בלאט 1 פון 4

תלמידי חכמים מרבים שלום בעולם

נשלח: דינסטאג מאי 06, 2014 4:32 pm
דורך פלעין יודיש
יארמער רב שליט''א האט אמאל געזאגט, ער האט א ראייה אז די עולם האט נישט אינזין די ווערטער וואס זיי זאגן ביים דאווענען, דאי לאו הכי מיר זאגען יעדן טאג תלמידי חכמים מרבים שלום בעולם וכו', און קיינער שיסט נישט אויס פאר געלעכטער.
ס'איז ליידער א ביטערע געלעכטער, ווען מ'רעדט פון רבי'ס איז ליידער רוב מאל די מחשבה פאליטיק און מחלוקת, א רבי אהן א ציקריגטע ברודער איז קיין רבי נישט, און אויב די רבי האט קיין ברידער נישט ובא גואלו הקרוב אליו זיכט מען אפיר די נאנטסטע קרוב און מ'איז רעדי פאר די פייט,
פארפאלען ס'איז א זאך וואס ליגט אין די בלוט,
וויאזוי האט יענער רבי נאר געזאגט ווען ער האט זיך אנגעהויבן שלאגן מיט זיין ברידער וואס האט אים גערן פארגינען די גאנצע רעביסטעווע און איז אים בכלל נישט געשטאנען אין וועג, האט אים די ברידער געפרעגט מה פשעי ומה חטאתי כי דלקת אחרי לאמיר לעבן באחדות נעם דיר אלעס איך בין נכנע צו דיר ווי א חסיד צום רבין און שלום על ישראל, ענטפערט אים די ברידער וואס קען מען טון בליט איז נישט קיין וואסער....
וואס קען מען טון פאליטיק בויט חסידות און בויט יודישקייט (דאס איז די איינציגע היתר)
מימות עולם די ערשטע רגע פון ווען ס'איז נאר נולד געווארן די מושג פון ברידערס, קין און הבל זענען געבוירן געווארן, האט מען זיך שוין געהארגעט,
לעצטענס איז עפעס אריין א רוח טהרה און ס'איז געווארן א סטייל פון שלום, יעדער צוויי וואכן שרייען די פראנט פעידזשעס פון די היימישע אויסגאבעס און די בילדער מאגאזינען מיט גרויסע קידוש לבנה אותיות און לעבערדיגע בילדער ווי צוויי רבי'ס זיצען ביי א טיש פון געשמאקע רויטע טרויבען וואס ווערט נישט ציגערירט, און מיט נאר צוויי דריי גבאים אינטער זיך וואס ס'איז געווען א תנאי קודם למעשה אז נאר דעי לאזט מען אריין און די אנדערע זאלן שיינערהייט בלייבן נייגעריגערהייט אינדרויסן, און די נייעס איז אז נאך צענדליגע יארן האט מען שלום געמאכט און די רבי'ס האבן גערעדט צווישען זיך ווי קיינמאל ביפאר, איינס ביי איינס בעטן זיך איבער, מ'פארדעקט אלטע וואונדען און די מחלוקת גייט אריין אין די היסטאריע ביכער.
די אשכול איז געווידמעד פשוט צו מודיע זיין ווער נאך האט זיך איבערגעבטן (נאר רבי'ס און חסידות וכדו')

לעצטענס איז געווען אין די נייעס אז די צוויי תולדות'ן ברידער תוא''י און תו''א האבן גערעדט צווישען זיך פאר 22 מינוט (וליתר דיוק האבן מאנכע ציגלייגט 22 מינוט און פערצן חלקים)
דאס האט זיך אפגעשפילט ווען די תוא''י רבי איז זיך אום ערווארטעט געקימען באטייליגען ביי א בר מצוה פון זיין ברידערס א אייניקעל בנו של ר' ישראל יוסף קאהן בן האדמו''ר מתו''א, ווי באוויסט איז דאס א זעלטענהייט, מ'האט שוין געהערט פארקערט אז תו''א רבי איז געקימען קיין תוא''י, אבער ביז יעצט איז תוא''י געווען זייער אנגעווייטאגט אויף תו''א און איז כמעט נישט געקימען צו זיינע שמחות, און בתוך השמועס האט אים תוא''י רבי געלאדענט צום חנוכת הבית פון א נייע בנין וואס ווערט יעצט געבויט פאר א מוסד זיינע צו א ביהמד''ר (כ'האב נישט פילע דיטעילס).
ווי די נייעס קוועלער ריפן עס אהן, ממש ימות המשיח!!!!!

