בלאט 1 פון 1

אינטערסאנטע קאמישע מעשיות אין אמאליגע מעשה ביכלעך

נשלח: מאנטאג מאי 05, 2014 4:39 pm
דורך צדיק נסתר
ס'איז אינטערסאנט צו זעהן וואס די אמאליגע קינדער האבן געליינט...

און אמאל מיין איך לאו דוקא צוויי הונדערט יאר צוריק, נאר אפילו נאך די צווייטע וועלט קריג.

אט איז א אויסצוג פון א ביכל מיטן נאמען "חסידישע מעשיות" ארויסגעגעבן דורך ר' אברהם ב"ר ישכר שטערן בשנת תש"כ, דאס הייסט פאר 54 יאר צוריק.

צווישן די מעשיות דארט ווערט פארציילט אז א רב איז געקומען אנקלאפן אין פענסטער פון א פארפאלק אז ער האט נישט גוט גע'פסק'נט די שאלה, און די טבילה פון די פרוי איז קיין טבילה נישט, האבן זיי געענטפערט אז ער האט שוין פארשפעטיגט "ווייל זיי זענען זיך שוין צוזאמענגעקומען".

נשלח: מאנטאג מאי 05, 2014 5:13 pm
דורך טאמבל סאס
כ'האב געהערט אז אלע בית רחל מאמעס זענען זיך נעכטן צוזאמגעקומען פאר א מאסן צוזאמענקום.

נשלח: מאנטאג מאי 05, 2014 8:23 pm
דורך berlbalaguleh
די מעשיות פון ב. שטרן. "שלושה אחים" איז געוועין אזוי סטופיד אז אפילו איך, אלס אכט יעריג אינגל האב געזעהן אז די מעשה האט נישט קיין הענט און קיין פוס. אויך די אנדערע מעשיות אין די סעריע, ווי למשל. "דער גריידיצער צדיק" איז אויכעט געוועין הוילע פאנטאזיע, וואס דער מחבר אדער מחברת האט אויספאנטאזירט. וכן "דער שפאלער זיידע".... :roll: :? 8-) :lol: :x :P :oops: :twisted: :evil: :( :cry: :o

נשלח: מאנטאג מאי 05, 2014 11:18 pm
דורך הערשי
וואס מיט די מחניים ביכלעך, געמאלט ה. העכטקאפף? נעמט א שטייגער "די פאר'סמ'טע ברויט', ווי דער ביהודה האט געהאט פראג פייערן ניין טעג פסח. מקור? אפילו שייך א רב אין די ת"ק יארן לאלף החמישי זאלן זיך "האבן טועה געווען אין חשבון"? ער האט עפעס מקדש געווען על פי ראיה? א לצנות.

נשלח: מאנטאג מאי 05, 2014 11:46 pm
דורך טיטאניק
די מעשה פון דער נודע ביהודא ווערט געברענגט פון פריעדיגע
מערווייניגער זענען די מחניים ביכלעך זייער אויסגעהאלטענע מעשיות

נשלח: מאנטאג מאי 05, 2014 11:47 pm
דורך טיטאניק
די דיקע מנחם מענדל ביכער זענען גראד פון בעקעריי ארויס
פון די לעהמאן בעקעריי

נשלח: דינסטאג מאי 06, 2014 10:36 am
דורך מ גפני
berlbalaguleh האט געשריבן:די מעשיות פון ב. שטרן. "שלושה אחים" איז געוועין אזוי סטופיד אז אפילו איך, אלס אכט יעריג אינגל האב געזעהן אז די מעשה האט נישט קיין הענט און קיין פוס. אויך די אנדערע מעשיות אין די סעריע, ווי למשל. "דער גריידיצער צדיק" איז אויכעט געוועין הוילע פאנטאזיע, וואס דער מחבר אדער מחברת האט אויספאנטאזירט. וכן "דער שפאלער זיידע".... :roll: :? 8-) :lol: :x :P :oops: :twisted: :evil: :( :cry: :o

נישט דער הייליגער ראצפערטער האט ארויסגעגעבן "שלושה אחים"?

נשלח: דינסטאג מאי 06, 2014 10:55 am
דורך חכם עתיק
אפשר איבערגעדריקט איינע פון די 10 מאל וואס עס איז ארויסגעקומען..

דאכט זיך ער האט עס געטיילט פאר די וואס האבן נישט געזאגט "פליס 'קראס' מיך...

אמת צו נישט, האבן זיך די קישקעס געדרייט ווען ער איז אריין אין הייל פונעם בוים און געטראפן דארט א רויבער...

