נישט, מ'געבט א קיק אינטען זעהן צו מ'איז זיך נישט טועה
מ'קיקט נאכאמאל און נאכמאל, עד שברקאי אומר הרואה
יא ס'איז א פאקט די סקרין אליין זאגט עדות די סכום די גענויע

אלף השישי א נומבער וואס רעדט פאר זיך אליין
כידוע ליודעי חן
די רמזים וועלן מיר לאזן פאר אנדערע זיך אויף דעם זיין מייגע
דער עיקר וואס ס'איז פאר אינז נוגע

קאווע שטיבעל טיט מיט א מוראדיגע שנעלקייט פארויס גאלאפירען
מיט נייע ניקס וואס טיען טעגליך אריינשפאצירען
און צענדליגע נייע אשכולות טיען זיך צווישען אירע ווענט פראדעצירען
יעדער שעה א פרישע אשכול אריין מארשירען
אמאל איז דאס א נחת צו ליינען עס טיט די שטיבעל ווענט באצירען
און אמאל א אשכול א קאפ פארדרייעניש עס טיט סתם די פארום פארשמירען
א נייעס וואס האט געטון פאסירען
אדער מיט א מחאה צו פאפירען
אויף אלעס איז דא איין עצה, מ'טיט א אשכול פארמירן
אפילו מ'האט נישט וואס צו שרייבען אויסגעשפילט טיט מען זיך שפירן
איטס נאו פראבלעם, עפענט מען א אשכול איבער גארנישט והמסתעף און ס'באקימט לעבעדיגע קאלירן

פאר א גוט שטיקעל פאליטיק סאטמאר צו בעלז אויסשמיסען מ'וויל עס
עפענט מען גלייך א אשכול אין צימעס
און ווער רעדט נאך פון די שוד המתים און בית שמש 65 בלעטער, שוין פאר יעדעם נמאס

איך האב באקימען א טיקעט ער דרייט זיך ארים א נערוועזער
מיין קינד וויל קויפן גלעזער
אויף אלעס איז דא איין עצה מ'עפענט א אשכול אין אחיעזר


הכל תלוי במזל אפילו אשכול שבשטיבעל
אמאל ציט זיך עס אויס אויף צענדליגע אדער אפילו אויף הונדערטער בלעטער
א שטייגער ווי די וועבערמאן סומאטאכע , צו נחום רז''ב איז א מסור צו א רעטער
און אמאל אפילו איין איינצעלע תגובה קיינער פאר דעם אשכול געבט נישט קיין מעטער
אין אשכולות אהן רעאקציעס גראד אריינפאלען וועט ער

אויף יעדער ענין א יעדער טעמע
צופרידען צו בייז אדער אין א דילעמע
אין קאווע שטיבעל א אשכול פאר דעם טרעפן העמיר

וויל איך איינמעלדן אני הקטן [tag]פלעין יודיש[/tag]
אי''ה באלד גייט געפראוועט ווערן די גרויסע לחיים די גרויסע קידוש
וויין מיט שנאפס קיגעל אין גאלערעטער
פיינע הערינג, [tag]פישל'ע העררינג[/tag] וועט צישטעלן אלף השישי קאווע בלעטער
מ'וועט זיך ווינטשען לחיים איינער דעם אנדערען מיט א לייק
ולמען כבודי געבטס מיר אויך, בעט איך אז איך האב שוין אין די הענט די מייק

והברכה אחת לברך
אז מזעט ווי ס'בליעט און וואקסט והנה פרח
זאל די באשעפער העלפן פון זעקס זאל ווערן זיבען
און פון זיבען צו צען טויזענט אשכולות באשריבען
קענען פארברענגען גיטע צייטן אינאיינעם
עוד ינובון דשינים
אמן
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מ'קומט שוין אויך כמעט אהן צו 200,000 תגובות!
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

WOW א צייט צו זאגען ישר כוח פאר שרייבער'ס העלפער'ס מעקער'ס און מגיבים..
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

וואס טיט מען

שליחה דורך פליקער »

איך וויל וויסן די סטאטיסטיקס, עס איז דאך געאסר'ט ביי אלע פילטערס, עס איז אסור מחמת אפיקורסת, און אלע אנדערע שגץ שטיק מיט וואס קאווע ווערט פארשמירט, און די זעלבע צייט איז איי וועלט יא א פלאץ וואס איז איינערקענט ביי די פילטערס, אפשר וואלט געוועין כדי עפעס צי טיען דערוועיגן, מען זאל איבערצייגן די פילטערס יא אדארך צילאזן די פארם, ווייל די מוסדות מאכן עינגער פאר די פילטערלאזע אינטערנעט פליסינג,
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

דער לייק איז פאר די גאנצע שטיקל חוץ דער שורה.

פלעין יודיש האט געשריבן:ולמען כבודי געבטס מיר אויך, בעט איך אז איך האב שוין אין די הענט די מייק


עס איז נישט שיין צו זיין א תובע בפה אז עס קומט זין דיר גיבט מען אהן בעטן אויך.
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

נו ווער געט א דעם אויף וועלכע שורה די לייק איז למעשה האט ער א לייק .....לאל
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך פלעין יודיש »

לית דין בר נש האט געשריבן:דער לייק איז פאר די גאנצע שטיקל חוץ דער שורה.

פלעין יודיש האט געשריבן:ולמען כבודי געבטס מיר אויך, בעט איך אז איך האב שוין אין די הענט די מייק


עס איז נישט שיין צו זיין א תובע בפה אז עס קומט זין דיר גיבט מען אהן בעטן אויך.

גערעכט, כ'האב נישט געהאט קיין ברירה ס'האט געמוזט גראמען
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך פלעין יודיש »

[center]6500[/center]
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך פלעין יודיש »

אומגלויבלעך ווייניגער ווי א יאר זינט כ'האב געעפענט דעם אשכול און מ'האלט שוין ביי 8000
פארשפארט