בלאט 1 פון 2
ר' משה גאלדמאן ז"ל - מחנה שלוה #21
נשלח: מיטוואך מאי 07, 2014 4:52 pm
דורך guest
"מחנה שלוה #21" מיט נייע ניגונים פון ר' משה ע"ה איז שוין אין פולן פראסעס ב"ה.
ר' אייזיק האניג זז"ג זינגט איין ניגון. אזאנס ווי כנשר למשל, שטייט דערנאך שנעל.
מער פרטים וועלן נאכפאלגען.
נשלח: מיטוואך מאי 07, 2014 5:03 pm
דורך [NAMELESS]
שיין!!
וויפיל נייע ניגונים איז נאך דא פון משה גאלדמאן?
נשלח: מיטוואך מאי 07, 2014 5:08 pm
דורך guest
ס'פעלט נאך אויס נאך געלט צו קענען ענדיגען און ארויסקומען מיט'ן אלבום.
איז ווער ס'קען צו העלפן מיט געלט, קען דא געבן אינעם לינק, ולמצוה גדולה יחשב, און איר וועט האבן א חלק אין מפיץ זיין היימישע נגינה.
https://www.paypal.com/cgi-bin/webscr?c ... QQPJKJWLALפאר אייער נדבה פון $20, וועט איר בס"ד באקומען דעם אלבום ווען ס'קומט ארויס (בבחינת מעות קדימה פאר א ספר).
צו דעם באקומט מען אויך גלייך (לאז צייט פאר פראסעסינג) א קליינע מתנה'לע אלץ הכרת הטוב וואס איז נישט דא אין קיין שום פלאץ צו באקומען לעת עתה (די צוויי ניגונים פון הילד הפלא יואלי טייכמאן פנימי הכל יודך און מכניסי רחמים, איבער געמאכטע מוזיק און נייע מיקס. זיי זענען זייער שיין).
ביטע קאפי/פעיסט דעם לינק און שיק עס ארום.
נשלח: מיטוואך מאי 07, 2014 5:09 pm
דורך guest
ראשעקאל האט געשריבן:שיין!!
וויפיל נייע ניגונים איז נאך דא פון משה גאלדמאן?
בערך 50
נשלח: מיטוואך מאי 07, 2014 5:33 pm
דורך מנשה לוסטיג
guest האט געשריבן:ראשעקאל האט געשריבן:שיין!!
וויפיל נייע ניגונים איז נאך דא פון משה גאלדמאן?
בערך 50
שטעלסט דיך פאר, אדער דו ווייסט ממקור.
נשלח: מיטוואך מאי 07, 2014 6:19 pm
דורך שמעקעדיג
וואס הייסט? בעפאר זיין פטירה האט ער איבערגעלאזט ניגונים? רעקארדירט?
נשלח: מיטוואך מאי 07, 2014 7:15 pm
דורך היימישער ליטוואק
בין איך דער איינציגסטער וואס פארשטייט נישט די "גרויסע מצוה" צו געבן געלט אויף ארויסצוגעבן מוזיק?
דער נעקסטי זאך גיי איך הערן אז שוועקי און ליפא בעטן פאר מעות קדימה...
נשלח: מיטוואך מאי 07, 2014 8:17 pm
דורך משולם שטיינפעלד
נישט אנדערש ווי ובלכתך בדרך מאכט א דינער אויפצוהאלטן זייער הייליגע מוסד, און געהאנגען צעטלעך אז בעפאר פסח האבן זיי אויסגעצאלט אלע כלי קודש ארבייטער...
נשלח: מיטוואך מאי 07, 2014 9:04 pm
דורך מנשה לוסטיג
ווער ס'ווייסט, אז אזעלכע לידער וואס ר' משה גאלדמאן האט מחבר געווען, איז שוין נישטא פאר אפאר יובלות
נשלח: מיטוואך מאי 07, 2014 9:11 pm
דורך ישמעאל הכהן
היימישער ליטוואק האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וואס פארשטייט נישט די "גרויסע מצוה" צו געבן געלט אויף ארויסצוגעבן מוזיק?
