אין כל חדש - ניין פאר ניי

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3626 מאל

אין כל חדש - ניין פאר ניי

שליחה דורך פליקער »

אין כל חדש - ניין פאר ניי

איך בין מיר דא אויפ א באן, ווען איך שרייב שירות, אויב זאל איך מיר געיבן א הייב אויף מיינע אויגן, וועל איך זיכער בלי שום ספק זעין א ראיה אסורה, עס איז כמעט נישט מעיגלעך צי עקזעסטירן אויפן כדיר העולם אן קיין נסיונות, מיר זענען וועיגן דעים אידן, זיך אויס צילערנען ביישטיין די אלע נסיונות, וועיגן דעים האט דער אייבישטער באשאפן א הייטל אויפן אויג און אלע אנדערע אבירים וואס באהעפטן אינז אויף דער וועלט, מיר גייען טאקע נישט אויב מיר ברויכן נישט, מען וועט נישט זעין קיינעם פאר שוואויל טאג אויף א טרעין, אדער חול המועד האלטן נעמען א באן, מען פארט אויפ א באן ווייל מען ברויך ערגעץ אנקימען, אבער איך האב קיין מאל נישט געברויכט אויספילן א פארם איידער איך האב איינגעשריבן מיינע קינדער און חדר אויב איך נעם ח"ו א באן, אויב איך ברויך נויטיג פארן אדער גיי איך אפילו עס איז איכא דרכה אחרינא, כאטש מען קען זיך דארט אנזעין כל דבר אסור, אבער אינטערנעט וואס איז היינט ציטאגס פיל וויכטיגער ווי א באן איז אזוי שטארק פארהאסט ביי אינזער געמיינדע.

איך גיי נישט זאגן דא אז אינטערנעט איז פיין, מען ווערט נישט ניכשול דארט, וואס איך וועל יא זאגן אז אינטערנעט איז היינטיגע צייטן פיל וויכטיגער ווי אלע אנדערע זאכן וואס די רבנים פלעיגן אינז אסור'ן, אינזערע רבנים זאלן מיר מוחל זיין, טיען באגראבן אינזער דור מיט זייערע איידעלע הענט, זיי האבן נישט קיין אהנונג ווי וויכטיג אינטענעט איז פאר פרנסה, זיי מיינען אז פרנסה איז ווען מען עפענט א געוועלב, דאס איז א טעות, געוועלבער מאכן זיך צי איינס נאכן' סאנדערע, א געשעפט קען קיין געלט בדרך הטבע היינט נישט מאכן, חוץ לדרך הטבע יא אפשר, אבער מיר ווייסן די כלל אין סומכין על הנס, פארוואס פארשטייט דאס קיינער נישט, יא פרנסה בדרך כבוד איז היינט ציטאגס אויף עמעזאן, איבעי, וועפ סייט'ס, כדי צי געפינען און שלעפן קונים מיז מען זיין געקניפט אויף פעיסבוק, טוויטער, אלע בלאגס, לינקט אין, אינסטעגרעם, ועוד, און אלע א"ג טריפה'נע כלים, קאמפיוטער פראגאמער איז א הערליכע שיינע פרנסה, וואס אינז קליגע אידען מיזן זיין די הדיוט קופץ בראש, זיין פראנאויס פון די גאנצע וועלט, אזא זאך מען קען מאכן פרנסה בשעת מען איז אינדערהיים, מען ברויך זיך נישט דרייען און די מאנהעטן.