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=9Ae1j_9j7TA[/youtube]

נשלח: דינסטאג מאי 06, 2014 4:55 pm
דורך berlbalaguleh
פלעיןיודיש: ייש"כ. אבער דער קעפל פונ'ם אשכול דארף זיין "כ"ק הצדיקים לבית תו"א ותוא"י בסוד שיח"... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: :twisted: :evil: :cry: :( ;) :o

נשלח: דינסטאג מאי 06, 2014 5:02 pm
דורך פלעין יודיש
berlbalaguleh האט געשריבן:פלעיןיודיש: ייש"כ. אבער דער קעפל פונ'ם אשכול דארף זיין "כ"ק הצדיקים לבית תו"א ותוא"י בסוד שיח"... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: :twisted: :evil: :cry: :( ;) :o

די האסט געליינט די שורות שווארצע אותיות? צו האסט נאר געקיקט די ווידאו?

נשלח: דינסטאג מאי 06, 2014 5:10 pm
דורך berlbalaguleh
פלעין יודיש האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:פלעיןיודיש: ייש"כ. אבער דער קעפל פונ'ם אשכול דארף זיין "כ"ק הצדיקים לבית תו"א ותוא"י בסוד שיח"... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: :twisted: :evil: :cry: :( ;) :o

די האסט געליינט די שורות שווארצע אותיות? צו האסט נאר געקיקט די ווידאו?

יא. כ'האב געטון ביידע זאכן. (ירא שמים יוצא ידי שניהם!). דער תו"א רעבע שליט"ע איז א מורא'דיג גוטער שפילער. ס'זעהט אויס ווי ער זאגט. "טייערע ברידער, אוואו ביסטו געוועין ביז איצט?!" אדער. "אי איברא מלכא אנא, אמאי לא אתית קמאי"?... (קרעדיט. אספסינוס קיסר לר' יוחנן בן זכאי, במס' גיטין דף נו: אצל סיפור קמצא ובר קמצא.)... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: ;) :o :אומגלויבליך:

נשלח: דינסטאג מאי 06, 2014 5:17 pm
דורך מאטי
ווען איך האב אינזין דאס דאווענען זאג איך דאס בלשון בתמיה

נשלח: דינסטאג מאי 06, 2014 7:42 pm
דורך יין שרף
איך גיי ניסלעך פאר די בעלזער'ס "גאטס"...
(נעמט אין באטראכט די מצב דעמאלס צווישן די צוויי ברודערס לאיו"ש)
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=bcS80XrJzVo[/youtube]

נשלח: דינסטאג מאי 06, 2014 7:48 pm
דורך יין שרף
האחים האדמורי"ם לבית ספינקא שליט"א
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=izer5qx-Drs[/youtube]

נשלח: דינסטאג מאי 06, 2014 7:57 pm
דורך איך אויך
ישר כוח גדול פאר די קליפ. איך האב עס ביז היינט נאר געקענט פון די קערצערע קליפ וואס איז דא אויף יו טוב ,וואס פעלט פון דעם קליפ כדי עס זאל זיין א דבר השלם איז דער מאמענט וואס בעלזער רב שליט''א געבט זיך א רוק ארויס פון די רינג הדבוק און שטעלט צאם די צוויי ברידערס צו טאנצען אינאיינעם.