דער נעקסטי זאך גיי איך הערן אז שוועקי און ליפא בעטן פאר מעות קדימה...
חילוק איז אז גאלדמאן איז ניגוני על טהרות הקודש, משא''כ.
נשלח: מיטוואך מאי 07, 2014 9:32 pm
דורך פישלע העררינג
ער בעט נישט "צדקה". ער בעט "מעות קדימה".
ער ווייסט זעהט אויס אז עס זענען דא פענס וואס ווילן נייע ניגונים פון איהם, אבער זעהט אויס אז די משפחה האט נישט קיין געלט צו זעטיגן דעם עולם'ס דורשט. בעט ער פשוט געלט פון פאראויס.
געוי ווי דער מוכר פון דיין קאנדא. ער בעט געלט פון פאראויס.
נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 4:01 pm
דורך כתר מלכות
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס הייסט? בעפאר זיין פטירה האט ער איבערגעלאזט ניגונים? רעקארדירט?
וואס איז די גרויסע וואונדער?
ער האט געמאכט אסאך ניגונים, און היות ער האט נאך נישט געפלאנט צו שטארבן, דעריבער זענען איבערגעבליבען אסאך ניגונים וואס זענען נאכנישט ארויס לאור עולם.
נשלח: מאנטאג מאי 12, 2014 12:28 am
דורך [NAMELESS]
פישל'ע העררינג האט געשריבן:ער בעט נישט "צדקה". ער בעט "מעות קדימה".
ער ווייסט זעהט אויס אז עס זענען דא פענס וואס ווילן נייע ניגונים פון איהם, אבער זעהט אויס אז די משפחה האט נישט קיין געלט צו זעטיגן דעם עולם'ס דורשט. בעט ער פשוט געלט פון פאראויס.
געוי ווי דער מוכר פון דיין קאנדא. ער בעט געלט פון פאראויס.
אסאך קאמפעניס טוען עס אויך, זיי בעטן געלט פריער פון אייערע פענ'ס. בפרט דא וואס משה גאלדמאן ז''ל איז זיכער א יחיד במינו
נשלח: מאנטאג מאי 12, 2014 2:34 pm
דורך guest
מנשה לוסטיג האט געשריבן:guest האט געשריבן:ראשעקאל האט געשריבן:שיין!!
וויפיל נייע ניגונים איז נאך דא פון משה גאלדמאן?
בערך 50
שטעלסט דיך פאר, אדער דו ווייסט ממקור.
כ'ווייס ממקור.
כתר מלכות האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:וואס הייסט? בעפאר זיין פטירה האט ער איבערגעלאזט ניגונים? רעקארדירט?
וואס איז די גרויסע וואונדער?
ער האט געמאכט אסאך ניגונים, און היות ער האט נאך נישט געפלאנט צו שטארבן, דעריבער זענען איבערגעבליבען אסאך ניגונים וואס זענען נאכנישט ארויס לאור עולם.
פיין געזאגט. א חלק איז דא (וואס ר"מ האט אריינגעזינגען) אויף טעיפ, און א חלק וואס זיינע קינדער קענען. ער פלעגט עס זינגען ביי זיינע שבת סעודות.
ראשעקאל האט געשריבן:פישל'ע העררינג האט געשריבן:ער בעט נישט "צדקה". ער בעט "מעות קדימה".
ער ווייסט זעהט אויס אז עס זענען דא פענס וואס ווילן נייע ניגונים פון איהם, אבער זעהט אויס אז די משפחה האט נישט קיין געלט צו זעטיגן דעם עולם'ס דורשט. בעט ער פשוט געלט פון פאראויס.
געוי ווי דער מוכר פון דיין קאנדא. ער בעט געלט פון פאראויס.