יו טוב, טאקע מען קען דארט זעין כל ערליי זינגעכץ, אלע גויאישע נגיני, אבער פון די צד הקדושה, חוץ וואס יעדע רעבישע חתונה, שמחה של מצוה, יעדע געהויבענע טיש, יעדע הקפה, יעדע סוד שוח פון יעדע רבי, יעדע נייע רבישע קאר, מיט אלע לייט'ס און סייערין, אלעס באווייזט זיך אויפ יו טוב, פון דעים וועל איך נישט רעדן, אבער אלע סארט וויכטיגע אינפארמאציע, יעדע וועיג ארויס פון יעדע פראבלעים, אלעס קען מען דארט טרעפן, ווי אזוי קען מען אדער מעיג מען אזא זאך אסר'ן, נישט אדורך לאזן די פילטער'ס, עס איז פונקט ווי איינער זאל מיר זאגן מען מעיג איינקויפן אדער פארקויפן און א סטאר אבער מען מעיג נישט וויסן וויאזוי די זאך ארבייט, עס איז דאך דא דארט אן א שיעור נויטיגע אינפארמאציע, ווי קען זיין אז מיר די קליגסטע פאלק אויף דער וועלט איז פאסיוו צי אזא וועלט פון אינפארמאציע, מיר קיקן זיך צי ווי גולם'עס ווי די וועלט ריקט זיך פאראויס הינדערט טריט, בשעת אינזערע רבנים זענען נאך אלס ביזי אסר'ן טריט נומער איינס, ווי קען איך פארגעסן ווען מען איז געוועין פארנימען אסר'ן מב"ד אדער אייזערנע גלעיזער, ווען היינטיגע צייטען נעמט מב"ד קוויטלעך און אייזערנע גלעיזער איז שוין היינט אזוי חשוב ווי קעצי גלעיזער, און פלעסטיק גלעיזר ברעינגט א חרבן אויף כלל ישראל.

פארוואס ווען ווידיא איז געוועין מער אסור ווי חזר איז היינט בכלל נישט קיין פראבלעים, היינט פארשפרייט מען קליפס פון כל ערליי צדקה צוועקן פון איין זייט פון אינזער מאל איז עס אסור מחמת קיף נין טעמים, אבער פון די אנדערע זייט קען נישט קיין שום גרויסע צוועק זיין אן קיין שיינע ווידיא קליפ וואס ברעינגט ארויס באשיינפערלעך די ציבראכענקייט ווען איינער האט ל"ע נישט קיין קינדער, אדער ארסי-סיעס, חסד, וכדומה.

ווי קען איך פארגעסן ווען אין קיין אידישע צייטונג האט נישט געקענט פיגארירן קיין שום עדווערטייזמענט וואס האט אריין געלייגט א אימעיל אדרעס, אדער די מיעסע עינגלישע ווארט http://www.com ר"ל, אבער היינט איז עס מותר בתכלית ההיתר, ווייל מען קען נישט אן דעים, און יעדער פארשטייט עס שוין.

ווי קען איך פארגעסן ווען די ערשטע געפילטערטע טעלעפאנען האבן נישט געהאט קיין טעקסט מעסעדשעס, ווייל מען האט געקענט עובר זיין אויף כל מיני עבירות, אלע האבן געזעין די ביטערע קליפה, יעדער האט עס פארדאמט, אבער היינט אז מען האט נישט קיין טעקסט מעסעדשעס דאן איז מען א חאלאמאק א ציריק געבליבענער שוין לכל הדיעות, יעדע אידיש קינד כמעט האט שוין א אימעיל אדרעס אפילו איינער וואס איז א שמש פאר א בית החיים, איעדע מחה בכרם בית השם האט א טוויטער גרופ פאר משפחה נייעס, דעיס איז א פארט אוו לייף.

מיין פונקט איז אז וויפיל מאל ברויכען מיר זיך איבער צייגען אז די אלע רבנים המחמירים ווייסען נישט וואס זיי טיען, וויפיל מאל ברויכען מיר זיך איבערצייגען אז אלע זייערע איסורים זענען נאר צייטווייליג, ביז זיי אליין איבערצייגן זיך אז זיי ווייסען נישט וואס זיי טיען, ווי לאנג בין איך מחיוב צי ווארטן ווי לאנג די רבנים וועלן איין זעין די וויכטיקייט פון גוגל און בינג און סמארט פאן'ס, און אז די אלע אויסגערעכנטע כלים זענען נישט קיין באנד פארן שטן, זיי זענען ארים גענימען מיט פארפרימטע קארץ זיכטיגע, וואס פשוט און פראסט קענען נישט זעין קיין שום נייע זאך, אפילו ווען עס איז קליפ און קלאר אז עס איז א גיטע זאך, אבער גאט פארהיט אויב דער רב האוסר גייט פון דער וועלט איידער ער אליין האט מבטל געוועין זיין גזירה, דאן בלייבן מיר איבער טויעזענט יאר מיטן גזירה, ווייל די חסידות נעמט זיך דזשיהאד'ן פארן שיטה הקדושה וואס דער רבי זי"ע האט מיט זיין ווייטן בליק איינגעזעין, אפילו עס איז קלאר איבערצייגט אז די גזירה מאכט נישט קיין טראפ צענט, און איז א קלארע שטער פאר די וואקס פון אידישקייט מחמת די צייטן האבן זיך געטוישט, און דערמיט מיין איך דעיס אז פרויען טארן נישט דרייוון.