מען קען קלאר הערן דעם קענטליכן אמת'ן עקסטאז (להבדיל פון די נארישע איד/בלאט וואס באווארפן יעדע וואך צענדליגע אירועים ומעמעדים מיט 'גרויסע עקסטאז ביים עולם') פון די חסידים. איך וואלט עס מדמה געווען צום מאמענט ביים בעלזער בר מצוה ווען דער וויזניצער זיידע האט זיך אויפגעשטעלט און אפגענומען א מז''ט פון הרב שך וינועו אמות הסיפים.

נשלח: דינסטאג מאי 06, 2014 8:12 pm
דורך יין שרף
מהרי"ד מבעלזא עם מהר"א מסטמר

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=QBIVmAciK7I[/youtube]

נשלח: דינסטאג מאי 06, 2014 8:21 pm
דורך berlbalaguleh
יין שרף .וגם איך אויך. שליט"א (פאר מעורר זיין.). איך האב געזעען דעם לענגערן קליפ וואו מ'זעהט כ"ק אדמו"ר מ'בעלזא שליט"א ריקט צוזאם די צוויי ברידערס ביי די רקידה. א יעדעס מאל וואס איך זעה דעם מעמד ברענגט עס מיר טרערן. דא פאסט זיך דער מאמר חז"ל "מי מעכב, שאור שבעיסה". די גאנצע טרויעריגע פרשה פון ר' ישראל'טשע'ס פארלאזן זיין טאטנ'ס הויף געט מיר א שטאך אין הארצן ווען איך דערמאן מיך פון דעים... :? 8-) :roll: :oops: :( :cry: :( :cry: :cry: :cry: :o

נשלח: מיטוואך מאי 07, 2014 2:39 pm
דורך משולם שטיינפעלד
איך אויך האט געשריבן:ישר כוח גדול פאר די קליפ. איך האב עס ביז היינט נאר געקענט פון די קערצערע קליפ וואס איז דא אויף יו טוב ,וואס פעלט פון דעם קליפ כדי עס זאל זיין א דבר השלם איז דער מאמענט וואס בעלזער רב שליט''א געבט זיך א רוק ארויס פון די רינג הדבוק און שטעלט צאם די צוויי ברידערס צו טאנצען אינאיינעם.

מען קען קלאר הערן דעם קענטליכן אמת'ן עקסטאז (להבדיל פון די נארישע איד/בלאט וואס באווארפן יעדע וואך צענדליגע אירועים ומעמעדים מיט 'גרויסע עקסטאז ביים עולם') פון די חסידים. איך וואלט עס מדמה געווען צום מאמענט ביים בעלזער בר מצוה ווען דער וויזניצער זיידע האט זיך אויפגעשטעלט און אפגענומען א מז''ט פון הרב שך וינועו אמות הסיפים.

לערן דיר אויס, פארהאן מענטשן וואס די עקסטאז אין בעלז איז נאריש, און אין סאטמאר איז די עקסטאז בוקע רקיעים.

יעדער מיט זיינע אויגן ברילן.

נשלח: מיטוואך מאי 07, 2014 5:27 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איין עקסטאז איז דא, און היינט דארף מען גיין קיין קאלאראדא דאס צו באקומען לעגאל. אלע אנדערע זענען נישט וויכטיג.

נשלח: מיטוואך מאי 07, 2014 9:54 pm
דורך איך אויך
משולם טייערע ,ווי קומט דא אריין בעלז ווס. סאטמאר? (אויב שוין יא רעדט מען דארט פון וויזניצע חסידים ,אבער כרגיל דיין סאטמארע שנאה מעבירה אותך על דעתך) איך רעד פון די וועכענטליכע נארישע באשרייבונגען ווי דער עולם איז ארויס פון באגייסטערונג פונעם האצענפלאצער רבי'ס דרשה און ווי יהדות נ.י. איז אויסער זיך פון עקסטאז אז כבוד קדושת ווערעצקי רבי שליט''א נעתר לבקשת חסידיו מעריציו בעל מופתיו וידידיו און גייט אפשטאטן א באזוך בעירינו.