אסאך קאמפעניס טוען עס אויך, זיי בעטן געלט פריער פון זייערע פענ'ס. בפרט דא וואס משה גאלדמאן ז''ל איז זיכער א יחיד במינו.
גוט געזאגט.
נו, ווער דא האט שוין געגעבען?
![שמייכלט :)](./images/smilies/icon_e_smile.gif)
נשלח: פרייטאג מאי 23, 2014 3:06 pm
דורך guest
Dan Willis ביים רעקארדירן oboe, פלוט און קלארינעט פאר'ן אלבום.
נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 4:20 pm
דורך guest
שוין אנגעהויבען צו מיקסען ב"ה.
ווען איז די בעסטע צייט - מארקעטינג ווייז - פאר א סידי ארויסצוקומען?
1 חמשה עשר באב.
2 אלול.
3 בין כסה לעשור.
4 חשון.
5 ר"ח כסלו/חנוכה.
(6 ט"ו בשבט.
7 ר"ח אדר/פורים.
8 ל"ג בעומר.
9 שבועות.)
נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 4:25 pm
דורך פישלע העררינג
guest האט געשריבן:ווען איז די בעסטע צייט - מארקעטינג ווייז - פאר א סידי ארויסצוקומען?
היום לעשותם ומחר לקבל שכר.
א דבר טוב שטופט מען נישט אפ.
זוממער ווען מען פארט וועכענטלעך לאנגע נסיעות צו און פון די קאנטרי איז מסתמא געאייגענט.
נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 4:42 pm
דורך guest
וועט שוין נישט זיין גרייט חמשה עשר באב.
נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 5:05 pm
דורך מ גפני
דאן קום ארויס די וואך וואס מ'קומט אהיים פון קאנטרי
נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 2:33 pm
דורך guest
.In stores Iy"h next week
:Cover
נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 3:10 pm
דורך ישראל קאפקע
guest האט געשריבן:שוין אנגעהויבען צו מיקסען ב"ה.
ווען איז די בעסטע צייט - מארקעטינג ווייז - פאר א סידי ארויסצוקומען?
1 חמשה עשר באב.
2 אלול.
3 בין כסה לעשור.
4 חשון.
5 ר"ח כסלו/חנוכה.
(6 ט"ו בשבט.
7 ר"ח אדר/פורים.
8 ל"ג בעומר.
9 שבועות.)
1) שבועות (מוצאי ספירה, ערב זומער לאנגע וועגן)
2)חנוכה (לאנגע רואיגע נעכט, קאלט, און דער עולם האלט ביים קויפן, גענוג ווייט פון סוכות אויסגאבן)
3)ט''ו בשבט (לאנגע רואיגע שטילע צייט, מיד פון באורינג ווינטער, דער עולם גארט פאר נייע ענטערטעינמענט, פורים אין דער לופט)
4)ר''ח חשון (ענליך צו #2 נישט אזוי גוט)
5)ט''ו באב (אביסל ענליך צו #1, אבער האלב זומער פאריבער, קינדער נישט אינדערהיים, (דאך געמארקעטעד פאר קינדער)
ל''ג בעומר, נישט יעדער הערט מוזיק נאך ל''ג בעומר,
פורים איז העקטיק, דער עולם וויל הערן פורים סחורה, נישט 'כנשר' דווקא,
אלול און בין כסה לעשור, איז פיל מיט ימים טובים, אויסגאבן, און נישט די בעסטע צייט פאר מוזיק,
נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 2:37 pm
דורך guest
נשלח: פרייטאג מערץ 17, 2017 2:45 am
דורך קאווע טרינקער
איינער ווייסט אפשר צו ס'גייט זיין א יארצייט סעודה מאנטאג נאכט? אפשר מאכן מיר עפעס לכבודו.
זיינע ניגונים גייען נישט אראפ פון טיש!
תולדותם נשפך דמם, דמם, אוי יו נשפך דמם עליך כמים...