אינטערעסאנט אז אינזערע עלטערן האבן געארבייט און פעקטארי'ס מענער און פרויען גאנצע טעיג און נעכט, און די הייסע ניטינג פעקטארי'ס, וואס מיינט איר דארט איז געוועין צענטראל עיר קאנדישן, די פרויען זענען געגאנגען מיט בורקע'ס בתמיה, מען האט געארבייט ווייל אויב נישט זענען די קינדער געשטארבן פון הינגער, די אידען זענען געוועין תלמידי חכמים, וואס יעדע איבריגע מיניט האבן זיי געהאט א גמרא, אבער מען האט פארשטאנען אז צי קענען אויפבויען א ערליכע אידישע שטיב ברויך מען ארבייטן אן קיין פראגעס, מען איז טאקע געלאפן צים רבי'ן ער זאל מתפלל זיין מען זאל טרעפן א בעסערע דזשאב, אבער עס איז געוועין יום ולילה לא ישבתי.

ני פוי ווער כאפט בילדער, איך געדעינק נאך ווען בילדער איז געוועין א גרויסע איסור, מען האט געוויסט אז ווי ערליכער מען איז אלס מער האט מען געהאסט בילדער, אויף יעדע בילד האט געהערשט א רוח טמאה, געוויסע שיינע אידן האבן נישט מוחל געוועין בזה אדער בָּבָּא אויב האט איינער געכאפט א בילד, אבער אויף עפעס א וועיג האט זיך עס געטוישט איך האב נישט פינקטלעך דעים דאטום, אבער דאס איז זיכער אז היינט פארנעמט בילדער א גרויס חלק פון אינזער אידישקייט, ווער עס ברעינגט אפיר עפעס א אלטע בילד פון רבי'ן אדער א קליפ פון די צייטן פון אמאל, איז מען זיך מחיה נפש, אבער וואס האט פאסירט מיט די טמאה.

די סך הכל איז אז יעדער קויפט אויפן נעט אבער קיינער טאר נישט, נאר מען זאגט נישט אויס, אבער ווען די עמעזאן פריים באקס קימט אן צים שיינעם איד אדער מוסד דאן איז אלעס נתגלה.

יעדער ליינט שפאקטיוו און שטערן אבער קיינער טאר נישט, די גראסערי'ס האבן עס נישט לשם מצות מצוה.

יעדער קיקט די ווי די'ס אבער קיינער טאר נישט, והא ראיה יעדע גראסערי האט עס אויפן פאליצע, און ווי דער כלל איז, אז עס איז נישט דארט נאר אויב מען קויפט עס.

קיינער טאר נישט האבן קיין אינטערנעט אבער יעדער האט, און יעדער וועט ווייטער האבן, ווייל דאס איז א חלק פינעם לעיבן היינט.

קיינער טאר נישט האבן קיין ניט טו פיס אבער יעדער פרוי בלי יוצא מן הכלל האט.

קיין שום פרוי טאר נישט רעדן אויף א סעל פאן ווייל עס איז א געפערליכע פריצות, אבער יעדע פרוי האט א סעל פאן.

קאמפיוטער איז א ביטערע קליפע וואס מען ברויך אויסרייסן, אבער יעדע מלמד מיז קענען מאכן ארט'ס און קרעפט'ס אויף א קאמפיוטער, אויב נישט זאל ער זיך זיכן א אנדערע דזאב, אבער מען טאר נישט לערנען מער קאמפיוטערס און סקול, נאר ביכהאלטעריי אויף פאפיר אזוי ווי דער רבי האט אינז געלערנט הארט פאר די קריג.

ווי קאמיש איז דער פאקט, אז די אלע גרויסע פליקאטן ווי די קאמפיוטער האט אין זיך א באהאלטענע שטן מיט א מעסער, און גראבעלט אר ויס די נשמה פון יעדען וואס גענעינט זיך נאר, די אלע ליילעכער, די אלע שרעקליכע מעשים וואס ווערן פארשפרייט און אלע שילן, די אלע הארער סטארי'ס און די אלע סגילה סטארי'ס וואס גיטע זאכו עס האט אלס פאסירט ווען מען האט זיך נאר פארגענימען מער נישט האבן די קאמפיוטער, די אלע שינד בלעטער ווערן געמאכט אויפן קאמפיוטער.