נשלח: דינסטאג מאי 06, 2014 11:16 am
דורך berlbalaguleh
מ גפני האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:די מעשיות פון ב. שטרן. "שלושה אחים" איז געוועין אזוי סטופיד אז אפילו איך, אלס אכט יעריג אינגל האב געזעהן אז די מעשה האט נישט קיין הענט און קיין פוס. אויך די אנדערע מעשיות אין די סעריע, ווי למשל. "דער גריידיצער צדיק" איז אויכעט געוועין הוילע פאנטאזיע, וואס דער מחבר אדער מחברת האט אויספאנטאזירט. וכן "דער שפאלער זיידע".... :roll: :? 8-) :lol: :x :P :oops: :twisted: :evil: :( :cry: :o

נישט דער הייליגער ראצפערטער האט ארויסגעגעבן "שלושה אחים"?

ס'קען זיין אז דער הייליגער ראצפערטער, זי"ע האט עס איבערגעדרוקט. אבער דער אריגינאלער מחבר אדער מחברת איז געווען ב. (ביילא אדער בילקע) שטערן, פון אר"י... :? 8-) :lol: :roll: ;) :oops: :o :אומגלויבליך:

נשלח: דינסטאג מאי 06, 2014 4:11 pm
דורך צדיק נסתר
וויאזוי קען איך דאונלאודן די דאזיגע ביכל פון גוגל בוקס?

איך האב געזעהן דארט נאך א גוטע זיסע מעשה.

נשלח: דינסטאג מאי 06, 2014 4:52 pm
דורך היסטאריקער
ב. שטערן (מאמע פון ר׳ מאיר שטערן ואחיו) פלעגט ארומגיין אין שפיטעלער אינטערהאלטן די חולים מיט פארציילן די מעשיות צו פארגעסן אביסל זייערע יסורים
אידען האבן געקויפט אירע ביכער צו מחזק זיין איר הייליגע ארבעט

נשלח: דינסטאג מאי 06, 2014 5:01 pm
דורך berlbalaguleh
היסטאריקער האט געשריבן:ב. שטערן (מאמע פון ר׳ מאיר שטערן ואחיו) פלעגט ארומגיין אין שפיטעלער אינטערהאלטן די חולים מיט פארציילן די מעשיות צו פארגעסן אביסל זייערע יסורים
אידען האבן געקויפט אירע ביכער צו מחזק זיין איר הייליגע ארבעט

ייש"כ. דאס לערנט מיר נאכאמאל דעם מאמר אין די משנה אין פרקי אבות. "אל תהי בז לכל אדם" לאך נישט אויס קיין שום מענטש. ווי מאדנע ס'זאל נאר קלינגען זיין (אדער איר) התנהגות. אייביג ליגט א גוטע פעולה אינטער דעים... :? 8-) :lol: :roll: :D :) :o

נשלח: דינסטאג מאי 06, 2014 6:00 pm
דורך צדיק נסתר
צדיק נסתר האט געשריבן:וויאזוי קען איך דאונלאודן די דאזיגע ביכל פון גוגל בוקס?

איך האב געזעהן דארט נאך א גוטע זיסע מעשה.

נו קיינער ווייסט נישט?

נשלח: מיטוואך מאי 07, 2014 9:15 am
דורך ברסלבער
[tag]צדיק נסתר[/tag],
דא קען מען דאנלאודן דעם ספר. לכאורה איז עס דאס וואס דו זוכסט.

נשלח: מיטוואך מאי 07, 2014 11:16 am
דורך צדיק נסתר
ברסלבער האט געשריבן:[tag]צדיק נסתר[/tag],
דא קען מען דאנלאודן דעם ספר. לכאורה איז עס דאס וואס דו זוכסט.

יאפס! אט דאס זוך איך, א ריזן יישר כח און א ברכה אויף דיין קעפעלע.

נשלח: מיטוואך מאי 07, 2014 11:25 am
דורך צדיק נסתר
איר הערט א מעשה?

אן ארענדאר האט גענומען א מלמד צו לערנען מיט זיינע קינדער, און ער האט געלערענט מיט זיי ראשית חכמה ווי "א מענטש דארף זיך היטן אין קדושת הזיווג", און "זיך היטן פון בעילות אסורות", "מען זאל ח"ו נישט מזנה זיין מיט קיין נכריות".

אט דאס האט ער געלערענט מיט יונגע קינדער.

נשלח: מיטוואך מאי 07, 2014 12:33 pm
דורך berlbalaguleh
ר' צדיק נסתר: וואס איז געווען דער סוף פון די מעשה. דער ארענדאר האט געפייערט דעם מלמד. (אדער געקאלט נחום ראזנבערג?(. :? 8-) :roll: :lol: :P :oops: :cry: ;) :( :o