איך בין זיכער דו פארשטייסט מיין פוינט.

נשלח: מיטוואך מאי 07, 2014 10:26 pm
דורך משולם שטיינפעלד
ביי די בעלזא בר מצווה איז געווען עקסטאז?

די גאנצע גאס, נישט נאר סאטמאר, האט גע'רעש'ט מיט די חוצפה פון אזוי טשעפענען א זיידע מיטן רופן רב שך צום בר מצוה. ווי מען זעהט אויפן קליפ ווי אומבאקוועם דער זיידע ר' משה'לע פילט בשעת רב שך קומט אריין.

דאס איז געווען א המשך צום ברית ווען סנדקאות האט לויט יעדן נארמאלע שכל באלאנגט פאר די איינציגסטע זיידע וואס איז דא, אבער דער אבי הבן האט געטראפן וועמען מכבד צו זיין אבי נישט דעם שווער, דער גורער רבי.

לעניין, ווי לאנג עס איז בעלזא איז די עקסטאז אויף די העכסטע אקטאוועס, משא"כ אין סאטמאר איז קיין עקסטאז קיינמאל נישט פארהאן.

ביי סאטמאר מהר"א טאכטער חתונה איז געווען עקסטאז.
ביי סאטמאר מהרז"ל איז געווען עקסטאז ביי די נסיעה קיין ארץ ישראל.

און ביי בעלז איז געווען עקסטאז ביי כי לד' המלוכה סוף פון שלום'קעס חתונה

נשלח: מיטוואך מאי 07, 2014 10:29 pm
דורך פארוואס?
עס זעהט אויס אז תוא״י רבי האט איינגעזעהן, אז עס איז שוין די צייט צו שלום מאכן.

תולדות אהרן צוריק אויף א באזוך ביים ברודער.

נשלח: פרייטאג מאי 16, 2014 1:44 am
דורך עפל סיידער
התולדות+אהרן+החזיר+ביקור+אצל+אחיו+התולדות+אברהם+יצחק.jpeg

נשלח: פרייטאג מאי 16, 2014 1:54 am
דורך שמעקעדיג
זייער שיין!
וואספארא מסיבה/מאורע איז דאס?

נשלח: פרייטאג מאי 16, 2014 2:00 am
דורך רויטע וואנצעס
קען איינער ביטע ארויפלייגן די קליפ פון רב שך ביים בר מצוה?

נשלח: פרייטאג מאי 16, 2014 2:06 am
דורך רויטע וואנצעס
די קעפל פון אשכול וואלט זייער געפאסט אלץ, תלמידי חכמים מריבים ושלום בעולם.

רבי ישראל ביים זיך אומקערן צום טאטן

נשלח: פרייטאג מאי 16, 2014 2:09 am
דורך רויטע וואנצעס
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=OIBqgVvKKgU[/youtube]

נשלח: פרייטאג מאי 16, 2014 7:32 am
דורך עפל סיידער
שמעקעדיג האט געשריבן:זייער שיין!
וואספארא מסיבה/מאורע איז דאס?

נעכטן האט קהילת תוא''י געפראוועט ברוב פאר זייער הרחבת גבולי הבית מדרש ווען זיי פלאנען צו פארברייטערן דעם שטח הביהמ''ד, די חסידי תוא''י זאגען אז זייער רבי האט געלאדענט דעם אדמט''ר מתוו'א ביים שמועס פון 22 מינוט.

נשלח: פרייטאג מאי 16, 2014 7:54 am
דורך שמעקעדיג
אה דאס איז א חידוש. ער גייט נישט בלויז צו יענעמ'ס שמחה, נאר צום קאמפעטישאן'ס הרחבת גבולים!

כה לחי.

נשלח: פרייטאג מאי 16, 2014 8:01 am
דורך שמעקעדיג
וואנצעס א דאנק פאר דעם וויזניצער קליפ.
עס איז זייער שיין און עמאציאנאל.