קיינער טאר נישט ארבייטן און א אפיס, אבער א אינגערמאן מיז קענען זיין און ביזנעס און פארשטייט זיך נאר מיט היימישע מיידלעך נישט קיין שיקצעס.

וויפיל האט מען פארפירט קעיגן לאנגע שייטלען, און א צייט וואס א גרויס חלק שטאט איז דערין ניכשול.

יאמען הער שייטלעך וואס די אינדיאנער זענען מקריב פאר קרבנות, איז דאך זיכער שילדיג און אלע צרות, מען האט פארברענט שייטלעך אויף לי הופער דארט ווי מען פארברענט די פאן פורים, אבער עס איז דורך א יאר צוויי, ביזי געווארן מיט פרעס טרעק און עירוב, און יעדער גייט ציריק מיט מענטשליכע שייטלען און ששש, קיינער גיבט נישט קיין קרעף.

ווער געדעינקט נאך א פראבלעים מיט האנט זייגער'ס, עס איז דאך דער אפיציעלע באנד פינעם שטן.

שגץ בייק דעיס איז דאך אסור בתכלית, אבער יעדע קינד רייסט ארים ווען ער ווייסט אז זיין מנהל גייט נישט געוואויר ווערן, למשל און קאנטרי.

באלי, דאס איז דאך חיקת הגוי ווי קען מען דאס צי לאזן אינזערע אינגווארג, קיינער געדעינקט קוים דער פראבלעים, עס איז טאקע נישטא אזא פראבלעים נאר פשוט משה מנהל האלט דאס נאך אן מיט קייטן, וואס וואלט געוועין ווען און קעמפ וואלט מען געשפילט לעמאנעישן שטאץ כאפ דעים פאן, צי וואקסן טאקע קראסנע, צעילעם, וכדומה אויס שקצים.

טעבלעט'ס דעיס איז דאך דער גורם אז מען זאל מיזן איינעמען טאבלעטן, אה אבער היינט איז שוין דא כל הלשון אויף עס, היינט איז שוין ב"ה דא ש"ס פאד, אויך אלע ר' אביגדור מילער'ס טעיפ'ס, מיט לייכטע מוזיק, איינער כאפט זיך אז עס איז אפשר א גאנץ פיינע זאך, מען קויפט עס שוין פאר מתנות ווען א חתן פארט אויף מקומת הקדושים, ער זאל קענען לערנען אויפן וועיג, קויפט מען אים שוין א אנגעפילטע קינדל מיט תורה, וואס איז אבער געבליבן מיטן איי פאד עשיו גראם.

נאר וואס'דזשע דען, דעיס איז א ביטערע פורים שפיל ווי מיר זענען די פראדוקט פון אויספירן יעדע קאפריז וואס פאלט איין פאר יעדען וואס איז און מאכט, צי איז ער און מאכט ווייל ער זיצט בראש פונעם מוסד, אדער ווייל ער וועט דיך נישט אריין לאזן צים רבי'ן קוויטלען, אדער ווייל ער פארמאגט א באסאווע שטימע און וועט שרייען און פארפירן אויף דיר אויפן גאס, און אינזינען האבן צי פטר'ן דעים פסוק הוכח תוכיח את עמיתך עד כדי הכאה, רייס אן דיין חבר ביז ער וועט נעמען דיין מוסר.

ווי מער די קאפא'ס האבן רעכט אויף אינזער בליט אלס מער זענען די רשעות'דיגע תקנות, והא ראיה וויליאמסבורג איז ערגער ווי בארא פארק, מאנרא איז ערגער ווי וויליאמסבורג, און נו סקווער איז ערגער ווי מאנרא, דעיס איז נישט ווייל עס איז הייליגער, דעיס איז ווייל די רשעי ישראל זענען מער על הגובה, זיי קענען פראנק און פריי פארגיסן אידיש בליט, אן קיין דין וחשבון, אזוי ווי מאנרא און די מ"ם יארן, איידער יוסל וואלדמאן האט אויסגעפינען דעים סוד אז און מאנרא ארבייט אויך 911.

וואס מיך שטערט איז ווער ווייסט וויפיל זאכן וועלן נאך אזוי בטול ווערן, וויפיל גזירות גייען ווערן מצות, און איך וועל שוין זיין צי אלט צי נהנה זיין דערפין.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר